התחברות לרשעים אפעקט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

התחברות לרשעים אפעקט

שליחה דורך נהורא נפישא »

איינע פון די מערסטע גוט-גייענדיגע שלאג-ווערטער ביים עקסטרעמיסטישן לאגער איז "התחברות לרשעים" א מושג וואס ווערט גערעדט אין עטליכע פעלער אין חז"ל וספרי מוסר צעווישן אנדערע טויזענטער מושגים פון קעגנזייטיגע ענינים מוסריים, און איז שטארק פאפולעזירט געווארן דורך די וואס זענען טייל פונעם separatist movement וואס האלטן אן אן עקסטרעמיסטישן אידילאגיע פון התבדלות לשם התבדלות, די ענין איז אזוי הארב אז עס איז נישט קיין צווייפל אז ס'איז ביהרג ועל יעבור, די איראניע איז אז ס'טראגט מיט זיך מיט אזא מאדנעם אפעקט וואס אויב איינער איז זיך חלילה יא מתחבר לרשעים, פארשטייט זיך אפילו אויפצוטוען, דאן ווערט יענער אליין א רשע הגם קען זיין אז יענער טוט עס מחוסר ידיעה, אבער אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם, און אז יענער ווערט אליין א רשע, טאר מען זיך צו יענעם פארשטייט זיך אויך נישט מתחבר זיין, אזוי ציעט זיך א קייט פון התחברות לרשעים, ביז ס'פאלן ארויס עטליכע געציילטע וואס געבן זיך אן אלס די וואס זענען ריין פון די מכה, הגם מ'קען שטארק צווייפלן אין דעם צו זיי זענען באמת התחברות לרשעים-פריי, בעת ס'איז א פאקט אז צו פירן א רעליגיעזן לעבנסשטייגער דארף מען אלס צוקומען צו א ברייטערען שיכט פון בעלי אומנות וואס ווייסן וויאזוי צוצושטעלן מקוואות סת"ם שחיטה מילה וכדומה
נאך אן אינטערסאנטן אבסורדיטעט ליגט אין דעם וואס געווענליך א גערופע וואס מער ס'אפעלירט צום ברייטערען עולם אלס מער זיכערקייט פליסט אריין ביי די מיטגלידער און אנהענגער פון יענעם אידילאגיע, אבער אינעם פאל פון אט די עקסרעמיסטישע גערופע שעפן זיי גאר חיזוק פונעם פאקט אז זייער אידילאגיע שטופט אוועק דעם ברייטערן ציבור ווייל סאיז דאך בנבואה אז באחרית הימים וועט דאך זיין א קליין הייפעלע אידן פון שלש מאות אשר לא כרעו לבעל.
גיי פארשטיי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

נהורא ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה.

די חידוש איז נאר אז ווען עס קומט זיי אויס גוט דאן איז יא מותר די התחברות. ווען זיי פירן א מערכה נישט צו גיין שטימען פאר די וואס שטיצן חוקי תועבה, שטעלן זיי זיך אויך צוזאם מיט אזוינע וואס זיי וואלטן ווען דן געווען למיתה ווען זיי ווערן ווען פארכאפט. פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א גרויסע פראטעסט אין וואשינגטאן פון פרומע קריסטן קעגן די חוקי תועבה, זענען די א.ג. התבדלות'ניקעס אויך זיך געגאנגען משתתף זיין. וואס איז געשעהן? מיט יאשקע מעג מען זיך יא צוזאמשטעלן?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווייל סאיז דאך בנבואה אז באחרית הימים וועט דאך זיין א קליין הייפעלע אידן פון שלש מאות אשר לא כרעו לבעל


מקור?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט