האט דער גוי עולם הזה?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין אז מען קריכט אריין אין א טיפע דעבאטע וואס איז מעיקרא נישט ריכטיג,

עוה"ז און עוה"ב מיינט נישט די וועלט און יענער וועלט, עס מיינט גוף ונשמה/רוחניות גשמיות. עוה"ז טוט פשוט אפטייטשן גשמיות, בשעת עוה"ב צייגט אויף א דבר רוחני.

דער גוי/עשו האט באקומען אלע תאוות גופניות, ער מעג האבן אלע נישט כשר'ע כלים, ער האט נישט קיין פחד פון זיין ראשעקאל אדער ראש ישיבה... ער קען קוקן, הערן וואס אימער ער וויל אן קיין שום אפהאלט, עסן ווען/וואו/וואס ער וויל, קיינע פראבלעמען מיט כשרות/הכשרים/תעניתים/ניין טעג/פאר קידוש/נאך הבדלה/פארן דאווענען/חמץ פסח/חוץ לסוכה, וכדומה.. ער מעג רעדן אלע לשה"ר ורכילות און זיך פאסמאקעווען מיט יענעמ'ס שמוץ, ער מעג עובר זיין אויף די שלש חמורות (כ'רעד נישט יעצט געזעצליך אדער וואס אנבאלאנגט ז' מצווות בני נח), מוז נישט לערנען, מוז נישט דאווענען, מוז נישט אויפשטיין צו זמן קר"ש, דארף נישט טראכטן פון קיין טהרת המשפחה, ער קען פארן הוליען ווי אימער אין די וועלט אן דאס מינדעסטע דאגה פון רוחניות/ביהמ"ד/כשרות/שמירת עינים, ער קען גיין הוליען כמעט נאקעט אין גאס, ער קען גיין אין קאלדעזש :P , ער קען דרייוון א רויטן ספארטס קאר און באהעפטן מלאחור א גרויסן ספיד שיפל, ער קען אנטון וועלכע סארט בגדים עס שמעקט אים/איר, קען גיין וועלכע גלעזער ער וויל, ער מעג אפילו שפריצן כל מיני דיאדרענט און זיך שאוערן מיט שמעקעדיגע זייפן! ער מעג זיך חבר'ן מיט וועם ער וויל, ער מעג טראכטן וואס ער וויל, ער קען טשוזן וועלכע אמונה ער וויל אדער אפילו זיין אן אטעאיסט... נישטא קיין האצקעריי אדער הוליעריי פון וואס ער מוז זיך צוריקהאלטן. נישטא קיין גדרים וסייגים אויף גארנישט. ער איז א גענצליך-פרייער מענטש, בגוף.

אויף יענע וועלט פארט עס ווייטער אויף דעם מהלך. אויב איז ער געווען מחסידי אומות העולם, איז פאראן א ספעציעלע גופניות'דיגע/גשמיות'דיגע גן עדן, ער וועט זיך דמיון'ען ווי דער בעל עגלה מיט גוטע פערד, אדער א מעכטיגן פארערי אויטא אויף א שפאגל נייעם אויטאבאן ראוד אין גערמאני, קען אפילו זיין 70 נקיבות פאר די אראבער... ער וועט זיצן מיט זיינע בעלי תאוה אינאיינעם און מאכן א לעבן ([tag]הוגה[/tag], פליז נעם מיך נישט אויפן צימבל פון וואו איך ווייס, כ'האב עס געזעהן אין עפעס א מעשה בוכל, ומשם תדרשנו...)

משא"כ דער איד, להבדיל, דער איד!! דער חלק אלקי ממעל, אה! זיין לעבן איז א נשמה, א רוחניות, ער שפירט א טעם אין רוחניות, אין גשמיות איז ער היבש באגרעניצט, יעדע צווייטע זאך טאר מען נישט, ער קען קיינמאל נישט טון וואס ער וויל, ער איז געבונדן צו א שו"ע 24/7, כל ימי חייו, ומינה לא תזוע, ממילא זיין גוף קען נישט נהנה זיין פון די אלע תאוות, אבער ספיריטואל און רוחניות'דיג האט ער די וועלט און יענע וועלט... די תורה הק' וואס כי הם חיינו ואורך ימינו, און לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, דאס קען נאר א אידישע נשמה שפירן, דער גוי שפירט א טעם אין א בלאט גמרא אדער נשמת אזוי ווי דער איד שפירט אין א לאבסטער, די גמרא קלעבט אויף אים ווי ארבעס צום וואנט.. און ווידער בעוה"ב איז דאך זיכער אז דער איד איז נהנה מזיו השכינה און פארברענגט אינאיינעם מיט די אבות הקדושים, עס איז א תענוג וואס לאזט זיך נישט באגרייפן, עין לא ראתה אלקים זולתך, עס איז אלעס הויל רוחניות.

כנלענ"ד מפי ספרים וסופרים.....

און וואס טוט זיך מיט דעם פרומען אראבער, אדער דעם הייליגען קריסט, ער איז אויך באגרעניצט, ער איז אויך אויף דעם זעלבען מצב ווי דער יוד?, דיין גאנצע פשעטיל איז אויף איין זייט געקוקט, מען קען עס פונקט אזוי מסביר זיין אויף די צווייטע זייט, אז אפילו גשמיותדיג גערעדט איז גוט צו האבען רעסטריקשענס, און רוב מענשטען גייען נאך געוויסע אן דאס אליין בוחר זיין, סאיז נישט מוכרח דיין תורה
בפשטות, די טיילונג פון יעקב און עשיו איז נישט דווקא צווישען יידן און גוים, נאר צווישען גלויביגע, און נישט גלויביגע, יעקב סימבלאזירט, א פרומען גלויביגער, און עשיו סימבלאזריט, א פרייער פויגעל, געט נישט קיין ניקל פאר פרומקייט און גלויבען, און עס האט נישט קיין שייכות, מיט עם הנבחר אדער עם סגולה נאר אלע וואס גלייבען, נישט קיין חילוק וואס, און אלע וואס גלייבען נישט, נישט קיין חילוק ווער, גייען אריין און דעם טיילונג.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]כוכב[/tag] דא רעד מען אויך פון ממש פון די ענין
viewtopic.php?f=10&t=891&hilit=
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סמארט, זאגסט ריכטיג.

איך ווינדער זיך אלץ צי דער אראבער וואס היט די שטרענגע שאריא געזעצן און האט נישט קיין הנאה אויף דער וועלט, צי באקומט ער כאטש יענע וועלט? אדער ער בלייבט א קרח מכאן וחוקת מכאן?
וירח ה' את ריח הניחוח
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

דער מוסלעמינער וואונדערט זיך די זעלבע אויפן חסיד וואס היט די שטרענגע חסידישע געזעצן, אויב וועט ער זיין אויסגעשפילט לעת"ל...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך פארשטיי נישט וואוהין דו צילסט...
וירח ה' את ריח הניחוח
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

איך ציהל נישט אין ערגעץ, איך זאג סתם אז יעדער איינער קוקט עס אן פון זיין באקס.
אמאל איז אינטרעסאנט צו ארויסגיין פון די באקס פאר א מינוט, און גלייך שנעל צוריק אריינלויפן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איינמאל מ'איז שוין ארויס פון די באקס איז מער נישט אינטערעסאנט צוריק אריינצולויפן.
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נעמטס דעם יאיר און הענגטס אים אויף א בוים.
:lol:
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

if you only want this world
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

פון גירסה דינקותא דערמאן איך זיך א שמועס וואס איך האב לכאורה געהערט אין חדר/ישיבה קטנה.

אז טאקע אויף די וועלט איז יעדער איינער פאריאגט אין מלא צרות יגון ואנחה אידן ווי גוים צוגלייך.
אבער אונטערן באוואוסטזיין טראכט צו זיך די מענטש, העולם הזה דומה לפרוזדור, ס'איז טאקע שווער דא אבער ווארט נאר ווארט! באלד קומט די ריכטיגע! ביי יעדעם זיינס, ביי איינעם א מענסיאן מיט א 50 עקער גארטן אנלימיטעד פיצא אינקלודעד... און ביי איינעם שבעים ושתים צדיקות אן קאנדאמס...

וועט מען פרעגן א גוי "?Will you go to paradise" וועט ער ענטפערן "...Sure! what's the question? I'm such a good guy! with so many good deeds", ממילא אונטערן באוואוסטזיין לעבט ער רואיגער...
משא"כ ביי א איד אויס וועט מען עם פרעגן "ביזט אזוי זיכער אז דו וועסט גיין אין גן עדן??? וואס וועט זיין די תירוץ? עה... יודע בהמה נפש צדיקו... כ'ווייס? וויפעל מ'ווערט ליידער נכשול...
ממילא אונטערן באוואוסזיין איז ער גארנישט אזוי רואיג אויף די וועלט...
ממילא די subconscious רואיגקייט פון א גוי איז זיין עולם הזה און די subconscious דאגה פון א איד מה יהיה לאחר מאה ועשרים דאס נעמט אים אוועק די גאנצע עוה"ז...

איי די אטעאיסטן? תיקו...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אמר רבא: לא נברא העולם אלא לרשעים גמורים או לצדיקים גמורים". [ברכות סא, ב].
I have a dream
Martin Luther King ~
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Who told you that there exist such a thing as "atheist"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יין שרף :like :like

איך האב דאס געלייענט אלס קינד אז דער בעל שם פון מיכלשטאט האט דאס געענטפערט פאר זיין פריץ... (נאך איינער האט געלייענט יענעם בוכל..?)
וירח ה' את ריח הניחוח
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

ס'איז ידוע וואס א באוואוסטער בעל תשובה אין א"י האט געזאגט, נאך וואס ער איז געווען אלץ פרייער בעל עבירה ביים שפיץ גליק, מיט אלע תאוות עוה"ז, האט ער שפעטער געזאגט די גרעסטע תאווה קומט נישט צו, לא מיבעי צו א שעה תורה רציפות אדער א ווארעמע נשמת, נאר אפילו צו א שטיקל שבת'דיגע טשאלענט און קוגל, והדברים עמוקים!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

א פינטעלע וואס איז גאר מערקווירדיג, וויפיל "גליקליכע גויים" האבן פון איין מינוט אויף די צווייטע זיך גענומען דאס לעבן אדער אריינגעפאלן אין א טאטאלע דעפרעסיע, ווען בלויז איין טרעפל פון זיין לעבן האט אנגעהויבן גיין נישט ווי זיין חלום, איין גליטש אין זיין כבוד, צו א חבר / חבר'טע וואס האט אים איבערגעלאזט, צו ער האט זיך פארהאנקערט אין לעגאלע ענינים, צו די באנק וויל צונעמען זיין הויז וכו'.

בשעת דער אידעלע אין דער צייט האלזט דעם רבוש"ע כביכול, ער שטארקט זיך מיט ביטחון, ער נעמט ארויס א תהלים'ל, זעצט זיך אריין לערנען אפאר שעה, קומט א שבת און מ'דערהייבט זיך צו די העכערע ספערן.
דאס הייסט געלעבט מיט א געשמאק, מיט אינהאלט און תוכן, דאס איז עוה"ז און עוה"ב אינאיינעם.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ווען מ'נעמט זיך די פאר מינוט און מ'טראכט אריין וויאזוי די "אמיש" מענטשן לעבן אין אמעריקע, און וויאזוי זיי פראקטיצירן זייער שטרענג-קריסטליכע רעליגיע, איז עס אויך נאר מיט דעם בליק פון "יענע וועלט" גן-עדן קעגן גינהום.

די אמיש מענטשן האבן נישט קיין טעלעפאן, קיין אינטערנעט, קיין קארס, עלעקטעריק, וואשער-דרייער, נישט קיין מייקראוועיוו און נישט קיין וועקיום קלינער. זיי לעבן גענוי ווי טויזנט יאר צוריק, נישט ווייל זיי ואוינען אין תימן און קענען עס נישט האבן, נאר זיי וואווינען אין אמעריקע פינקט ווי אונז און זיי נעמען די רעליגיע אזוי סטריקטלי, אז דער עיקר איז יענע וועלט און די וועלט איז נישט געמאכט צו הנאה האבן - במלוא מובן המילה.

שטעליט זיך די פראגע: זענען זיי ווייניגער העפי פון סתם גוים? דער תירוץ איז: ניין. זיי לעבן רואיגער, סאך רואיגער ווי להבדיל מיר אידן. ווייל זיי האבן נישט קיין שום פרעשור, זענען קיינמאל נישט אווערדרעפט אין די באנק, ווייל זיי האבן נישט קיין באנק אקאונט. זיי האבן נישט קיין שום קריים, און זענען צופרידן מיט וואס זיי האבן.

און מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין ברירה. קיינער צווינגט זיי נישט צו בלייבן. יעדער אמיש קען זיך גיין ווען ער וויל, אבער 90 פראצענט פון די אמיש קינדער האבן חתונה מיט אמיש מענטשן און בלייבן אינעם סיסטעם.

דער תירוץ איז קלאר: שוואויל-טאג מאכט נישט העפי.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

דער יסוד פון ווער עס איז בשמחה און ווער נישט, ווער עס האט "עולם הזה" און ווער נישט, האט נישט מיט רעליגיע ספעציעל, אין מיין האמבל אפיניען:

ווער עס איז א עכטער מסתפק במועט - דער איז בשמחה! דער האט עולם הזה. עס איז נישט לייכט.
קענסט עס נאר באמערקען ווען:

ער וואוינט פרימיטיוו (אפילו ער קען עפארדן).
ער גייט אנגעטאן פשוט. און זיין פרוי און קינדער גייען נישט מיט די לעצטע סטיילס אפילו אנדערע האלטן זיי זענען "יאנטשי".
דרייווט א פשוט'ע דזשעלאפי קאר, ווייל עס פארט! און אים גייט נישט אן וואס יעדער זאגט אדער טראכט!

יעצט, ווען דער פרימיטיווער מענטש גיט "צדקה" פאר אנדערע, און פארגינט פאר אנדערע אזעלכע סטאנדארטן וואס ער דארף נישט - דער האט געפעסט דעם טעסט.

דער איז בשמחה. אלע אנדערע פעלט שמחה. קיין אונטערשיד וועלכע פארטיי/חסידות ער גלייבט!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

צערייסט מיך נישט!
קנאה און זשעלעסי איז דא ביי יעדן, ליידער אויך ביינ'ונז, אבער ביי גויים איז עס פיל ערגער און טיפער, טויזענטער מאל אזויפיל, דארט איז תחמוד א טעגליכע ערשיינונג סיי אויף ווייבער און אויף אנדערע זאכען, כ'אב געהערט פון א גויעשען שכן זייער סאסך דערוועגען, ער אליינץ ווען ר'פלעגט רעדען פון זיין בוזעם פריינט וואס איז רייכער פון אים, פלעגט ער רעדען מיט אזא מין האס און ס'האט געגאסען אפענע קנאה, אפילו ער אליין איז אויכעט נישט קיין ארעמאן, ער איז אריין אין די מסכתא פון זיין זיווג שני ווי זיינס א ארבייטס קאלעגע האט אים מקנא געוועזען ביז ער האט איר באקומען, דערנאך האט ער חתונה געהאט מי זיין זיווג שלישי, וואס דוכט זיך זיי האבען אויכעט אנגעהויבען די שידוך ווען זי איז נאך געוועזען ביי א צווייטען, די לעבען ווערט אויפגעגעסען פון קנאה, און ווען ס'איז נישטא קיין אמונה און ביטחון אז זאכען זענען באשערט, קענען די רייכסטע באשאנקענסטע מענטשען זיין די אומגליקליכסטע
ורקב עצמות קנאה

איך האב געוואוינט נעבען גויים, כ'האנדעל אסאך מיט גויים, די קנאה און כבוד לעבען איז דארט א דיזעסטער, ס'איז א פאקט :!:
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

איך זעה נישט דיין פאינט.

דער גוי וועט פאר "תאוה" און אומצופרידנהייט נאכלויפן הונדערטער מיידלעך, און זיין חתונה האבן מאכט אים נישט העפי און צופרידן - משא"כ להבדיל אלף אלפי הבדלות, מיר אידן, אחב"י הדרים בעיר ניו יארק, וועלן פאר אונזער תאוה פון געלט זאגן ליגנט און נעמען פראגראמען, און אויסשפילן די קרעדיט-קארד קאמפאני, מיטן' נישט באצאלן די חובות, און מאכן "שארט סעילס" וכו' וכו' וכו', - וואס מ'וואלט זיכער נישט געטאן אויב מ'וואלט געהאט שלוות הנפש, און בטחון אין באשעפער, אז דאס וואס איך דארף האב איך, און דאס וואס איז מיר באשערט וועט מיר אנקומען כשר וישר.

ווער עס לעבט פאר זיך, צופרידן און איז א שמח בחלקו און זיכט נישט צו געפעלן פאר אנדערע, וועט נישט טאן די אויבנדערמאנטע זאכן. ליידער דאס רוב פאלט דורך.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

און ווער ס'איז עכט צופרידן מיט זיך און זיין לעבענס שטייגער וועט נישט זיין ביזי מיטן זאגן ווי אומצופרידן "דער גוי" איז.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיינסט צו זאגן, ער וועט עס זיכער זאגן דא און דארט, אבער נישט זיין "ביזי" דערמיט. ריכטיג??
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

עהם, האסט אמאל געזען אן עושר זאגן דא דארט פארוואס און וויאזוי זיין לעבן איז בעסער ווי דעם אריממאנס?
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

זייט מיר מוחל פון פאראויס, ס'דא דא עטליכע ניקים, וואס קוקט אויס פון זייערע תגובות אז זיי האבן שוין לאנג נישט, אדער קיינמאל טועם געווען קיין טעם אין תורה, עבודה, אדער בייקומען א נסיון, אויב קען איינער פארגלייכן אטעאיזם, די הוילע עוואלוציע, אדער גאר די קראנקע קוראן להבדיל אלפי אלפים הבדלות צו אידישקייט, ווייזט עס אז זיי פארפאסן גאר אן אינטעגראלער חלק אין זייער לעבן.. כנראה ווי די סארט אידן לעבן אין א נעפל אדער פארמאכטן שאכטל, און וועלן שטענדיג זען אידישקייט מיט א שווארצע ליילעך און מיט שטומפיגע ברילן..

סליחה עוד הפעם..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
פארשפארט