שיינע געשעפט אדער ביליגע פרייזן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שיינע געשעפט אדער ביליגע פרייזן?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]לאור דעם אנקעטע בנוגע וועלכע צייטונגען דער עולם ליינט, וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן נאך איידיעס און געדאנקן איבער וואס מען זאל הערן דעם דעת הקהל און מאכן אנקעטעס.

גראדע ביי דעם אנקעטע איבער צייטונגען, איז נישט געווען ציפיל חידושים, פשוט ווייל די זאכן זענען זייער קלאר פאר יעדעם. חוץ אפשר אז מאמענט איז אריינגעקומען גאנץ שטארק. אבער עס איז דא געוויסע זאכן וואס איז נישט אזוי שווארץ אויף ווייס וואס די רוזעלטאטען גייען זיין, און וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן זייער אויסגאנג.

איך וועל אנהייבן מיט א זאך וואס איך קלער און האב שוין ספיקות דערין א לאנגע צייט.

אין די לעצטע פאר יאר קע"ה, עפענען זיך גרויסע שיינע עלעגאנטע געשעפטן, בעיקר גראסערי"ס, ווי שוועמליך נאך א רעגן. א שטייגער ווי פאמעגערענע"ט, גארמע"י גלא"ט, ברעדבערר"י, עווערגרי"ן, וכו' וכו' . איז מיין שאלה איז; גייט טאקע דער עולם מער פאר א שיינע סטאר, ווי גוטע פרייזן? די אלע גראסערי"ס האבן געפעפערטע פרייזן, אזש אז מיין פוד סטעמפס וואלט זיך אויסגענוצט נאך א וואך, אבער די געשעפטן גייען אן איינס נאכן צווייטען און אפילו די אלטע מאכן זיך איבער כדי להגדיל הקאנקערענ"ט.

וויל איך פארשטיין אזוי; קודם איז א שיינע געשעפט מיט ביליגע פרייזן א סתירה? קען עס נישט גיין צוזאמען? בלייב מיט דיין הערליכע געשעפט אבער די פרייזן זאלן כאטש זיין מעסיג.
און לאמיר זאגן אז ניין דאן וואס איז די חשבון?

לאמיר נעמן א משל "גארמע"י גלא"ט" ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו עפענען גלייך אנטקעגן איבער כולל! קענסט מיר מסביר זיין זיין חשבון מילא ביסט ביליג און אויך שיין הער איך, אבער כולל ברענגט דאך מענטשען פון איבעראל, ער האט פרייזן וואס קיינער האט נישט, איז וואס איז דיין פלאן?

טראכט איך אבער, אז אפשר האב איך א טעות, אפשר גלייכן יא מענטשען איבער-צוצאלן מיט צוואנציג דרייסיג דאלער, אבי צו האבן א שיין געשעפט, און א גוי יעדע דריי פיס צו זיין בייהילפיג ( כנהוג בברעדבער"י)

וויל איך וויסן דעם דעת הקהל וואו קויפט איר איין, אין א ביליגע געשעפט מיט גוטע פרייזן אדער א שיינע רייכע געשעפט אבער פעפעטיגע פרייזן?[/justify]
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

א שיינע געשעפט ווערט צעביסלעך די סטאנדארט, און קיינער פרעגט שוין נישט היינט פארוואס דארף מען געבן פרייע דעליווערי זאל מען ענדערש געבן די פראדוקטן פאר ביליגער.
און אגב, גארמעי גלאט איז בכלל נישט טייער.
איך פארשטיי נאר נישט די אלע טעיקאוטס ובעקערייען למיניהם וואס ממאכט אין דער געשעפט, מדארף נישט זיין קיין גרויסע פיקח צו פארשטיין אז מיט אזא ריזיגע אויסוואל איז אוממעגליך מזאל נישט אוועקווארפן ריזיגע קוואנטומס סחורה, נו צו וואס לוינט זיך עס.
אבער דאס אמאל זיכער אז א מענטש איז גרייט צו פארציכטן אויפן פרייז פאר באקוומעליכקייט, און איך וואלט נישט געקענט שאפן אין א געשעפט ווי סאיז נישטא קיין שום קאנעקשאן פונעם מוכר ביזן קונה און ביזט א נאו באדי ווי אין כולל, אפילו ער גיט ביליג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז נישט פאראן קיין כלל ביי דעם, עס איז ווי א מענטש
יש לך אדם שממונו חביב עליו וכו', אזעלכע וועלן קריכן 10 בלאקן ביז כולל גראסערי שפארן צוויי טאלער, ווידעראום אנדערע מענטשן וועלן יא באשטיין צוצוצאלן פאר א געשמאקע אטמאספערע מיט רואיגע מוזיק און שיין אויסגעשטעלטע פראדוקטן אויף ברייטע איילס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך גלייב אז עס איז איינגעטיילט און צוויי, עס זענען דא חפצים וואס זענען גענוי דאס זעלבע וואס לכאורה וויל יעדער וויל צאלען דאס ווייניגסטע, קיינער וויל נישט איבערצאלן פארן קען טאנא, משא"כ די שיינע סטארס האבן אבער וואס די רעגעלע סטארס האבן נישט, דאס איז פרישע מעכטיגע סענדוויטשעס, א הערליכע אויסלאג פון פלייש, דעלישעס פרוכט ווי ביי די מרגלים, דאס האט נישט כולל אדער קליינע סטארס
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

פליקער האט געשריבן:דעלישעס פרוכט ווי ביי די מרגלים,

:like :like :like
:lol: :lol:
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די וועלט פון עסן איז היינט מער א עקספיריענס, און אפילו א ארט פארם. אמאל איז עסן געווען א וועג בעיקר צו בלייבן לעבן, שבתים און ימים טובים פלעגט זיין אביסל מער און בעסער. היינט איז עסן חוץ פון א וועג צו בלייבן לעבן, אויך א טערעפיסט פאר טייל מענטשען, און א אדיקשין פאר אנדערע וכו'. ס'שטעלט אויך די מוד פון רוב מענטשן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

פאר א סאך איז עס א געהעריגע 'אוטטינג'!
מ'זעט קאפעלס קומען פון אנדערע שטעט צו שיינע סופערמארקעט'ס און קוקן דיר אן אזוי מיט אזא בליק ווי איינער זאגט: דו ווייסט וויפיל פאן איך האב יעצט?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט