אן אפענע בריוו צו מיינע ערליכע אידישע ברידער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

אן אפענע בריוו צו מיינע ערליכע אידישע ברידער

שליחה דורך געפילטע פיש »

א משפחה מיטגליד, א פרוי, האט מיר געבעטן דאס ארויפצולייגן אויף קאווע שטיבל מעורר צו זיין די מענער דא אין דעם ענין. איך געב איבער ס'ווארט.



אידישע ברידער: הערט מיר אויף מכשיל צו זיין מיט אייערע רעקלעך



מ'האט שוין פיל ארומגערעדט, מעורר געווען, געמאכט אסיפות, ביי אונזער היימישע עולם איבערן ענין פון צניעות, ובפרט די שמאלע געפאסטע קליידער, קורצע שעסלען, און לאנגע צופלויגענע שייטלעך, וואס זענען מכשיל מענער ווען מ'זעט דאס אין גאס, זיי ציען דעם אויג, מ'האט ארומגערעדט וויאזוי מ'קען זיך מתגבר זיין אויפן נסיון פון אונזער דור. איז קודם כל א דאנק פאר'ן ערלויבן מיר, אייער אידישע שוועסטער, מעורר צו זיין נאך א נקודה אין דעם ענין, א זאך וואס פלאגט מיר שוין לאנגע יארן, ווי אויך אסאך אנדערע פרויען וואס קענען זיך נישט מתגבר זיין אויף דעם ניסיון.

רעקלעך!

מענערישע רעקלעך.

יא, איך בין מודה, מענער מיט רעקלעך זענען א געפערליכע שטרויכלינג פאר מיר, און פאר אסאך אידישע טעכטער. איך וויל זיין אפען מיט אייך מיינע טייערע אידישע ברידער, ערבים זה לזה, אז איך אלץ א געזונטע יונג ווייבל קומט אן זייער שווער זיך צו קאנטראלירן די אויגן און די מחשבות, ווי ס'שטייט שוין אין חז"ל שני סרסורי עבירה וכו' עיר רואה והלב חומד, און ר"ל וואס ס'שטייט ווייטער דארט. איז פאר א ערליכע פרוי וואס פראבירט צו ווענדען אלע מחשבות צום באשעפער קומט אן זייער שווער ווען מ'זעט זיך אן מיט די אלע ראיות, זייער זייער שווער, און דאס איז טאג טעגליך, יעדעס איינציג טאג איז א מלחמה פאר זיך!

יעדע מאל איך שטויס זיך אן אויפן גאס אין א מאן וואס האט א שיין רעקל פראביר איך צו האלטן די אויגן ביי זיך, אוועקצוקוקן פון דארט וואו די יצר הרע וויל איך זאל קוקן, אויסצומיידן די אומריינע מחשבות וואס ווילן ארויפקומען אויפן אויבערפלאך, צו מאל בין איך זיגרייך, און אנדערע מאל... ליידער נישט. איך ארבעט אין א אפיס און איך פיל ווי איך ווער באהאגעלט יעדן טאג מיט א ים פון מענער גייען ארום מיט רעקלעך אן קיין טראפ בושה, שיינע געפיט'ע רעקלעך, מיט די נייעסטע דיזיינס.

האבן די מענער נישט די מינדעסטע זעלבסט ריספעקט? פארשטייען זיי בכלל וויאזוי זייער קליידונג אפעקטירט מיר? איך ווינדער מיך וואס גייט דורך די מענער'ס קעפ ווען זיי מאכן אפ צו גיין אנגעטוהן אזוי. דאס ווייס איך נאר אז ווען א מאן גייט ארויס אין גאס מיט א רעקל וואס פיט עם אזוי פונקטליך, אז איך וועל עס באמערקן.

און דערפאר קום איך דא מיט אן אפיל צו אייך ערליכע אידישע מענער אז איר זאלט פארשטיין פון וואו איך קום. ווען איר וועלט אויס ארויסצוגיין אזוי אין פאבליק איז עס ממש ווי אן אינוויטאציע פאר מיר איך זאל האבן אזעלבע מחשבות און תשוקות נאך אייך. הערטס מיר צו, זייענדיג א פרוי, וואס די באשעפער האט אונז באשאפן צו זיין מער עמאציאנאלע באשעפענישן, וויל איך זיך שפירן פארזיכערט, סעיף, און ווען איר גייט ארויס אין גאס אזוי צאמגעלייגט מיטן אויסגעפוצטע הוט, ריינע רעקל און ריינע שיך, איז עס אזויווי איר שרייט אויס "קוקט! איך בין א מאן! און איך וועל דיר באשיצן!" איך קען זיך מיט דעם נישט העלפן, אזוי זענען אונז פרויען בטבע, אפילו די סייענטיסטן זאגן אזוי.

מאנכע וועלן זאגן אז ס'איז מיין אחריות זיך צו היטן די אויגן ווען אין גאס אדער ארום מענער, און אז איך קען נישט באלעסטיגן אלע מענער און זיי מאכן גיין אנגעטוהן אנדערש נאר ווייל ס'מאכט מיר שווערער זיך גובר צו זיין, אוודאי! איך מוז זיכער ארבעטן מער אויף מיינע מחשבות, אבער וועט איר מיינע טייערע ברידער, ערליכע יונגעלייט, איז עס צו פיל ענק צו בעטן זיך אויפצופירן ערליך, גיין באשיידן, און אריינלייגן אביסל מער מח און וויאזוי איר גייט ארויס אין גאס? איז נישט די תפקיד פון אונזערע בגדים בפרט, און אונזער גאנצע וועזן בכלל, נאר צו דינען דעם באשעפער, און צו מאכן א נחת רוח פארן בוכ"ע? וויאזוי פונקטליך פלאנט איר דאס צו טוהן דורכן גיין אנגעטוהן אין א וועג וואס מאכט נסיונות און ברענגט אריין אומריינע מחשבות אין אונזערע מוחות? איר ווילט דינען דעם באשעפער דורך מכשיל זיין אומשולדיגע פרויען? אודאי דארפן אונז פרויען זיך היטן די אויגן מער, אבער עס איז אויך אייער אחריות אלץ אידן אונז נישט צו געבן סיבות צו זינדיגן.

אפשר אנשטאט מיר מוסר געבן פארן נישט האבן גענוג זעלבסט קאנטראל זאלט איר זיך גוט איינקוקן אין ענקער שאפע, קוקט אן אייערע קליידער און פרעגט אייך אליינס אויב די קליידער אדווערטייזן נישט עפעס וואס איז נישט פאר סעיל? איך מיין... וואס בעט איך שוין? צניעות!

נישט נאר דארפט איר מאכן א חשבון הנפש אויף די קליידער, נאר איר דארפט פארשטיין אז ענקער גוף איז אויך אן ארטיקל. יעדעס מאל וואס איז גייט ארויס אין פובליק נעמט זיך אויפן הנחה אז יעדע אבר וואס ווייזט זיך ארויס איז עפעס וואס איז עוועילעבל פאר יעדן. קוקט אן אייערע הענט, זענען זיי געזונט? שטארק? און די פיאות? זענען זיי שיין געקרייזעל? אייערע טריט, זענען זיי דרייסט? זענען אייערע ארעמעס פעסט און שטארק? מעג איך זיי האבן? מעג איך זיי, די איברים, נוצן צו מיין געשמאק? ניין? דעמאלס פארוואס ווייזט איר זיי ארויס פאר יעדן צו זען? וואסארא מין מעסעדזש פראבירט איר צו שיקן?

וואס? איר זאגט אז איר טוט זיך אן אזוי פאר זיך אליינס און נישט פאר יענעם? אדער ווייל אין די ארבעט הייסט מען אזוי גיין אנגעטוהן? אוודאי נישט! אויב וואלט איר עכט געוואלט לעבן אן הייליג לעבן וואלט איר אריינגעומען אין באטראכט וויאזוי ענקערע בגדים, און ווי שיין איר זעט אויס אין זיי, קענען זיין א מכשול פאר אנדערע, איר וואלט געווען מער פארזיכטיג מיט ולפני עור. וואלט אייך געווען אזוי שווער צו גיין מיט א סוט איין סייז גרעסער? אדער אראפצונעמען די גרויסע שיינע קנעפלעך און לייגן פשוטע קליינע קנעפלעך אנשטאט? האט איר אמאל געטראכט פון פארלענגערען די רעקל מיט געציילטע פאר אינטשעס?

אבער נישט געזארגט מיינע ברידער, איר קענט מיר ארויסהעלפן מיט מיינע נסיונות, איר קענט מיר העלפן אנצוקומען צו מיין ציל פון האבן נאר ריינע מחשבות בלתי לה' לבדו, און נישט נאר דורך אוועקווארפן די אנרייצענדע רעקלעך, נאר אויך דורך אונז העלפן מיט אפאר אנדערע נקודות וואס איר ערליכע יונגעלייט טוהן מסתמא אן וויסן ווי סאך ס'שאדט אונז.

1) גיין מיט א אפענע רעקל.
2) ווען איר זאגט קלוגע מימרות, פשטליך.
3) ווען איר שפילט מוזיק אדער זינגט.
4) אויפמאכן די אויבערשטע קנעפל פונען העמד.
5) ווען איר זענט זיך מפלפל אין פילפולים.
6) ווען איר לערנט פלייסיג כאפט אונז אן א מוראדיגע תאוה אייך צו קישן.
7) די וועג וויאזוי איר שאקעלט זיך ביים דאווענען פאררויס און צוריק צו וועגס. אנשטאט קענט איר זיך שאקלען פון זייט צו זייט.
8) טאנצן.
9) קלאפעדיגע שיך

מיינט נישט אז די ליסטע איז אלעס און מער איז נישט דא, נאר יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, ס'איז דא נאך אסאך אנדערע בגדים און הנהגות וואס ציען א פרוי'ס אויג, און ס'איז ענקער אחריות אבאכט צו געבן און אריינטראכן דערין, און פטור ווערן פון יענע מעשים מגונים. און דורך ארויסווייזן אז איר פארמיידט די בגדים, מעשים, און הנהגות, ווייזט איר ארויס דעם מי לה' אלי! אז איר וועט נישט לאגן אייער גוף מאכן אנדערע זינדיגען.

אסאך יונגלייט פרעגען וואס זיי דארפן טוהן אויב לצורך פרנסה קומט זיי אויס אז זיי דארפן גיין מיט רעקלעך?

טרעפט אייך אן אנדערע דזשאב!

ס'איז נישט נאר א ליסטע פון זאכן וואס מ'מעג און מ'טאר נישט טוהן, ס'איז א מהות, א זאך וואס מ'קען נישט שרייבן קיין דינים דערויף אבער יעדער פארשטייט וויאזוי ס'זעט אויס א יונגעמאן אויפן גאס וואס טראכט וועגן דעם והצנע לכת עם ה' אלוקיך און ווער נישט, פראבירט נישט צו זיין אויפפאלענד, רעדן הויעך, קרייזלען די פיאות, און בעיקר זייט פארזיכטיג איר זאלט נישט זיין קיין שטרויכלינג פאר די ערליכע אידישע טעכטער וואס ווילן דינען דעם באשעפער בשלימות.

א דאנק אייך פארן מיר אויסהערן, און פאר די רעדאקציע פארן ארויפלייגן מיינע ווערטער.


קרעדיט ל. פ.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

זאג. קענסט מיר שיקען אין אישי די נאמבער פון די פרוי
:D איך האב עייצעס פאר די נסיונות

געוואלדיג גיט געשריבען
:like
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זייער קיוט אבער לידיעה בעלמא, ביי נשים איז נישטא קיין ונשמרתם מכל דבר רע, ווייל ס'נישט שייך ביי זיי קיין השחתת זרע (הגר"מ פיינשטיין זצ"ל)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ווי כאילו אז די פראבלעם איז נאר השחתת זרע......... אבער אנדערע פראבלעמען קען עס נישט ציברענגען?
אסאך מאל קיקט מיר עס אויס ווי אין די תורה איז נאר דא 3זאכען וואס מען מעג נישט
השחתת זרע
ציונות
טראגען מיטען עירוב
:?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

הייליגע געפילטע, זייער א גיטע אשכול, איך האב פערצופאל אויך געהערט פון א פרוי וואס האט זיך געפערליך אפגערעדט פאר וואס מיר האבן די מאשני אויפן היט, דעיס איז קלאר נאר אויפ צירייצן יעדע פארביי גייענדע פרוי, דער מאן האט דאך נישט קיין שום הנאה פינעם מאשני, מיז דאך על כרכך זיין, אז דאס איז אזוי ווי אויסצי שטעכן דעים פרוי'ס אויג, ווי געזאגט ממש תובע בפה, און די פרויען פאלען טאקע ווי די פליגן פארן מאש.

ווער רעדט נאך ווען דער ראצפאס גייט מיטן היט מער ממערב למזרח, ווי משטיינט געזאגט איך בין קיל, דאס איז ווי איינער האט אויף זיך א סיין איך בין א באם, אדער אויב שפאצירט ער מיט די היט און די האנט דאן איז דאך ממש ווי ער ציצקעט פארן פרוי, זי קען די נסיון בכלל נישט איבער טראגן.

על אחת כמה וכמה, ער האט א רעקל.

דאס רעקל איז אים אפען.

מען זעיט זיין וויט אויפ ווייט.

מען קען קלאר זעין אז זיין העמד איז רעכץ אויף לינקס רח"ל.

מען זעיט קלאר זיין באקל פאסיק.

נאך לאקס שיך און געים אווער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גאלד האט געשריבן:זייער קיוט אבער לידיעה בעלמא, ביי נשים איז נישטא קיין ונשמרתם מכל דבר רע, ווייל ס'נישט שייך ביי זיי קיין השחתת זרע (הגר"מ פיינשטיין זצ"ל)

שרייבט זי איין ווארט וועגן ונשמרתם? זי רעדט פון האבן ריינע מחשבות, הרהורי זימה איז שייך ביי פרויען פונקט ווי ביי מענער.
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

גאלד האט געשריבן:זייער קיוט אבער לידיעה בעלמא, ביי נשים איז נישטא קיין ונשמרתם מכל דבר רע, ווייל ס'נישט שייך ביי זיי קיין השחתת זרע (הגר"מ פיינשטיין זצ"ל)

קיק נאר ווי שנעלל די האסט געטראפן א היתר...
אז א מאן זאל זיך דארפן צושטעלן צי א פרוי - מוז מען גלייך זיכען א וועג ארויס. (פארשטייט זיך עפי הלכה)
פארשפארט