וואס די פרשה פון קרח לערנט מיר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

וואס די פרשה פון קרח לערנט מיר

שליחה דורך נהורא נפישא »

מיר האלטן טאקע שוין צוויי וואכן דערויף, אבער איך האב פונדעסטוועגן געוואלט מיטיילן אן אינטערסאנטע געדאנק לערנענדיג איבער די מחלוקת קרח ועדתו, כ'וועל עס מאכן אין קורצן.
מיר געפונען קרח'ן צו זיין א געמישטער פערזענליכקייט, פשטות אין פסוק ווי אויך אין חז"ל ווערט ער באטיטולט אלס א רשע (חטאים האלו בנפשותם) א לץ (מתלוצץ מציצית ומזוזה) א כופר (בנבואת משה ותורה מן השמים) א בעל מחלוקת שלא לש"ש (נישט ווי בנות לוט פוטיפר פנינה ועוד שלש"ש נתכוונו) אבער בחדא מחתא א חכם גדול דער מנהיג פון די ר"ן ראשי סנהדראות, א שטיקל נביא, וביותר פון תורת הסוד ווער אין אים געזעהן א צדיק, א נשמה גבוה, וואס דוקא לעת"ל וועט מען זיין ראוי אז ער וועט ממונה ווערן אלס כה"ג, די דורשי רשומות מערקן אן צדיק כתמר יפרח ס"ת קרח, פונדעסטוועגן נישט ווי ביי ראובן שאול דוד בני עלי שלמה ועוד ווי חז"ל זענען זיך מתייגע צו עלימענירן אדער מינימיזירן זייערע חטאים, איז אבער דא ביי קרח פרשה זו יפה נדרשת.
אלזא וואס מזעהט לכאורה פון דא ועוד מקומות אז פערזענליכקייטן קענען זיין מער קאמפליצירט ווי סתם זיי באטיטולן אלס רשע אדער צדיק, סקען אמאל זיין אז מקען זיין ביידע בבת אחת, לדוגמא א רשע מיט דעם וואס ער פארלעצט דיני התורה אבער צו די זעלבער צייט א צדיק מיט דעם וואס ער טשעמפיאנירט פאר אידישע ווערדן און צוועקן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פרשה זו יפה נדרשת!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]
נהורא נפישא האט געשריבן:סקען אמאל זיין אז מקען זיין ביידע בבת אחת


איך הער וואס דו זאגסט, און ס'ליגט עפעס אמת דערונען. למעשה זעהט מען אבער אז ער האט געהאט א ביטערן סוף, אלא מאי קען מען נישט זיין קיין פוסח על שני סעיפים.[/justify]
באניצער אוואטאר
קענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קענער »

עס שטייט אז קרח האט געהאט גאר א גרויסע נשמה, און גאר אסאך מעלות בתורה ובעבודה און די כלל איז אז ווען דער באשעפער וויל געבן א מענטשן א גרויסע מתנה הראוי לו, גיבט ער עם קודם א נסיון און אויב קען ער ביישטיין די נסיון באקומט ער די מתנה
די ענין זעט מען זייער אסאך אין תורה נביאים כתובים מאמרי חז"ל און סיפורי צדיקים
די פראבלעם פון קרח איז געווען טאקע דאס אז ער איז נכשל געווארן אין די נסיון, ווייל ווען קרח פאלט נישט דורך וואלט ער באקומען גרויסע מתנות אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין מדרשים און אין ספרים הקדושים

ווי פלעגט דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע זאגן? דער הייליגער זיידע קורח שיינט אין גן עדן און די באבע ברענט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זייער שיין.
פון מדרש איז משמע אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א טעות. קרח איז נישט געקומען לחלוק על משה לכתחילה, ער האט זיך טועה געווען מיט א חשבון, און געהאלטן אז ער דארף זיין נשיא.

לפי דעם קען מען זעהן נאך א זאך פון פרשת קרח, אז אמאל אויב מ'מאכט א טעות מעג מען מודה זיין, טעיתי, און נישט ווערן פארקראכן פון גאות, און זיך האלטן ביים דעה און פירן מחלוקת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

נהורא נפישא האט געשריבן:מיר האלטן טאקע שוין צוויי וואכן דערויף, אבער איך האב פונדעסטוועגן געוואלט מיטיילן אן אינטערסאנטע געדאנק לערנענדיג איבער די מחלוקת קרח ועדתו, כ'וועל עס מאכן אין קורצן.
מיר געפונען קרח'ן צו זיין א געמישטער פערזענליכקייט, פשטות אין פסוק ווי אויך אין חז"ל ווערט ער באטיטולט אלס א רשע (חטאים האלו בנפשותם) א לץ (מתלוצץ מציצית ומזוזה) א כופר (בנבואת משה ותורה מן השמים) א בעל מחלוקת שלא לש"ש (נישט ווי בנות לוט פוטיפר פנינה ועוד שלש"ש נתכוונו) אבער בחדא מחתא א חכם גדול דער מנהיג פון די ר"ן ראשי סנהדראות, א שטיקל נביא, וביותר פון תורת הסוד ווער אין אים געזעהן א צדיק, א נשמה גבוה, וואס דוקא לעת"ל וועט מען זיין ראוי אז ער וועט ממונה ווערן אלס כה"ג, די דורשי רשומות מערקן אן צדיק כתמר יפרח ס"ת קרח, פונדעסטוועגן נישט ווי ביי ראובן שאול דוד בני עלי שלמה ועוד ווי חז"ל זענען זיך מתייגע צו עלימענירן אדער מינימיזירן זייערע חטאים, איז אבער דא ביי קרח פרשה זו יפה נדרשת.
אלזא וואס מזעהט לכאורה פון דא ועוד מקומות אז פערזענליכקייטן קענען זיין מער קאמפליצירט ווי סתם זיי באטיטולן אלס רשע אדער צדיק, סקען אמאל זיין אז מקען זיין ביידע בבת אחת, לדוגמא א רשע מיט דעם וואס ער פארלעצט דיני התורה אבער צו די זעלבער צייט א צדיק מיט דעם וואס ער טשעמפיאנירט פאר אידישע ווערדן און צוועקן.

עס נישט דווקא קרח, זמרי בן סאלי איז דאך אויך געווען, א גרויסער איד, געוואלט מתקן זיין מיט עובר זיין, און לשה"ק ווערט דאס גערופען עבירה לשמה, עים איי רייט?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

פון ישמח משה זאגט מען נאך אז אויב וואלט ער געלעבט אין יענע צייט וואלט ער געשטאנען אין די זייט נישט גענומען א צד. יא?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
קענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קענער »

דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געזאגט אז ער איז געווען אויף די וועלט 3 מאל
איינמאל זייענדיג א שעפעלע אין יעקב אבינו'ס סטאדע, און ער איז געווען די מעשר בהמה, און האט געוויזן אז ער האט נאך א רויטע צייכן פון די שמיץ מיט די ריט וואס מען פלעגט שמייסן דער צענטער מיט א ריט וואס איז געווען איינגעטינקען אין רויטע פארב אז די מעשר זאל זיך נישט אויסמישן מיט אנדערע שאף
די צווייטע מאל ביי די מעשה פון קרח, האט מען עם געפרעגט "וועלכע צד איד דער רבי געווען"? האט ער גענפערט אז ער איז נישט געווען אויף קיין איין צד און ער איז דעמאלס געשטראפט געווארן אז זיינע אייניקלעך וועלן זיך קריגן מיט די גאנצע וועלט, אפילו אויב זיי וועלן זיין א וואלד וועלן זיי זיך קריגן מיט די ביימער.
די דריטע מאל איז ער געווען ירמיהו הנביא, און דערפאר האט ער אריינגעלייגט אזא עבודה אין קלאגן אויף די חורבן און אויף צפייה לגאולה
די פערטע מאל איז יעצט אלץ אוהלער רב
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:פון ישמח משה זאגט מען נאך אז אויב וואלט ער געלעבט אין יענע צייט וואלט ער געשטאנען אין די זייט נישט גענומען א צד. יא?

איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דאס ארבייט, ווייל היינט איז דאך שוין א הלכה אז מען דארף גלייבען און משה רבינו בתור נביא, איז וויזאוי וואלט ער געשטאנען און די זייט ווען דבר ה' ווערט געהערט, כ'מיין און איך דאס ניצען ביי די צייטען פון ירמי', אז בשעת ווען ירמי' האט געזאגט מוסר פאר די יידן בין איך געשטאנען און די זייט, וויסט עטס דען וואס פארא סודות די יידן האבן מכוון בשעת'ן זינדיגען, וואס זענען די גיידס ליינס
פארשפארט