ספרים איבער ישוב א"י פונעם קנאיש'ן לאגער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל

ספרים איבער ישוב א"י פונעם קנאיש'ן לאגער

שליחה דורך בן תמליון »

אן אינטערסאנטער פולמוס האט אויסגעבראכן איבער א טעמע וואס איז נישט ניי און גענוג טינט איז שוין פארגאסן געווארן אויפן נושא אין די לעצטע 150 יאר. וואס איז אינטערסאנט דא איז פון איין זייט שטייט א באקאנטער קנאי און מעמיד הדת על תילה, הרב ישעיה בנימין האלצער וואס איז פאר זיך א גאון עצום מחבר פון צענדליגער ספרים. זיין צוגאנג איז אלץ שטארק קנאיש און עקסטרעם אין די פליישיגע המון עם אויגן, ער איז אבער שטארק געבויט, זיינע בירורים זענען פעסט געבויט אויף גדולי ראשונים און אחרונים. פון זיינע ארויסשטארענדע ספרים איז געווען א ספר ווי ער'ז מברר אז פאר א פרוי צו נוצן א מאן OB ווען ס'איז איכא דרכא אחרינא איז ביהרג ואל יעבור. אויך איז באקאנט זיין מאנומענטאלן חיבור תשוב הממלכה וואס איז מברר דער חומר האיסור פונעם קרית יואל סקול דיסטריקט וואו מען טאר נישט מזכיר זיין שם שמים לויטן חוק.
אגב, זיין שריפט איז א הויכער לשון קודש וואס פאר א דורכשניטליכן אנ"ש'ניק זעט עס אויס ווי עיברית מער.

וואס ברענגט צום שמועס דא איז א חיבור וואס ער'ט לעצטנס ארויסגעגעבן מיטן נאמען ולבקר בהיכלו. דער חיבור איז מברר ווי גרויס די מצוה און חיוב עס איז צו באזוכן דאס הייליג לאנד. מפי ספרים וסופרים איבערן קדושת וחיבת הארץ וואס איז א מאמע וואס רופט אירע קינדער און ווער עס פארלאזט איר איז מורד אינעם באליבט גאט'ס הויז. ער איז מאריך מיט טיפע בירורים פון ראשונים אז דער פאקט אז כופרים האבן זיך משתלט געווען אויפן לאנד טוט גארנישט פארמינערן פון איר קדושה. אויך איז ער מברר שיטת רבינו מסאטמאר אז ער האט אויך אזוי געהאלטן ווי עס איז דער פאקט ער'ז אליין ארויף באזוכן זיין גאנץ לעבן. רבינו מסאטמאר האט אליינס קלארגעשטעלט אז מען טאר נישט בויען אויף קיין מעשה'לעך ממילא איז נישט נוגע וואס דער אדער יענער זאגט נאך, נאר וואס ער'ט געשריבן.

אפילו ווען מען פארט איז מען זיך סומך אויפן צה"ל איז ער מברר פון ראשונים ואחרונים די סוגיא פון רוצה בקיומו במבריח ארי, און זיך פארלאזן אויף צה"ל וואס זענען מבריח ארי, די רוצחים למיניהם איז מותר למהדרין.

א קאנטער קונטרס פון הרב אפרים שמילאוויטש אב"ד קרעמניץ מיטן נאמען חומר קדושת הארץ איז ארויס וואס טוט פייערלעך ארויסטרעטן קעגן בלשונו ידידי מנוער תלמיד חכם עצום וכו'. בנוסח סאטמאר אטאקירט ער שטארק רב האלצער און באשולדיקט איהם אין מינות וכפירה דברים שאסור לשומעם. לדוגמה רב האלצער ברענגט מפי ספרים וסופרים אז אין ארץ ישראל איז נישט שולט קליפות און די ציונים האבן דעם פאקט נישט געקענט טוישן. בעת רב שמילאוויטש ברענגט פון ספרי רבינו איז א"י איז אינטער די סטרא אחרא אליינס מיט'ן תורה פון צמח ה' לצבי אז די ערד איז פארטוישט וכו'.

רב האלצער האט צוריק געשריבן און חוזר חלילה עטליכע מאל. אגב רב האלצער דערמאנט א חיבור בכתב יד מיטן נאמען 'אשריך ארץ' וואס אין דעם חיבור איז דער נושא מבורר לעומקו. נישט קלאר ווען אדער אויב ער פלאנט עס צו מפרסם זיין.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר