![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
![פארשעמט :oops:](./images/smilies/icon_redface.gif)
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
אבטולמוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:געפילטע, כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל נאר געקוקט די בילדער.
אבער אפילו אזוי, וואס איז די ביג דיעל? סך הכל האבן זיי צאמגענומען אלע פרינטאוטס פאר די מיידלעך און עס שיין געבונדן מיט א הארטן דעקל. כ'זע נישט מה כל הרעש.
[tag]יידל[/tag], דער צענזורירטער חומש איז דווקא יא וויכטיגע נייעס אין דער היסטאריע פון אונזער אכשר דרא'דיגער עוואלוציע, ווייל דאס איז די קולמינאציע פון די קליינע טריט ביז אהין. אויף יעדן שטאפל אין דער עוואלוציע קען מען אנווייזן אז עס איז נישט קיין "ביג דיעל" אין ליכט פון דעם פריערדיגן שטאפל. אבער ביי געוויסע שטאפלען שטעלט מען זיך אפ, און מען באטראכט די גאנצע עוואלוציע ביז אהין. דער אפיציעלער געדרוקטער צענזורירטער חומש איז דעריבער א צענטראלער ווענדפונקט אין דער חרדישער היסטאריע פון אכשר דרא.
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."
דריידל האט געשריבן:ווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול