ויקחו אליך กระทิงแดง

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

ויקחו אליך กระทิงแดง

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אונטער׳ן פענסטער אין די קיהלע ירושלים׳ע שעות, הערט זיך א קול אין די פינסטערניש, א קול וואס זוכט, א קול וואס פרעגט און איר ווידערקול פרעגט צוריק. עס לעכצט נאך פארשטאנד, אמרתי אחכמה והיא רחוקה.

דאס ארימקייט שרייט ארויס פון אלע ווינקלען, אין עני אלא בדעת ועני חשוב כמת, די שארפקייט פון אוירא דארץ ישראל איז ווי ביטער׳ן טראפן פאר א קליין קינד, ס׳איז א געראנגל צווישן לעבן און טויט.

אפילו דער קישענ׳דל איז נישט קיין וועג ארויס, צומאל שטעלט עס פאר א רעטונג׳ס ברעטל ווי זאמד פאר א בת היענה, אבער אצינד קומט דאס פאר ווי א טויט געלעגער, פארמאכן די אויגן און איינשלעפן דעם מוח איז דאך א זעכציג׳סטל, און ס׳האלט נאך פארט נישט ביי טוב מותי מחיי מרצון אדער איבוד לדעת.

טויט איז דאס נישט, אבער ס׳ארא לעבן. אין שמחה כהתרת הספיקות און ווילאנג ס׳איז פארקניפט, פארפלאנטערט, איז ר׳ שמחה נישט אין שטעטל. ס׳איז שווער צו דערהייבן, ברי ושמא איז בפירוש ברי עדיף.

דאס השתוקקות איז אבער פון א ריינעם מקור, דער בוחן כליות ולב איז דאך דער וואס האט באשאנקן שבילי מוחין, מיט ביליאנען צעלן און פילע שטראזן איז דאך אוודאי נאטורליך אז עס זאל ווירבלן מיט געדאנקן און ספיקות אהין און צוריק. מוח בקודקוד שנתת בי, טהורה היא. אתה בראת, אתה יצרתה, אתה נפחתה בי.

עס בלאזט אריין א פרישער לופט, און מיט איר א שפאגל נייער געדאנק. אנו משכימים, והם? והם לא ידעו דרכי. ליבערשט אזוי, מיט די שוועריגקייטן, מיט די צאפלונגען, פארקערט איז טמא לנפש, א טויטער קערפער אנע חיות. לא המתים יהללו, ס׳זיפצט זיך ארויס א לויב, טאקע א קרבן אבער א קרבן הודי׳, כל זמן שהמחשבה בקרבי, מודה אני לפניך.

דער שטן בלייבט אבער נישט שטיל, ער איז א מצווה ועושה. זה לעומת זה עשה אלקים, מיט געבינדענע הענט - אך את נפשו שמור, אבער מיט א פלייסיגקייט שטענדיג - והגית ׳בו׳ יומם ולילה.

אויפ׳ן הימל זעהן זיך אן די ערשטע צייכענס פונעם פריהמארגן, די געפלאסטערטע שטיינערנע געסעלאך רייבן זיך די מידע אויגן און ווארטן מיט שפאנונג צו זעהן איך יפול הדבר, וויאזוי ׳עט זיך עס אויסקאכן, מה יולד יום.

די זון רישט זיך אויס פון אונטער די דאכענע און שיינט מילדע שטראהלן אויף די נאסע פיאה׳לעך. א ווארימע אויפנאמע! ממידת דרך ארץ פארלאנגט זיך צוריק גריסן, שא עיניך מרום וראו מי ברא אלה, אבער ס׳איז א פארבלענדעניש, עיניים להם ולא יראו, נישט קיין פשוט׳ע מעשה.

וכיון שראה מעשה נזכר הלכה, דתניא: ״אמר רב נחמן זוהמא דשימשא קשי משימשא״, זאגט די גמרא ווייטער, ״הרהורי עבירה קשים מעבירה״.

איי, צוריק א פלאנטער. ס׳כאפט א שרעק, ס׳איז דאך א שוידערליכער גשר צר, פון מחשבה צו הרהור איז ניטאמאל א שפאן, ממש א חוט השערה, ומי יאמר זכיתי לבי? אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו, טא ווי קען דען דא זיין אזא אויסדרוקליכער אוי לי מיצרי ואוי לי מיוצרי?

שווייס זאמעלט זיך אן צווישן די שטערן שטריכן, די בעקעלעך רויט ווי פייער, א סקרוך אין הארצן, צובראכן, צושפלינטערט, תמימות מיט שפלות בערבוביא, ואנכי עפר ואפר, פארברענט, פאררויכערט.

אדומה תמימה, אשר אין בה מום. מ׳האלט זיך מיט׳ן אמת, אן דעם פעלער פון פארקריכן און פרובירן אנלייגן דעם שולד אויף יענעם. כל הפוסל במומו פוסל.

אשר לא עלה עליה עול, ס׳ווערט אבער א געוויכט וואס מען קען נישט דערהייבן. די אקסלן ברעכן אונטער, די געדערים פראווען ראש חודש עד דכדוכה של נפש, כבולעו כך פולטו, יעלה ויבוא וחוזר חלילה.

שבע יפול צדיק וקם ברויך צו זיין א נחמה, אבער וויאזוי? וואו נעמט מען צוריק א לחלוחית? וואו דערהייבט מען זיך צוריק, תנופה לד׳?

פארבלאנדזשערט און פארצווייפלט קומט אפיר פאר די אויגן א נעכטיגער צייטונג, אן אויסגעשמירטער בילד צייגט א שטוהר געפעכט. אה, א בפירוש׳ער רמז! אנו רצים והם רצים. אין מאדריד פארשטייט מען וואס דאס איז אן אקס, מען זוכט א נאענטשאפט, טאקע א געהויערע סכנה, רויט פאר די אויגן, אבער מען לויפט צוזאמען, בחברותא.

ס׳ווערט לייכטער אויפ׳ן הארץ, זה האות אשר שם ק-ל, דאס מיינט דער פסוק, ס׳זאל זיין א חוק. איי דו פארשטייסט נישט דאס געזעץ? נישטא קיין ברירה, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה, א געזעץ גייט מען נאך, צו מען פארשטייט יא, צו נישט.

בינטלען שליסלעך דרייען די שלעסער פון די געשעפטעלאך, אינעם מחנה פון יהודה אמפערן זיך שוין די געווירץ הענדלער כי רוכלא בשוקא, און די בני ישמעאלים פארענען זיך מיט די צפרדעים כמגדל הפורח באויר איידער זיי קערן זיי צוריק בזריזות על גחונם.

דער טאג איז דא, צוריק צום מציאות פון בהמיות. ליניעס פון האלב אויסגערוהטע קעפ שטייען שוין מיט קנאפע געדולד אין די רייע. ירושלים של מעלה? ראיתי בני עליה והם מועטים, דא באהערשן זיי נאטורליכע עזות פאר לחם צר ומים לחץ, צו שפייזן דעם קערפער, צו שטילן דאס דורשט.

א רעקלאמע אין ווינקל לייענט זיך: ״רד בול נותן לך כנפיים״, ובלע״ז: Red Bull Gives You Wings.

אויב איז געווען ראשית מצער איז דער אחריתו חביב מאוד. אויס רמז, קלאר לגמרי.

ס׳איז טאקע א חוק, אבער חוק ולא יעבור, אז מ׳פארשטייט אז ס׳איז חוק דארף מען מער נישט אריבערגיין יסורים טאג טעגליך, ׳תכלית הידיעה׳ איז סאך לייכטער צו פארטראגן, וכנשר יאיר קינו קען מען שוועבן רואיג אין קלארע לופט.

ויקחו אליך פרה אדומה, נעם עס צום הארצן, כל הפרות בטלות ושלך קיימת.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר