ראציאנאלע אידישקייט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

ראציאנאלע אידישקייט

שליחה דורך כוכב »

צומאל באגעגנט מען אין א ספר א נקודה וואס ברענגט שטארק ארויס די ראציאנאליזם אויף וואס אידישקייט איז געבויעט, טו איך דעריבער ווידמען דעם אשכול וואו איך וועל ציטירן ווען אימער איך טרעף א חיזוק געדאנק צו דעם עומק הראציאנאליזם פון אידישקייט.
לעצטנס יאוועט זיך ראציאנאליזירער וואס האבן גוטע כוונות און גרובלען אין שטיקער מורה און אנדערע ספרי חקירה אלס מער צו ראציאניליזירן אידישקייט, איז דאך פשוט א מצוה צוצולייגן א פלייצע.

איך הייב אן מיט א שטיקל דברי חיים פר' צו, אז צדיקים קענען פליען אין דער לופטן:

והנה אנחנו רואים באדם שהוא חומרי אינו יכול לעוף באויר, כי החומרי גובר להורידו מטה, אולם ואפילו הכי ראינו בני אדם אשר נדבקו במחשבתם בחכמה יוכל לילך באויר כאשר שמענו כמה פעמים.


דער מדפיס אויפן פלאץ צייכנט צו צום דעת משה פר' בשלח ד'ה דבר וואס ברענגט אזוי בשם אביו הגה'ק רבי ישראל מקאזניץ זי'ע. דער ספר איז נישט תחת ידי און ווער סקען זאל ביטע צוברענגען וואס דארט שטייט.

חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק, און אז דער שר שלום פון בעלזע האט געשוועבט אין דער לופטן ביים אתרוג בענטשן.
אויך איז באקאנט א מעשה אז דער ש'ך האט שפאצירט אין דער לופטן אינמיטן לערנען ווען ער האט געוואלט ארויס אויפן באלקאן און נישט געוואוסט אז עס איז מער נישט דארט. דער ש'ך איז מרמז צו דעם נס אין זיין הקדמה אויפן פי' לשו'ע.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

א שטיקל זרע קודש פר' תצא איבער דער עליית נשמה פון הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זי'ע:

וכן שמעתי מהרה'ק מורינו הרב אלימלך זצ"ל שכשעשה עליית נשמה ראה שנושאים את כלי הבית המקדש, ואמרו לו שהם אותם כלים שהוציא הוא מהגלות, ופעם אחת אמר שנפלה בית טומאה אחד בצורה גדולה מאוד, ובכל יום עולים אלפי אלפים בעלי מלאכות בנאים לבנות חומה, אבל יש לי שומר טוב, שכשהרב מורינו הרב יעקב יצחק מלאנצהוט מתפלל תפלת י'ח מתפילת מנחה מפיל כל מה שבונים, והבנתי דבריו הקדושים, שמפיל זה, על ידי שעל ידי תפילתו בונה חומות ירושלים ובית המקדש, ולפי ערך שבונה חומות ירושלים לפי ערך זה מפיל מהבית הזה של טומאה, כי כשזה קם זה נופל.


די פשוטע פשט אין דער עליית נשמה איז לכאורה א חלום, וואס כידוע אז די גמ' זאגט אז א מענטשןס נשמה גייט יעדע נאכט ארויף און מאכט אן עליית נשמה כנלענ'ד.
positive.yid
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:50 pm
געפינט זיך: positive.yid@gmail.com
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך positive.yid »

כוכב האט געשריבן:חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק, און אז דער שר שלום פון בעלזע האט געשוועבט אין דער לופטן ביים אתרוג בענטשן.
אויך איז באקאנט א מעשה אז דער ש'ך האט שפאצירט אין דער לופטן אינמיטן לערנען ווען ער האט געוואלט ארויס אויפן באלקאן און נישט געוואוסט אז עס איז מער נישט דארט. דער ש'ך איז מרמז צו דעם נס אין זיין הקדמה אויפן פי' לשו'ע.

די מעשה מיט די טייך איז מקובל אויף בריסקע רב זיעועכי"א,
די מעשה מיט די אתרוג בענטשען איז מקובל אויף הגה"ק בעל "לאן" זיעועכיאבב"א,
און די מעשה מיט די שפאצירן אין די לופטען איז נישט געווען ביים "ש"ך" (שפתי כהן) נאר ביי הרב שך, בעל אבי עזרי זיעועכיא הכ"מ.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דו ביזט סארקאסטיש? ציניש? נאריש? אדער סתם אין פירקלען מאוד?
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

למעלה מן השכל אנושי. קענסט נישט ראציניליילזען. (ענטשילדיג דעם פאני אידיש)
איך האב אסאך מאל די מבוכה וואס יא אין וואס נישט צי פארציילען מיין קינדער, אבער וואס איז דיין פונקט דא?
אינז זענען מאמינים בני מאמינים אין למעלה מן שכל אנושי ווי באקאנט די שטיקעל פין רבי יוסף יעבץ.......
positive.yid
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:50 pm
געפינט זיך: positive.yid@gmail.com
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך positive.yid »

כוכב האט געשריבן:דו ביזט סארקאסטיש? ציניש? נאריש? אדער סתם אין פירקלען מאוד?

כ'מיין פשוט ארויסצוברענגען אז וויבאלד אזעלעכע מעשיות קומען פון כת החסידים, און ווען זיי ווערן דערציילט אויף אנדערע גדולי ישראל זעהן זיי אויס מאדנע, איז דאס גענוג א גוטע סימן אז ס'איז דמיון פון איבערגעטריבענע אמונת צדיקים און אהבת הגוזמא
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

@כוכב, ילמדנו רבינו, האסט געעפנט דעם אשכול וועגן ״ראציאנאלע אידישקייט״ און די ביישפילן וואס דו צייגסט אן זענען שלא כדרך הטבע, סארקאסטיש? ציניש?

ואפשר, אז מען ברויך טוישן דעם נאמען פונעם אשכול צו ״אומראציאנאל אין אידישקייט״, הגם די ענינים האבן נישט אזוי ווייט מיט ראציאנאלקייט ווי טבע לפענ״ד.
כאן, חבל טבור הארץ.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יא, איך בין סארקאסטיש.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כ׳האב דאך אויף דעם מורא געהאט :ugeek:

ועל דא קא בכינא: כוכב אחד לשבעים שנה עולה ומתעה את הספינות ואמרתי שמא יעלה ויתעה אותנו.
כאן, חבל טבור הארץ.
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

כוכב האט געשריבן:
אולם ואפילו הכי ראינו בני אדם אשר נדבקו במחשבתם בחכמה יוכל לילך באויר כאשר שמענו כמה פעמים.



איין קליינע נקודה: ער הייבט אן מיט ראינו אין ענדיגט מיט כאשר שמענו.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:@כוכב, ילמדנו רבינו, האסט געעפנט דעם אשכול וועגן ״ראציאנאלע אידישקייט״ און די ביישפילן וואס דו צייגסט אן זענען שלא כדרך הטבע, סארקאסטיש? ציניש?

ואפשר, אז מען ברויך טוישן דעם נאמען פונעם אשכול צו ״אומראציאנאל אין אידישקייט״, הגם די ענינים האבן נישט אזוי ווייט מיט ראציאנאלקייט ווי טבע לפענ״ד.

ילמדינו רבינו, וואס איז דער חילוק פון ראציאנאליזם און טבע?
כלומר, איז דא א מושג פון גלייבן אין זאכן וואס זענען חוץ מדרך הטבע און בלייבן ראציאנאל?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

פארוואס? האט געשריבן:ילמדינו רבינו, וואס איז דער חילוק פון ראציאנאליזם און טבע?
כלומר, איז דא א מושג פון גלייבן אין זאכן וואס זענען חוץ מדרך הטבע און בלייבן ראציאנאל?


געפרעגט צו די זאך :like, כ׳וועל פרובירן צו ערקלערן לפי ראות עיני.

ראציאנאל - איז פארבינדן מיט לאגיק, א בחינה פון חשבון ווי איינס + איינס = צוויי.
טבע - האט נישט מיט לאגיק, אדער איז עס אזוי אדער נישט.

למשל:

אז איך שפאציר ארויס איין ווינטער׳דיגען פארטאג׳ס אויף די גאס, און כ׳זעה פונדערווייטענ׳ס א הויעך ברייטער מענטש אנגעטאן בלויז מיט די תחתונים (מעשה שהיה!), נעמט זיך מיין מוח זוכן א לאגיק צו דעם מאדנעם עפיזאד, לאגיק זאגט אז ס׳איז נישט נארמאל, לאגיק זאגט אויך אז ס׳קען נישט זיין.

דער מח הייבט אן ראציאנאלירן:
אפשר דמיון איך און ס׳איז גאר א חלום? ניין כ׳בין שוין פולקאם וואך, כ׳שפיר די קעלט, ס׳שניידט אין די ביינער.
אפשר זעה איך נישט ריכטיג און ס׳איז נישט וואס כ׳מיין ס׳איז? איך שפאציר נענטער, און ס׳איז ממש טאקע אזוי, א פחד א שרעק.
אפשר איז יענער נישט געזונט און דארף הילף? דאס מערסטע מסתבר, כ׳רוף הצלה, געטרייע אידן קומען אן און ראטעווען דעם חולה.

היינו: ראציאנאל.

ווידעראום, אז כ׳וועל זעהן ווי וואסער מאכט א לאך אין א שטיין, איז נישט מעגליך דאס צו ערקלערן מיט לויטער לאגיק, אלע סייענטיפישע הסברים וועלן זיין געבויעט אויפ׳ן פאקט אז וואסער איז א כח המחריב און קען אפילו א הארטער שטיין דורכלעכערן. א פאקט איז א פאקט, מ׳קען דאס נישט ראציאנאלירן.

היינו: טבע.

אויב מ׳זעהט עפעס א געווענליכע ערשיינונג וואס קוקט אויס מיטאמאל אויסערגעווענליך, נאטורליך טבע וואס איז פלוצלינג חוץ לדרך הטבע, איז עס אדער אן אילוזיע, אדער א נס גלוי וואס מ׳קען בלויז פארשטיין מכח אמונה, נישט מיט ראציאנאל.
כאן, חבל טבור הארץ.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

איך שעם זיך אביסל, אבער לא הביישן למד, איך פארשטיי נאך אלס נישט:
דאס אז 1+1=2 איז נישט קיין מחוייב ע״פ טבע? ווען נישט די חוקי הטבע, וואלטסטו נישט אזוי געהאלטן.
אין אנדערע ווערטער טבע בויעט דיין לאגיק, וואס פאלט דיר איין אז עס דארף זיין א פראבלעם מיטן די וואסער וואס לעכערט דעם שטיין אויב נישט חוקי הטבע.
און בעיקר פארשטיי איך נישט: א פאקט קען מען נישט ראציאנאלירן?! אתמהה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אז איך שפאציר ארויס איין ווינטער׳דיגען פארטאג׳ס אויף די גאס, און כ׳זעה פונדערווייטענ׳ס א הויעך ברייטער מענטש אנגעטאן בלויז מיט די תחתונים (מעשה שהיה!)

שלא מן הענין, דערמאנט דאס מיר א פארקערטע מעשה וואס יארמע רב פארציילט, ער האט באזוכט א משוגעים הויז ער קומט אריין אין א שטוב זיצט דארט א איד אינגאנצן אן בגדים ממש גארנישט, אבער אויפן קאפ האט ער אן א ברייטן ביבער הוט, וואס פשט פרעגט יאנקל אזוי צו זיין נאקעט? זאגט יענער, קיינער קומט מיר נישט באזוכן פארוואס זאל איך זיך אנטון? אקעי, אבער וואס איז מיט'ן ברייטן הוט? אה - ענטפערט יענער - אפשר וועט איינער דאך אריינקומען!..... :lol: :oops: :roll: :o ;) :) :| :)
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

@פארוואס,

מאטעמאטיקס איז קלאר געבינדן מיט לאגיק און ס׳איז לאו דוקא חוקי הטבע (הגם דאס אליין איז א פארוויקלטע און פארצווייגטע נושא בפני עצמו), אבער קוק אויפ׳ן משל כדי צו בעסער צו דערהערן בלויזע ראציאנאל / לאגיק.

טבע בויעט נישט מיין לאגיק, טבע איז ידיעה, כ׳קען עס אויסברייטערן מיט לאגיק און עס פרובירן צו פארשטיין בעסער דורכדעם, אבער מיין ראציאנאלירן קען נישט און וועט נישט טוישן דעם פאקט (דער שטיין וועט געלעכערט ווערן מכל מקום), משא״כ ראציאנאל וואס איז פילאזאפיש און מ׳קען עס בייגן אהער און אהין וחוזר חלילה.
כאן, חבל טבור הארץ.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שו"ת חתם סופר או''ח סי' קצ''ז

ועוד רגע אדבר כי שמות הקודש הם פעולת אמתיות ממה שראיתי בעיני מאיש מופת מורי כהן צדק זצ''ל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

כוכב האט געשריבן:
איך הייב אן מיט א שטיקל דברי חיים פר' צו, אז צדיקים קענען פליען אין דער לופטן:

והנה אנחנו רואים באדם שהוא חומרי אינו יכול לעוף באויר, כי החומרי גובר להורידו מטה, אולם ואפילו הכי ראינו בני אדם אשר נדבקו במחשבתם בחכמה יוכל לילך באויר כאשר שמענו כמה פעמים.


דער מדפיס אויפן פלאץ צייכנט צו צום דעת משה פר' בשלח ד'ה דבר וואס ברענגט אזוי בשם אביו הגה'ק רבי ישראל מקאזניץ זי'ע. דער ספר איז נישט תחת ידי און ווער סקען זאל ביטע צוברענגען וואס דארט שטייט.

חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק, און אז דער שר שלום פון בעלזע האט געשוועבט אין דער לופטן ביים אתרוג בענטשן.
אויך איז באקאנט א מעשה אז דער ש'ך האט שפאצירט אין דער לופטן אינמיטן לערנען ווען ער האט געוואלט ארויס אויפן באלקאן און נישט געוואוסט אז עס איז מער נישט דארט. דער ש'ך איז מרמז צו דעם נס אין זיין הקדמה אויפן פי' לשו'ע.


דער דברי חיים איז באקאנט גווען אלס תלמיד חכם, ממילא זאג איך אז ער פשט איז נישט ווי דו ברענגסט בשם דעם מדפיס. דער פשט איז, אז דורך מחשבה איז שייך אנצוקומן אויף אנדרע ערטער - במחשבה! דהיינו דער גוף בלייבט דא, אבער מיט חכמה פארשטייט ער און גפונט זיך אויף אן אנדרע מקום. כידוע הסיפור עם מרן ר"ח מוואלאזין ועוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

כוכב האט געשריבן:שו"ת חתם סופר או''ח סי' קצ''ז

ועוד רגע אדבר כי שמות הקודש הם פעולת אמתיות ממה שראיתי בעיני מאיש מופת מורי כהן צדק זצ''ל.

סארקאסטיש?

ער שרייבט אז ער האט אליין געזעהן. ער שרייבט ליגענט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ידען, דער קעפל איז סארקאסטיש, כאילו דא וועט מען ברענגען ציטאטן איבער ראציאנאלע אידישקייט ווען אין פאקט טו איך דאס פארקערטע.
נישט חלילה דער חתם סופר.
בד'וו, כ'האב דיר געשיקט אן אימעיל.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איין טאג האט זיך אויס געמעקט מיין אימעל און כאב פארגעסען די פעסס, יעצט ווען די חשובע כוכב האט מיך געשיקט האבעך געזיכט און כאב געטראפען די פעסס און אויך נאך אימעילס פון אנדערע .

א שאד. מענטשען האבען געדארפט העלפ און איך בין געוועהן פויל :(
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

[tag]אבטולמוס[/tag]
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כוכב האט געשריבן:חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק,

אין דגל מחנ"א זאגט ער אז דער בעש"ט האט עס אליין דערציילט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ראציאנאלע אידישקייט

שליחה דורך מי אני »

פארוואס? האט געשריבן:
קינד_אן_קייט האט געשריבן:@כוכב, ילמדנו רבינו, האסט געעפנט דעם אשכול וועגן ״ראציאנאלע אידישקייט״ און די ביישפילן וואס דו צייגסט אן זענען שלא כדרך הטבע, סארקאסטיש? ציניש?

ואפשר, אז מען ברויך טוישן דעם נאמען פונעם אשכול צו ״אומראציאנאל אין אידישקייט״, הגם די ענינים האבן נישט אזוי ווייט מיט ראציאנאלקייט ווי טבע לפענ״ד.

ילמדינו רבינו, וואס איז דער חילוק פון ראציאנאליזם און טבע?
כלומר, איז דא א מושג פון גלייבן אין זאכן וואס זענען חוץ מדרך הטבע און בלייבן ראציאנאל?

קען זיין אז וואס קינד_אן_קייט מיינט איז אזוי. דר. ראבערט אשער, אינ׳ם הקדמה צו זיין בוך Evolution and belief: Confessions of a Religious Paleontologist
שרייבט ער אז
‏Science is a subset of rationality; the former has a narrower scope than the latter.

יעצט, לכאורה וואס קינד_אן_קייט האט געמיינט מיט׳ן אפטייטש פון ״נאטירליך״ איז אלעס וואס פאלט אונטער די scientific method והמסתעף (וואס שטודירט די חוקי הטבע). און ווי דר. אשער האט גע׳טענה׳ט, האט ראציאנאליטעט א ברייטערע scope ווי דעם, וכעין דבריו. (פארוואס?׳ס צווייטע פראגע בלייבט לכאורה נאך אלס אומפארענטפערט.)


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט