אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך פליקער »

אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

איך פאר שוין אין קאנטרי שוין פיל יארן, אבער למעשה ווען איך פאר ארויס האב איך א געפערליכע מזל אז איך טראסקע אלע מאל אריין אין טרעפיק, וואס קען דאס מיט מיר זיין, די זעלבע צייט וואס איך פאר, פארן דאך נאך טויזענטער מענטשען, אבער איך שטעק אלע מאל אריין מיין קאר אין טרעפיק, ווען איך פאר מאכט זיך אלע מאל עפעס א פאנטשער, אז איך פאר אויפן עפ-די-אר, קיק איך אויפן בי-קיו-אי, דארט רייסט מען, איך קארגע חזר טראכט איך צי זיך, איז נישט ווערט צי פארן דארטן, וועסטו צאלן עפעס געלט, אבער אפקימען מיט ווייניגער צייט, דאס אנדרע מאל נעם איך קאראש, און איך שלינג איין עפעס באראיגינגס פילן, איך פאר אויפן בי-קיו-אי, אבער צי מיין שלאקס מזל, באקים איך די זכיה צי קיקן אויפן סטאדיום פאר א שעה, ווייל אויב דריי איך מיין קאפ צי לינקס און איך זעי ווי אויפן דרייוו שמייסן די קארגע זעכציג מייל א שעה, כאפ איך א בליט שטורץ, איך פלאץ ממש אוועק, אז איך זיץ און טרעפיק, און נאך באצאלט ווי טאטעלע, איך טי דאן הייליג שווערן מער נישט אזוי צי טיען.

איך הייב אן דעים וועיג מיט גוגל מעפס, אויב בין איך מסופק בליק איך אויפ וועיז, איך הער אויס אלע מענטשעלעך, יעדער באפעילט א אנדערער וועיג, איך זיך נאר די גרינע וועיגן, אלע זאגן אן קיין פראבלעים, נישט געזארגט מיר האבן פאר אייך א וועיג, עס גייט נעמען איין שעה מיט אכט און פיפציג מיניט, איר גייט אנקימען גענוי עלעף מיט איינס א האלב, איך בין פריילעך, אזוי פריילעך אז איך סטאפ אריין צי דרילער אויף לי, פאר א ווי איי פי, מיט א ברוינע איי, מיט א ריזיגע ביין, זיכער געוועין א שור נגח, איך פאר ארויס העפי, אבער מיין שוידער הייבט זיך גלייך אן, א מינדערליכע פארלעינגערינג, נאר א רויט לייט, א בעק לאג, א באטל נעק, א קאטשאפייע נעק, איך הייב אן טראכטן, ווי אזוי האט שוין וועיז געוויסט פינעם רויט לייט, נאך איידער עס איז געוועין, איך בין מחליט אז קען זיין בשעת מעַנשְה ווען איך האב דורך געפירט מיין סערטש, איז פינקט געוועין גרין, וועיזעלע ריקט ארויף די זמן ווען איך גיי אנקימען אן איבריגע פאראיבל מיט פינף מיניט, נישט קיין גרויסע מאלער, העליך אנקימען עלעף מיט זיבן דריי עפערטל, עני וועי האב איך דאך נישט אריין גערעכנט די סטאפ פאר געז אין ניו ג'ערסי.

אבער ווי א גזירה מן השמים, איך מיז בכל אופן זיצן אין טרעפיק, אין עצה ואין תבונה, די וועיג אריין צים עפ-די-אר פינעם בריק, די קליין שטיקעלע וועיג נעמט צוואנציג מיניט, גרויסע וועיז מיט גוגל מעפס, זעיען וואס דא גייט פאר, זיי מאכן שנעל א מיטינג, מואב מיט מדין מאכן שלום, עס איז נישט דא קיין ברירה, מען גייט פארבן די וועיג רויט, ווער וועט זיי קלאגן, א געשעפט האבן זיי, מען ציט ארויפ דעים זייגער, זיי זאגן נישט אז די וועיג פון אנפאנג ביז אהער גייט נעמען צוויי דרייע פערטל, דעיס קען דאך שאטן פאר זייער רעפעטאציע, נאר וואס דען, פון דא און ווייטער מהיום והלאה, נאר נאך א שעה מיט פיפציג, פיצי ווערטער ערגעץ אים זעי באר, לכאורה אינעם עגרימענט ווען איך האב געדריקט עקסעפט די עפפ, תינח אויב די גייסט אויפ עפעס א וועיג פארן אויף זיבעציג מייל א שעה, ווייל די זייגער ריקט זיך נישט, עס בלייבט ביי די שעה פינף און פיפציג, און איך פאר דאך זערא מייל פער שטונדע, ווי אזוי קען זיין אז איך גיי אמאל אנקימען, מיז על כרכך זיין אז זיי אינטרעסירט טאקע גארנישט, זיי וועלן זיך האלטן צי די צייט, ביז עס וועט ווערן ווייניגער.

איך בין דאך פארגעשריטן, א פעסטע וועיזער מענטשעלע, זיי געבן מיר א פאפ אפ, ווי זיי פרעיגן זיך ביי מיר, צי איך זעי א ציבראכענע קאר אויף די רעכטע זייט, אין טרי קוואדער אוו עי מייל, אויב יא לייג א לייק, איך גרייט זיך שוין מיט א שמחה יתירה, איך זיך די קאר, און יא! איך זעי עס, אבער דאן בין איך עס שוין דורך געפארן, די פאפ אפ פרעיגט שוין א אנדערע קשיא, איך שפיר איך וויל ציריק בעקן, איינער פיייפט, עט פימפער נאטער האט רעפארטעד דא פאליס "הידן", פאר צוויי טאג ציריק, זעיסט עפעס, איך ווער נערווירט, איך וויל וויסן עפעס וועיגן איצט, איך שריי זיי אן, איך בין אין טרעפיפיק, וואס פארשטייסטו נישט.

איך זעי עפעס א רייכע מענטשעלע אויפן סקרין, שוין ווייסעך וויפיל לייקס, איך נעם מיך נאך פליען יענע מענטשעלע, עפעס א אינערליכע רייץ וואס נאר וועיז פארשטייט, ער האט זיכער א מיני ווען, עפעס א חסיד פון עלפ צוויי עלפ, זיכער עפעס א פליקער, מיר גענעינען זיך, פליצלינג ער נעמט זיך פליען, איך קיק ווער עס איז משוגע, ווי אזוי קען ער פליען, איך פאר קוים צעין מייל א שעה, איך ווער מער נייגעריג, איך נעם נישט אראפ מיין אויג, איך פארליר אים שיעור נישט צעין מאל, צי מזל די וועיג עפענט זיך, איך מקל נאך יענע מענטשעלע, איך שטעל איין צעין פוינטס אויף מיין לייסענס, מיר זענען שוין זייט ביי זייט, איך קיק אויף מיין רעכטע זייט, ווי עס שטייט קלאר אויפן מעפ, אז אויף מיין רעכטע זייט געפינט ער זיך, אבער איך בין דאך אינדע רעכטע לעין, אפשר איז ער אינעם איסט ריווער, פינקט אריין געפאלן, איך קיק ימינה ושמואל'ה, אחור וקדם, אין קול ואין עונה, נישטא גארנישט, די גאנצע מעשה איז א שפיל, קיינער איז נישט קיין מענטשעלע, זיי האבן סתם פאפעלירט דעים בארד מיט מענטשעלעך, איך ווער אזוי און כעס, אזש איך אנאינסטאליר שיער דעים עפפ, איך וויל נישט וויסן פון גארנישט, עס שיקט מיך אויף יעדען פאריקטן וועיג, איך וויל ארויפ אויפן וואשינגטאן, שיקט זי מיך צין ווילעס עוועניו בריק, גיבט נישט אויף, האלט זיך ביי אירס, און אז איך פאלג נישט, פאר רשעות, מאכט עס גלייך מיין וועיג א שעה לעינגער, אבער ווען איך בין פולי סטאפד, דאן ריקט זיך נישט גארנישט, דאן גיי איך אנקימען נישט געזארגט, פינקטלעך צי די אפגעשמיסטע צייט.

איך בין שוין ערמארדעט, אויסגעמאטערט, איין אטעם געבליבן צי מנחה, איך מיז מאכן א עמערדזשענסי סטאפ אין מנחה עריע, א מסכת פאר זיך, פיינעלי טרעפ איך צעין פיפצן חברים, יעדער זאגט מיר, אינטערעסאנט אזא שנעלע וועיג קיין מאל נאך פריער נישט געהאט, די גאנצע וועיג אהער גענימען דרייסיג מיניט, זאג איך ס'קען נישט זיין איך קים דאך פונקט, נע איך בין קליג, איך קיק אויף וועיז, איך האב גענימען די ליקלאן טאנעל, דורך די וועסט סייד הייוועי, יעדער האט געוויסט נאר איך נישט, אדער סתם שקרנים, עפעס אזא פיפיקייט אז ער איז נישט געזיצן אין טרעפיק, זיין צייט איז צי טייער פאר טרעפיק, ער איז צי ביזי פאר אזעלכע נערישקייטן, ווען ער פארט רייסט אלעס, ער האט א טשערי לייט אדער וואס נישט, שוין קיין מאל נישט וויסן דעים אמת.

אקעי איך בין שוין נישט מקפיד אזוי שטארק, איך בין שוין עפעס ציגעוואוינט צים מצב, ציפיל קארן אויפן וועיג, מען ברויך פארשטיין, עס קימט א וויקענד, אבער פארוואס צינד טרעפיק אן מיין בעסקיסע אלארם, יעדע מאל וואס עס מאכט זיך טרעפיק, פינקט דאן ברויך איך אויסער געוועינדלעך ארויס, און ווען עס עפענט זיך אויפ די וועיג, עפענט זיך אויך אויף איבריג פלאץ און זעקל, איך איך פארשטיי נישט פארוואס איך האב פריער געברויכט בכלל, דאן האב איך שוין געניג צייט, איך קען דאן אפילו זיך אפשטעלן ביי יעדע בעסקיסע און זיך בודק זיין און איבערצייגן אקע אז איך בין לער, אבער עס מאכט זיך נאכאמאל טרעפיק ווערט די דראנג צי גיין נישט איבער צי טראגן, וואס פאר א קשר האט מיין עיזעי מיט טרעפיק.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די אשכול קומט זיך דער אויבן אן. ארויפגעברענגט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און ווי צו גיסן אויל אויפן פייער אין דעם הייסן וועטער, קומט יעצט די נייעס אז מארגן, יולי 4, איז ערווארטעט 41 מיליאן אויטאס זיך ארויסצולאזן אויפן שאסיי...

מארגן לאזט אייך ארויס גענוג פרי! ראו הוזהרתם!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ווייסט איינער וועיגן היינט,

ווען די טרעפיק הייבט זיך אן,

וואס עס איז צי ערווארטן,

וויפיל טעיפס מיז איך האבן פאר מיין נסיעה,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:ווייסט איינער וועיגן היינט,

ווען די טרעפיק הייבט זיך אן,

וואס עס איז צי ערווארטן,

וויפיל טעיפס מיז איך האבן פאר מיין נסיעה,

דו וועסט שוין אויסגעפינען, בעז"ה. דיי מוחל, געב א פינקטליכן רעפארט. ניין. נישט וויפיל מאל דו האסט געדארפט גיין אין ביהכ"ס. נאר ווי ס'איז אלץ געוועין טרעפיק, און ווי לאנג מ'האט געדארפט ווארטן.. ייש"כ.... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) ;) ;) :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווייסן מיר שוין אז פליקער דרייווט א מיניווען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ני חשש גילוי,

אוי בין איך גענאגעלט

טרעפיק ווי משוגע, איך מיז איבערשרייבן דעי גאנצע אשכול,

אפילו וועיז זאגט שוין דריי א האלב שעה
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

כ'האב אמאל געהאט וועיז האט געזאגט איך זאל גיין רעכטס און די GPS שרייט איך זאל גיין לינקס. נישט האבענדיג כח צו שלעגערייען, האב איך זיי ביידע געהייסן זיין שטיל און ווען זיי וועלן זיך אויסגלייכן קענען זיי צוריק קומען צו מיר.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מיר איז אינטערעסאנט פארוואס די אנדערע לעינס פארן אייביג בעסער און ווען איך כאפ מיך שוין ענדליך אריין אין די שנעל פארענדע לעין טוישט זיך עס און ס'פאנגט אן גיין שטייטער ווי די אנדערע
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

וועיז מאפע איז געפערליך ממש טעריבעל. סזייער נישט קלאר אסאך מאל ביי א פרשת דרכים ווייזט ער בכלל נישט קיין צוויי אפשען, כאילו סאיז נאר דא איין וועג צו גיין אין בכלל די אויסקוק פונעם גאסן איז זייער נישט שיין,
[NAMELESS]

Re: אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ניץ נאר גאגעל מעפס
[NAMELESS]

Re: אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט אלע חסרונות האט לכאורה וועיז די מערסטע אקוראטע טרעפיק באריכטן,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיט אלע חסרונות האט לכאורה וועיז די מערסטע אקוראטע טרעפיק באריכטן,

ווען זיי וואלטן געלאפן אויף גוגל מעפס וואלט געווען א עולם השלום
[NAMELESS]

Re: אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער אויסשטעל איז געפערליך נעריש עס זעט אויס ווי א קינדער שפיל,
גוגל האט עס דאך אפגעקויפט, און אין די גוגל נאו געבן זיי אסאך מאל טרעפיק באריכטן פון וועיז, ניצן זיי אויך וועיז אינפארמעישן פאר זייער גוגל מעפס?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אודאי אזוי. עס נוצט אינפארמאציע פון וועיז גוגל מעפס איז היינט פון די בעסטע און קלארסטע מאפעס אויף די מארקעט. עס פעלט בעיקר א ספיד לימיט און עכטע בילדער פון די פרשת דרכים'ס.

פאר מער באזוכט דעם GPS אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך שמערל »

גוגל מעפס איז זייער קלאר, און די וואויס אינסטראקשאנס איז מורא'דיג גוט און דיטעילט, (האלט דיך אויף די צווייטע לעין פון די רעכטער זייט, און מאך א סלייט לינקס, וכדומה).
עס האט אבער צוויי הויפט חסרונות. ער האלט אין איין ארומטוישן וועגן - ווען עס דאכט זיך אים אז די אנדערע וועג איז א האלבע מינוט שנעלער, וועט ער דיר אהינשיקן, און צוויי מינוט שפעטער דיר צוריקשיקן צום ערשטן וועג.
צווייטנס ער ווערט כסדר צומישט ווי די קאר געפינט זיך, בפרט ביי א העווי פרשת דרכים, וועט ער פונקט ווען דו דארפסט אים דאס וויכטיגסטע מחליט זיין אז דו ביסט שוין אדורכגעפארן דעם עקזיט, אדער אז ביסט אויף אן אנדערע ראוד, און געבן א אנדערע נייע אומוועג.

וועיז איז אין די הינזיכטן פיל בעסער.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א שטארקע מעלה וואס גוגל מעפס האט איבער וועיז איז, אז גוגל איז כסדר מרמז וויפיל די אנדערע וועיג גייט נעמען, למשל אויב ביניך ביים דזשארזש וואשינגטאן און איך ווייס נישט ווי לאנג די פיר גייט נעמען צי זאל איך נעמען דעם פאלעסייד, וועיז וועט נאר פסק'נען "נעם דעם פאליסייד", אפילו אויב עס איז נאר שנעלער מיט איין מיניט, אבער גוגל וועט מיר זאגן אז נעם פאלעסייד, אויב נעמט איר דעם פיר וועט עס נעמען איין מיניט לעינגער, נישט געפערליך איך וויל נעמען דעם פיר ביז פיפצן מיניט לענגער ווייל איך וויל דאווענען מנחה וכדומה נעמען ביליג געז.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אויך אז עס צייגט פאליציי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

מיר זיצן אויפן פליגער מיט א געוויסע ניק בתוכינו,
מיר האבן נישט קיין אייל זיץ.


כ'ווער צוםלאצט

נאך 46 מינוט צום לאנדן אי"ה
פארשפארט