סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען
ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.
סמבטיון האט געשריבן:ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.
אין דריטנ'ס ער שרייבט עס קלאר אין ויואל משה אין ס'איז נישט קיין פראז פינעם שקרן זריל גליק
אין סתם פאר די אינטערסאנקייט טאקע איז ר' יואליש געווען טויזנט מאל שארפער ווי ר' אהרן אין די וועלט האט אים טויזנט מאל פיינט געהאט ווי ר' אהרן
שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל
כנראה איז דער 'טיימס אוו איזרא'על' נישט אזוי גערעגט אויף דער סאטמארער רבי'ן אבער דער הרב אבינר מאכט א גוטע פאוינט. ער ברענגט דער הלכה פון דשו בה רבים מתיר צו זיין וואוינען דארט, ווייל למעשה די סיכויים פון סכנה איז גאנץ קליין. איך בין אבער נישט אזוי זיכער ער איז גערעכט, ווייל דער דשו בה רבים איז נישט אזוי ווי אנדערע זאכען וואס מענטשען טוהן. למשל, טאמער איינער ווייל זאגען אז טרינקען סאד"א איז אסור עפ"י דין ווייל די אינהאלט איז שעדליך, קענסטו זאגען אז דשו בה רבים און אויף דעם איז דא א היתר פון שומר פתאים ה'. אבער וואוינען אין די שטחים, וואס רוב מענטשען גייען נישט דארט ווייל זיי האבען מורא פון סכנה, און די וואס גייען יא איז נישט ווייל זיי זענען פתאים, נאר ווייל זיי גלויבען אז ס'לוינט זיך און זיי טוהן פאר כלל ישראל און זיי היטען אפ אנדערע און זענען מקיים א מצוה וכהנה וכהנה, זענען נישט ריין פתאים און די סכנה איז נישט אוועק געווישט מיט א דשו בה רבים, וואס לכאורה מיינט אז זיי טוהן עס נישט וויסענדיגעהייט. איך קלער נאר, איך בין נישט זיכער, און בכל אופן איז דער דרשה נישט אויסגעהאלטען און קעגען די הלכה אין שו"ע חו"מ סי' רכ"ח סעי' ד'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
ניין. זיי נישט ברויגז. דאס איז די פאקט. איך האב עס געהערט אויף א איזראעליש'ע נייעס סטאנציע. זיי האבן קלאר ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די בחורים, הי"ד זענען געפינען געווארן דורך ציווילע וואלונטירן און נישט דורך די מיליטער אדער פאליציי. מ'רעדט דא נישט בענייני שיטה. דאס איז פרייע חברה וואס רעפארטן דאס אלס נייעס. און זיי זענען מדגיש דעים פאקט...
ולזה כוונתי
smartinof האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דער איד שרייבט דאך אבער יא ''בחורים''
דער "דער איד" האט נישט מורא אז מ'עט עים באשולדיגן אין זיין א ציוני. ווייל ער איז דאך דער פאבריקאנט. דער מאנופעקטשורער. די זאך אליין. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ועוד. נאך א טעם. די אנדערע צוויי צייטונגען האבן קיינמאל נישט געטון קיין שום פעולה אקעיגן "דעם איד". משא"כ ער, יא. און נאכדעים האט ער נאך געדריקט א "קונטרס הסברה". זיך צו פארענטפער'ן. כאילו ער איז נאך גערעכט. על כגון דא נאמר מאמר החכם "קאזאק הנגזל"...