מי יתננו ירחי קדם, זומער אין שטאט.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1317 מאל

מי יתננו ירחי קדם, זומער אין שטאט.

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

ווער ס'איז שוין אמאל באשטראפט געווארען צו פארבלייבן זומער בבית ארץ אחוזתכם ווייסט זיכער שוין בערך פון וואס די סוגיא רעדט זיך דא.

אך !! א גן עדן התחתון דארט אונטער די בערג נישטא זיינס גלייכן, די פעדער צו ארים, די שפייאעץ צו רייך, למפרט כל הדרה.

ביז נישט לאנגן פארגאנגנהייט, ווער ס'האט נאר געהאט א פאר דאלער, האט זיך אנגעבארגט אין די גאנצע שטאט, לכשירחיב, און זיך געפאקט אין די קאנטרי אריין, צו די בערג, אז עס איז געקומען יום העצמאות, דער פערטען יואליש, האט אויפגעשיינט א זמן חירותינו איברען גאנצען האריזאנט, מנהר מצרים ועד ים פלשתים ממטולה עד הנגב, א פרייע הימל, די הויפט גאסן ווי א מדבר שממה קיין נפש חיה פאר קיין רפואה, פון פרייטאג ביז מאנטאג זענען אלע געשעפטן הערמאטיש פארשלאסען מיט פארלאשענע לעקטער, אויב כ'האב געדארפט א באטעל מילך האב איך געדארפט גיין ביזן קוה, און זי איז אויך נישט דא געווען, אויך צו דער קאנטרי, אזוי אז נאך אמאל האט מען מיך פון שטוב נישט געשיקט אנקויפן האב איך אויך געהאט מנוחה. אוי די מקוה פרייטאג פארן זמן, זכרנו את הדגה, שטיל ווי א פיש, אן עקסטערע הנאה איז געווען זיך אויסצו'חלום'ן ווי די קאנטרי יודן שטופן זיך אריין צו צען קאלעניס אין איין מרחץ'ל, די וועש האלב אויף דר'ערד, די רעקל (?) אונטערן האלצענם באנק, טובל'ן זיך דארט פער 10/15 אין א שמאלע קורצע בור די וואסער קוים ביז די מתניים, וואס וואסער ?! מים אין בו, האלב ......... יא, און האלב מראסט כלשונם, און אונז באדן זיך דא אין גרינעם שמן אפרסמון (קלארין) ווי שלמה המלך בשעתו.

שבת אין בית הכנסת, א גאנצע טיש, פרייטאג צונאכטס צוויי אדער מער, א דאוונען אזוי שטיל ווי א מלא אין א ביה"ח נאך א תינוק שנשבה, קוים ביים ליינען ביסטו געוואר געווארן אז דו ביזט נישט אליינס דא, בין גברא לחברא פארשטייציך. צו שלש סעודות איז נישט געווען ווער זאל תורה און מוסר זאגן האט דער שמש פארגעזאגט מיט די זיבן גרייזן א ווארימע שטיקל ספה"ק אלמוני, נאך פיר מינוט האט שוין די גרעפדשזוס של ברכה געלאנדט בשלום צוריק אין באטעל אריין, פאר נעקסטע וואך אי"ה.

זונטאג שחרית די ערשטע מנין ותיקן, די צווייטע פערטל צו ניין ברכות האלב צען תרנגול הודו, א פאזע פאר שמו"ע פאר ששה מתפללים א פאזע פאר די הויכע פאר תשעה עונים, די דריטע מנין מתי שיתרצו שני הצדדים, און די תיקון ליגט נאך אלץ אויפן טיש פארשעמטערהייט כמעט אומבארירט, ווער יאגט.

צו מעריב האבן אנגעהויבן אויסצושפראצן אחב"י הנתונים בשביה בארץ לא להם, צוריק על המחיה ועל הקללה אויסציען זיך די ביינער פונם שווערן קאנטרי, פאר פרנסה וועגן פארשטייטציך, אויך נישט אזוי געפערליך, אבער די גאנצע מנוחה האט זיך גאנץ שנעל ג'בואי בשלום'ט, בא דאנערשטיג בא מנוחה ווידעראמאל, אויב האט מען געפרעגט איינעם פון די היזיגע צו ער פארט פאר די צווייטע העלפט האט עס געמיינט אזא רמז, פאר דער האט געכאפט וואס מ'מיינט.

ביז עס האט זיך בעבודתינו הרבים אנגערוקט, אומגעבעטן, דער צונאמי בצורת עקאנעמי (טייל מאכן דאס אויס "אקענאמיע", מעגליך צוליב רעליגיעזע סיבות) ועל דא קבכינא, ועל זה ידוו כל הדווים.

לכתחילה אז אז אזעלעכע ריזן האבן זיך געלייגט שלאפן בין איך אויך געשלאפן רוהיג, not my problem, ליהמאן בראדערס קראכט, וואס איז מיר נוגע, פעני מעי וזו' פרעדי מעק זעצן אן, נישט מיין עסק, שעטנז לאברעטארי באנקראטירט, קראצט מיך אויכנישט, אבער ווען ס'איז געקומען די ימות הקיץ האב איך שוין איינמאל אנגעהויבן צו שפירן, אוי! די עקאנעמי נעבעך גענומען אזא פרייע הימל און געלייגט אין די ערד אריין, ווי האט קארל מארקס געזאגט, קאפיטאליזם איז ווי א פירימאד די גרויסע אויבן דרוקן אויף ברייטע מאסן אונטן, אז די גלות אינדוסטריע קראכט, קראכט עס פונקט אויף מיין קאפ ל"ע.

ומעת שבעוונתינו הרבים חסרנו כל אלה אין לנו לא וכו' ולא וכו', לא וכו' ולא וכו'.

נו טייערע ברודער אחים לזיעה ווי געט מען זיך אן עצה ?
האט איינער אפשר עפעס א בייפאל, א חוץ די לעצטע ווייטאגליכע אפשען פון זיך אליינס זיך אריבערפעקלען אהין צו די הרי חושך, נא אל תמנע טוב און לאז מיר וויסן וואס דו וואלסט געטון בעסער פאר ליידיגיין נישט צו דארפן, ווי איך, זיצן שרייבן ארטיקלן אין קאווע שטיבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כעלעם'ר מגיד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר