א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

שליחה דורך פליקער »

די פראבלעים איז אז פאר יעדען אינטערעסירט אנדערע זאכן
א שטארקע אשכול איז זייער א ראלעטיווע טערמין, אמאל קען איינער געיבן א גרעבעכץ ארויס א נעריש ווארט, און עס ווערט א לאנגס און א ברייץ
אמאל קען איינער זאגן א טיפזינע גיטע אשכול ווי ער ברעינגט שיין ארויס א ענין, אבער אין מפטירין אחר הפסח, עס איז שוין נישטא מער וואס מוסף צי זיין, ממילא גייט עס אינטער ווי א אויגן בליק, וואס האט מען עס זאל זיין אויבן אן, מען האט עס שוין געזעין, געליינט נעקט געגאנגען ווייטער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16580
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19137 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הכל תלוי במזל אפילו אשכול שבשטיבל...


טיטאניק, מען האט דיר שוין מסביר געווען אז דער שטיבל איז בכלל נישט סאטמאר געשטימט, עס זענען גראדע פאראן דא מער אנטי-סאטמורים, די סאטמערע זענען ענדערש אין אייוועלט,

די מנהלים/אחראים זענען ענדערש "איידל/נארמאל רעדן" געשטימט, מעגסט זאגן סיי וועלכע דעה אויף א איידעלן אופן (ווילאנג עס איז כלומר'שט בדרך התורה), אבער דאס שימפן און שעלטן און יעדע סאטמארע ווארט ווערט פארוואנדלט אין צואה רותחת מיט ריזיגע גרויסע אותיות, דאס מאכט יעדן צודרייט. דער יסוד איז "א רואיג ווינקל צו פארברענגען", ווי יעדער זאל זיך פרובירן האלטן קיל און רואיג, אויף א פראפעסיאנאלן וועג.
וירח ה' את ריח הניחוח
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גבאי שני »

כוכב האט געשריבן:דאס איז איין אפציע, אדער אפילו א קנעפל בלויז פאר נייע אשכולות וואלט אויך געווען א ישועה.

זעט אויס ווי א גוטער געדאנק. מיר וועלן זען אויב עס איז שייך אויסצופירן.
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גבאי שני »

וועגן טיטאניק'ס באשולדיגונגען ווי כאילו די מנהלים האבן נגיעות פאר איין צד איבער א צווייטע.

גאנץ לעצטענס האסטו געשיקט די באשולדיגונגען צו מיר אין אישית, און כ'וויל מיט דיר מאכן חזרה אויף וואס איך האב געענטפערט.

געשיקט געווארן: זונטאג יוני 22, 2014 12:32 pm
דורך גבאי שני

איך באדויער אז די ביסט אנטוישט, מיר האבן זייער הנאה פון דיין אנוועזנהייט און דו גיסט אסאך צו צום שטיבל. מיר האבן שוין געהאט אויסצושטיין באשולדיגונגען אז מיר רעפרעזענטירן יעדן חסידות און יעדע פראקציע, געוואנדן לויט די נגיעות פון דעם באשולדיגער, אבער ווי פארשטענדליך זענען די אלע זאכן נישט אמת. מיר זענען אפן פאר יעדן שמועס, ווילאנג עס איז מיט רעספעקט, איידל, און אינערהאלב ארטאדאקסישע אידישקייט.

דיינע דעות זענען 100% וועלקאם, און מיר האבן נישט קיין שום טענות אויף דיר פאר'ן זיי ארויסברענגען. אבער אין דיין פאל זענען דיינע הודעות באריכטעט געווארן דורך פילע חברים וועלכע זענען נישט נחשד צו האבן איבעריגע סימפאטיע פאר די דעות קעגן וועלכע דו האסט געשריבן, נאר זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט דעם אופן ווי אזוי דו האסט געשריבן. מיר האבן טראץ דעם גארנישט פארמעקט וואס דו האסט געשריבן, נאר בלויז אפגעטיילט, און געבעטן אז מ'זאל זיך האלטן צו דעם נושא פון דעם אשכול.

איך קען דיר נישט ענטפערן אויף ספעציפישע הודעות פון אנדערע חברים, ווייל איך האב נישט דורכגעליינט דעם אשכול בעיון. אויב דו האלטסט אז איינער האט געשריבן שלא כהוגן קענסטו עס באריכטן, אדער מיר שיקן א לינק דערצו.

עצה טובה: מיר האבן דא אין שטיבל צענדליגער חברים מיט שכל הישר וואס איך בין זיכער אז דו קענסט האבן רעספעקט פאר זיי. קלויב דיר אויס איינער וואס האט נישט קיין שייכות מיט דעם יעצטיגן טומל, און פרעג אים וואס ער האלט. נעם אין באטראכט אז השוחד יעור עיני חכמים, און עס איז שווער אמאל זיך אליינס צו זען.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

שמעקעדיג האט געשריבן:הכל תלוי במזל אפילו אשכול שבשטיבל...


טיטאניק, מען האט דיר שוין מסביר געווען אז דער שטיבל איז בכלל נישט סאטמאר געשטימט, עס זענען גראדע פאראן דא מער אנטי-סאטמורים, די סאטמערע זענען ענדערש אין אייוועלט,

די מנהלים/אחראים זענען ענדערש "איידל/נארמאל רעדן" געשטימט, מעגסט זאגן סיי וועלכע דעה אויף א איידעלן אופן (ווילאנג עס איז כלומר'שט בדרך התורה), אבער דאס שימפן און שעלטן און יעדע סאטמארע ווארט ווערט פארוואנדלט אין צואה רותחת מיט ריזיגע גרויסע אותיות, דאס מאכט יעדן צודרייט. דער יסוד איז "א רואיג ווינקל צו פארברענגען", ווי יעדער זאל זיך פרובירן האלטן קיל און רואיג, אויף א פראפעסיאנאלן וועג.

ווי זעסטי גרויסע אותיות? האק נישט אין די וועלט אריין
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

גבאי שני האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דאס איז איין אפציע, אדער אפילו א קנעפל בלויז פאר נייע אשכולות וואלט אויך געווען א ישועה.

זעט אויס ווי א גוטער געדאנק. מיר וועלן זען אויב עס איז שייך אויסצופירן.

טוט נישט ''נישט געליינטע הודעות'' אויספירן דעם ציל?
אדער פארשטיי איך נישט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'ווייטאגט אז מ'האט ג'דארפט אויפברענגן ברבים א זאך וואס איז אזוי אובאקוועם פאר יעדעם. אבער די מעסעדזש איז קלאר, (און איך באצי מיך נישט צו קיין יחיד אדער א ספעציפישע פאל). קאווע שטיבל איז א פלאץ פון לופטערן דעות מכל המינים, אבער מיט רעספעקט פון אלע זייטן. ווען מ'שרייבט אפילו אויף א שארפע וועג קען עס זיין אן יענעם שטעכן אדער צוקלאפן. למשל:

"דאס וואס דו זאגסט איז שטותים, דו רעדסט נישט צום זאך, די אדמור מ.. האט נישט געטוהן צום זאך, יעצט זענען ענק חוזק"

שרייבן די זעלבע נקודה מיט רעספעקט:

"ס'איז מיר אינטערעסאנט אז האדמור מ... האט געטוהן אזוי, איך האלט ס'איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן, אפשר קענסטו מיר עס ערקלערן?"
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רעאגיר