טויזנטער געצעלטן זענען געווען אויסגעלייגט צווישן די פעלזערנע בערג אין דעם גרויסן מדבר .די טרוקענע מדבר-
זאמד,
אויף וועלכער די געצעלטן זענען געווען אויפגעשטעלט ,האט צוריקגעשמיסן צו דער זון אירע ברענעדיגע שטראלן .ס'האט זיך שוין פיין געקאכט טראץ די פריע שעה'ן אין טאג .די בעדואינער – אדער ווי מ'זאל רופן די מחנה וואנדערער – זענען נאך כמעט אלע געשלאפן אין די געצעלטן ,נאר יונגע קינדער האבן זיך שוין געזען ארומלויפן בארוועסע ,האלב נאקעטע ,צווישן די געצעלטן .געווען זענען דאס קינדער פון דעם שמעונ'שן שבט .איין גאט ווייסט וויאזוי די פיסלעך בריען זיך נישט אפ אויף דער ברענעדיגער זאמד .א סברא אז דאס האט זיך שוין פארהארטעוועט און בעדואינישן צום איינגעוואוינט לעבנסשטייגער פון געבורט אויס .זיי האבן צווישן זיך גערעדט אין א סעמיטישער שפראך מיט נישט ווייניג עגיפטיזמען
אריינגעמישט.
די קינדער פון דעם
שמעונ'שן שבט האבן געוואוסט אז ווען דער הויכער צוריאל ,מיט דער רויטער בארד ,איז אין דער נאנטער געגנווארט מוז מען מער אכטונג געבן אויף דער שפראך .יענעם איז עפעס א שיגעון אריין אין קאפ אז מ'מעג זיך נאר באנוצן מיט א "ריינער שפראך" ,לויט זיין לשון.
פארוואס די סעמיטישע ווערטער הייסן ביי אים די "ריינע" און די עגיפטישע נישט ,איז די קינדער נישט קלאר ,נאר זיי ווייסן שוין אז ביי אים דערגייט דאס באלד צו אן אבסעסיע .דערפאר ,ווען זיי גייען פארביי די ערשטע שורה פון די געצעלטן אויף דער לינקער זייט אין דעם שבט'ס לאגער ,ווייסן זיי אכטונג צו געבן אויף דער "ריינקייט" פון דער שפראך .קוים הערט נאר יענער איין ווארט וואס שטימט נישט לויפט ער באלד ארויס פונעם געצעלט און הייבט אן מאכן געוואלדען) ...יודעי דבר האבן געוואוסט צו זאגן אז דאס זאל נעבעך זיין אן איינגעקריצטע טראומא אין הארץ ,וואס איז אפט פארבליבן ביי די וואס זענען אריבער די שווערע צייטן פון עגיפטישער פארשקלאפונג – ווי ס'איז געווען דער פאל ביי מערסטנס עלטערע וואנדערער פון דעם פאלק(.
ווא! דערמאנט זיך מיר אן
אינטערעסאנטער עפיזאד ,אז איר ווילט קענט איר זאגן ס'איז קאמיש ,אז איר ווילט קענט איר זאגן ס'איז טראגיש ,דאס לאז איך שוין פאר אייך צו באשטימען .הכלל ,געווען איז דאס ווען איין אינגל ,נישט קיין קליינער בורדאק ,האט זיך פארגלוסט שפאס צו טרייבן פון דעם הויכן צוריאל ,ווי מ'פלעגט אים רופן כדי נישט צו פארמישן מיט דעם נידריגן צוריאל ,וועלכער האט געוואוינט אין דער פינפטער שורה מער צו דער רעכטער זייט פון די געצעלטן אינעם לאגער. דאס קינד האט אויף להכעיס זיך אויסגעזוכט דעם גאנצן פאק ווערטער וואס ער האט נאר געדענקט אז זיי זענען פון דער רשימה וואס דער הויכער צוריאל באטראכט אלץ "טריפה" ,אזוי איז ער אריבער דאס געצעלט פון צוריאל'ס פאמיליע ,דארט האט ער זיך געשטעלט אויסשרייען די גאנצע רשימה ממש פאר דער טיר .ער האט געהאלטן איין פוס גרייט צו אנטלויפן אין פאל אז צוריאל וועט רעאגירן צו ווילד.
מער ווי א פאר סעקונדען זענען נישט דורך ביז דער הויכער צוריאל האט זיך באוויזן ביי דער טיר ,דאס פנים אינעם זעלבן קאליר ווי די רויטע בארד ,האט זיך געקענט דאכטן ווי א שד האט אים צע'מזיק'ט ,א שלאנג צעביסן ,אדער ביידע צוזאמען ,אזוי האט ער אנגעהויבן שרייען אויפ'ן קינד מיט כל-ערליי קללות ווען ער קען קוים האלטן חשבון אויפ'ן פלוס פון זיינע ווערטער. צווישן זיי האט ער אויסגעשריגן" :ס'זאל דיך באטרעפן דער שלעכטער סֵת (דער גאט וואס האט גע'הרג'עט אוסיריס) ,זאלסט דערלאנגען אין אונטערוועלט פון אוסיריס, און זאלסט אזא מיתה משונה אייננעמען ווי אים" ...דא האט דאס קינד אויסגעשאסן אין געלעכטער .א קלייניגקייט? האט זיך אים איינגעגעבן ארויסצוציען פון צוריאל'ן אזעלכע אמת'ע מצר'ישע קללות .ביי צוריאל אליין האט זיך דער קאליר אויפ'ן פנים געביטן פון רויט אויף ווייס ,ער האט זיך געכאפט ביי דער בארד וואס ס'האט מיט אים אזא זאך געטראפן ,ווער ווייסט וויפיל מאל ער האט די קללות באנוצט און גארנישט באמערקט ביז יעצט ...ער האט אויף דעם אזוי לאנג געפאסט און געקלאגט ביז ער האט ביי זיך באשטימט אז ער האט דאס שוין געמוזט אפקומען.
אט דער בורדאק איז נישט געווען דער איינציגער ,געווען נאך אסאך אזעלכע ווי ער .אלזא ,זעט איר דאך שוין אז ס'האבן
נישט געפעלט קיין קונדסימ'לעך צווישן אט די שבטים אין מדבר .נאר וויבאלד דאס איז נישט דירעקט נוגע צו אונזער געשיכטע וועל איך דאס דערווייל איבערלאזן און
דערציילן וועגן דעם וואס איז יא נוגע.
אין סאמע מיטן פון דעם שמעונ'שן לאגער איז געשטאנען א געצעלט ,היבש גרעסער ווי די אנדערע ,דאס איז געווען דאס געצעלט פון דעם עלטסטן פונעם שבט. נישט וואס ער איז געווען דער עלטסטער אין יארן ,ווייט נישט ,גאר בכלל קיין אלטער מענטש נישט געווען ,נאר ער איז געווען א הויך-געלערנטער וואס איז געשטעלט געווארן אין שפיץ פון זיין שבט ,אויף דער פאזיציע וואס קומט מיטן טיטל "עלטסטער" .ער איז שטענדיג געזעסן מיט חברים ,אויך געלערנטע ווי ער ,און זיך געאמפערט אין כל-ערליי שאלות ,עטישע, טעאלאגישע און גלאט אזוי וויסנשאפטליכע אדער פילאזאפישע .ס'האבן אים אלע אין זיין שבט געשעצט פאר זיין חכמה און געלערנטקייט ,נישט געקוקט אויף דעם וואס די בארד זיינע איז אים נאך קוים געווען ארויסגעוואקסן .ביי אים האט די נאכט נישט בהכרח אנגעזאגט דאס גיין שלאפן ,נאר אפשר ענדערש צו לערנען און טראכטן – דווקא דאן ווען קיינער קען אים נישט איבערהאקן און שטערן אינדערמיט. אין היינטיגן פארטאגס האט דער נשיא זיך געדרייט אן אומרואיגער אין זיין געצעלט .ער האט נישט געוואוסט ווי צו ערקלערן זיין אומרואיגקייט .נעכטן איז געווען א צערודערטער טאג פאר'ן פאלק,
ס'האבן די מואב'ער ארגאניזירט דא נישט ווייט א מין חגא אדער פעסטיוואל פאר זייער הויפט-גאט ,די מוזיק פון זייערע טענץ האבן דערגרייכט דעם שבט'ישן לאגער ,די יונגווארג וואס האט אין זייער לעבן קיין רעכט מוזיק נישט געהערט ,ניטאמאל פארכאפט צו זען עפעס א שטיק וועלט אויסער מדבר און זאמד ,האבן זיך אלע א
לאז געטון אהין צו דער מוזיק ,צו די טענץ.
די עלטערע לייט האבן פרובירט זיי אפצוהאלטן ,נאר א מין שיכרות האט זיי אלע אנגעכאפט ,זיי זענען געלאפן ווי געטריבן פונעם טייוול .און ...גאט! ווי זיי האבן אויפגעפראלט אויגן און מויל קעגן דער זעלטענער סצענע .די ריינע יונגע הערצעלעך האבן דאס קוים געקענט איבערטראגן און זענען אריינגעפאלן פארליבטע דירעקט אין די צעעפנטע ארמען פון די מואב'ישע מוידן וואס זענען געווען שיין אויסגעצירט ווי אויף א חתונה .אך ס'ארא איבערקערעניש דאס האט אנגעמאכט .דער פירער פון דעם גאנצן פאלק האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ ,ווי גלייך ס'וואלט דאס ערגסטע פאסירט ,און די יונגעלייט האבן מיט גארנישט זיך געקימערט ,זיי זענען אלע געפאלן אויף דער ערד פאר דעם מואב'ישן גאט ,קוים געקענט אויפהערן זיך ווארפן איבער דעם און עס קושן מיט הארץ .ווי ווייט די ליבע האט זיי פארפירט ...אויסגעריסן גלייך פון דער נייער לערע וואס זיי האבן באקומען פון זייער איינציגן גאט .נישט בלויז אויבנאויף ,נאר מיטן גאנצן שורש אויסגעריסן .ס'ווייזט אויס אז ס'שאפט זיך פאקטיש א
רעוואלוציע מצד דעם יונגן דור.
דער נשיא האט א רגע ארויסשפאצירט פון זיין געצעלט און באטראכט די פילע געצעלטן ארום און ארום" .ווער ווייסט", האט ער צו זיך געקלערט" ,וואס ס'טוט זיך דא אפ הינטער די ווענטלעך פון די געצעלטן .וויפיל מואב'ישע מיידלעך האבן דא אין היינטיגער נאכט גענעכטיגט מיט אונז אינאיינעם .א פייער גייט אויף פון די געצעלטן .א ברענעדיג פייער "...דער נשיא האט זיך געכאפט ביים הארצן ,געגעבן א ווארף דעם קאפ וועלנדיג פארקירעווען די מחשבות .ער האט געציטערט פון דעם שטראף וואס גאט וועט ברענגען אויף דעם גאנצן פאלק צוליב דער איבערגעאיילטקייט פון דעם יונגווארג" .רעוואלוציע איז נישט קיין קינדער-שפיל ",האט ער געזאגט צו זיך" ווער רעדט נאך ווען ס'איז קעגן גאט".
זיינע מחשבות זענען איבערגעריסן געווארן פון דעם קול פון מוזיק .א צייכן אז דער צווייטער טאג פונעם פעסטיוואל האט זיך שוין אנגעהויבן .פונדערווייטנס האט ער געזען אויף א הויכן פלאץ וואו ס'דרייען זיך מענטשן ,זיי זענען געווען גאר קליין ,כמעט פינטעלעך ,נאר ער האט באמערקט אויף דעם קאליר פון דער קליידונג אז נישט נאר מואב'ער זענען דארט ,דער ווייסער אוניפארם פון די אייגענע מענטשן האט זיך אויך דערקענט אין א קליינעם מאס צווישן די ברייטערע מאסן דארט .די קליינע פינטעלעך האבן זיך אנגעהויבן פארמירן אין א קרייז ,ער האט באמערקט ווי ס'דרייט זיך דער קרייז דריי טריט צו מזרח לויטן ריטם,
דערנאך ווידער איין טריט צוריק צו מערב. צווישן די טריט אויף מערב צו מזרח האט זיך דער קרייז אפגעשטעלט א רגע און אויסגעקלאטשט הויך .ס'האט אים אליין געוואונדערט וואס ער האט געקענט אזוי גוט ארויסהאבן דעם טאנץ טראץ דער רעלאטיווער ווייטקייט .ער האט קיין אויג
נישט געקענט אראפנעמען ,די מוזיק האט אים אליין אויך באצויבערט ,נאר ער האט גאנץ שנעל זיך געכאפט אז דאס קען נאך עמיצער באלד באמערקן ווי ער שטייט און קלאצט דארט אהין ...דאס וואלט נישט
געווען קיין פאסיגע זאך.
ער איז צוריק אריין אין געצעלט און אוועקגעשטעלט זיך ביי דער וואנט .ס'האט אויסגעזען ווי ער בעט עפעס ביי גאט, ווארשיינליך א תפילה פארן וואוילזיין פונעם פאלק .דאס הארץ זיינע האט אים געבלוטיגט וואס דאס פאלק פארקריכט פונעם וועג ,פארגעסט אין איינציגן גאט און קלעבט זיך אין די געטער .מער פון דעם האט ער מורא געהאט אז גאט זאל נישט באשטראפן די תמימות'דיגע בחור'לעך וואס פאלן אריין אין נעץ פונעם יצר ,פארלאזן דאס הייליגסטע און טייערסטע פאר דעם פרייז פון ליבע.
די מוזיק
איז מיטאמאל נאך העכער געווארן ,ס'האט זיך געהערט ווי נאך א גרופע מוזיקאנטן זענען צוגעקומען .ס'האט אים געשטערט דאס דאווענען ,ער האט געפילט ווי אלע קישקעס דרייען זיך אינערליך טיף .ער האט נישט געוואוסט ווי דאס צו ערקלערן ,נאר נאך א לענגערן דרייען זיך ארויף און אראפ צערודערט האט ער זיך געטראפן ארויסגיין פון געצעלט אין ריכטונג פון ...פון אט דעם פעסטיוואל.
נישט חלילה וואס ער גייט צוליב די טענץ, נאר פשוט ווייל ער וויל איינבעטן זיך ביי זיי אוועקצוגיין פון דארט .ער האט געציטערט אז דאס זאל נישט ברענגען א חורבן אויפ'ן פאלק ,ער האט געפילט דעם שווערן ניסיון וואס דאס ברענגט מיט זיך פאר דעם פאלק וואס האט שוין א לענגערע צייט קיין פרייע וועלט נישט געזען .בלויז מדבר און זאמד, זאמד און מדבר" .און אייגנטליך" ,האט ער א מינוט פרובירט צו טראכטן אויפריכטיג, "פארוואס זאלן זיי מסכים זיין אוועקצופירן דעם פעסטיוואל? דאס איז דאך זייער סביבה און מיר האבן דא אריינגעדרונגען.
ווי נאריש איז צו קלערן אז זיי וועלן גלאט אזוי מסכים זיין אוועקצופירן דעם גאנצן טראראראם וואס זיי האבן דא אהערגעברענגט נאר ווייל אן אלטער בעדואינער קלערט אז דאס וועט אוועקפירן זיין פאלק פון גאט" ".דאך" ,האט ער געקלערט" ,אפשר וועט זיך דאך איינגעבן צו באאיינפלוסן די יונגע בחורים אז זיי זאלן זיך אומקערן צו גאט'ס וועגן ,נישט פארקריכן אזוי מיאוס ".אזוי צו אזוי האט ער זיך געטראפן שפאנען לאנגזאם ,מיט שטארקע הארץ-קלאפן ,אין יענער ריכטונג.
אנקומענדיג אהין האט ער הערשט דערזען ווי ווייט ער האט פריער ,קוקנדיג פון אונטן ,נישט ריכטיג ארויסגעהאט וואס דא קומט פאר .נאר איין טאנץ איז דא געווען? נאר איין קרייז? הונדערטער טענץ האבן זיך שוין געזען ,אלערליי אוניפארמען מיט מונדירן ,מענטשן פון פארשידענע פעלקער ,געצעלטן אין אלע פארבן זענען געווען צוגעגרייט צום עסן און טרינקען .ער האט זיך אוועקגעשטעלט פאר דער סצענע אינגאנצן פארלוירן .דאס הארץ האט יעצט געקלאפט נאך פיל שנעלער און ווילדער ווי
ביז אהער.
עטליכע אייגענע מענטשן ,פון די בעדואינער ,האבן אים גלייך דערקענט ,זיי האבן זיך איבערגעבליקט מיט וואונדער. "וואס זוכט ער דא?" האט איינער געפרעגט. דער צווייטער האט פרובירט צוצוטרעפן "ער איז אוודאי געקומען מוחה זיין, אריינגעבן א קללה "...ביידע האבן זיך צעלאכט ,נישט געקוקט מער אויף אים און ווייטער פארברענגט .פון אלע זייטן האבן זיך שוין געזען העברעאישע בחורים – דאס הייסט פון דעם וואנדערפאלק – ווי זיי גייען ארום געארעמט מיט יונגע אויסגעפוצטע מוידן .דער נשיא וואס איז געשטאנען פון דער זייט האט געפילט ווי ער האלט דאס נישט אויס .יא ,ער האט זיי אוודאי פארשטאנען ,נאר ס'האט אים וויי געטון. "הלואי ווען איך קען דאס אפשטעלן"...
האט ער געקלערט מיט טיפן ייאוש.
איינער פון די העברעער וואס האט אים באמערקט איז געווארן פרייליך און גיך געלאפן דאס אינפארמירן ביי די הויכע פענסטער .זאלן זיי וויסן וואס א חשוב'ע גאסט ס'איז געקומען צום פעסטיוואל...
יענע האבן דאס גארנישט אוועקגעמאכט מיט דער האנט ,זיי האבן ווייזט אויס טאקע געזען אין אים א געגארטער אוצר .קוים איז אריבער א האלבע שעה פון ווען דער נשיא איז אהינגעקומען האט ער דערזען ווי ס'קומט אין זיין ריכטונג א פרוי ,גאר אן עלעגאנטע ,מיט עטליכע דינערינס פון די זייטן .זי האט זיי געבעטן צו בלייבן שטיין פונדערווייטנס ווען זי איז צוגעקומען נענטער צו דעם יונגן נשיא.
"פרידן דיר יונגערמאן!" האט זי אויסגערופן ,וועלנדיג אים באגריסן.
"שלום!" האט ער געענטפערט א דערשראקענער" .ווער זענט איר?" "איך בין די טאכטער פון צוּר .געהערט אמאל פון אים? מיין פאטער איז א שבט-
עלטסטער אין מדין .דאס הייסט ,ער איז ווי א קעניג איבער פילע מדינ'ישע פאמיליעס"."זייער אנגענעם צו הערן ",האט ער
אויסגעשטאמלט פון מויל" ,מיך רופט מען זמרי ".ער האט באשלאסן נישט צו דערציילן דערווייל וועגן זיין פאזיציע אינעם פאלק ,נישט וויסנדיג אז זי ווייסט דאס שוין. "זמרי?" האט די מדינ'ישע פרינצעסין איבערגעזאגט זיין נאמען" ,אינטערעסאנט". דער יונגער נשיא האט געקוקט אויף איר פנים ,ער האט נישט געקענט זאגן אז זי נעמט נישט אויס ביי אים .איר שיינקייט איז געווען א זעלטענע און דער שמייכל וואס זי האט דירעקט פאר אים אויסגעצויגן האט אים איבערגענומען .ווען זי האט איבערגעזאגט זיין נאמען "זמרי" האט ער
געפילט א צאפל אינעם הארץ.
"וואס איז אינטערעסאנט מיט דעם
נאמען?" האט ער געפרעגט.
"גארנישט .מיין ברודער'ס א זון האט אויך דעם זעלבן נאמען".
"טאקע אינטערעסאנט .נאר איר האט מיר נאכנישט דערציילט ווי איר אליין הייסט". "אה ,גערעכט .איך הייס כָּזְבִּי .געפעלט דיר דער נאמען?" דער העברעאישער נשיא האט שוין געפילט אז ס'טויג נישט .ער האט פארשטאנען אז דאס איז א שעדליכער שפיל פאר אים ,פון רעליגיעזן ווי פון סאציאלן שטאנדפונקט צוגלייך .ער איז דער נשיא,
אים שעצן אלע ,ער וואלט געמוזט גלייך יעצט הייבן פיס און אנטלויפן פון דאנעט. ווער ווייסט צו וואס דאס קען נאך צוקומען? ער האט א רגע אראפגעבויגן דעם קאפ, וועלנדיג זיך באפרייען פון דער שיינקייט וואס איז אומשטאנד אים צו פארפירן ,ער האט געקלערט זיך אוועקצורייסן פונעם ארט אין א רגע און אוועקפליען ווייט ווייט ...זיינע פיס זענען אבער געבליבן צוגענאגלט אויפ'ן ארט .ער האט זיך נישט געקענט אוועקרירן פון דארט .קען זיין אז די מוזיק ארום האט צוגעגעבן צו דעם געפיל פון פארלוירנקייט קעגן דער ווייבליכער זיסקייט וואס ער האט דערזען פאר זיך. די פרינצעסין כזבי האט דערזען די פארלוירנקייט אין דעם העברעאישן נשיא .זי האט פארשטאנען אז ער שעמט זיך און זי האט דאס אנגענומען אלץ צייכן אז ער איז אין איר פארליבט .זי האט אויף אן אמת אויך געהאט דאס זעלבע געפיל צו אים .ער איז געווען א שיין געבויטער ,א הויכער, דערצו האבן זיינע קלוגע אויגן אויסגענומען דאס מערסטע ביי איר .דער טאטע האט איר אהערגעשיקט זיך אויסצוזוכן א חשוב'ן שידוך פון די העברעער .זי ווייסט אז דער טאטע האט דערמיט געהאט אויך א כוונה פון צעשטערן די העברעאישע גאנצקייט פון
זייער נייער אמונה ,נאר דאס איז פאר איר געווען א געלעגנהייט זיך אויסצוזוכן איר באשערטן אויף וואס זי קוקט שוין לאנג ארויס .לויט ווי זי האט געהערט וועגן זיין ייחוס קומט דער מענטש אויס צו זיין דער פאסיגסטער וואס קען געמאלט זיין פאר איר פאזיציע ,זיינע קלוגע אויגן האבן דאס נאר באשטעטיגט .זי האט פרובירט אים ארויסצוהעלפן אין דער פארלוירנקייט: "זמרי! וואס ביסטו פארטראכט?" דער נשיא האט אויפגעהויבן זיין קאפ, געקוקט דירעקט אין אירע צעעפנטע אויגן און דערפילט ווי ס'וואלט אין אים א העכערער גייסט אריינגעקומען" .דאס איז נישט קיין שטן ",האט ער ביי זיך באשלאסן,
"דאס איז א ריינע ליבע .איך וואלט זיך געשוואוירן אין דער נשמה וואס שטעקט אין אט די צוויי אויגן ".ער האט זיך אריענטירט און שיין געענטפערט אויף איר פראגע .פון יענער מינוט האט דער שמועס אנגעהויבן לויפן אין דער באשטימטער ריכטונג וואס אין זיין ענדע האבן זיך די צוויי יונגע מענטשן געטראפן ארומגעכאפט מיט קלאפעדיגע הערצער פון געגנזייטיגער
אמת'ער געטרייער ליבשאפט.
"וואלסטו געוואלט מיט מיר חתונה האבן?" האט כזבי ענדליך אפן געפרעגט.
די דירעקטקייט פון דער פראגע האט צעמישט דעם ווייכן זמרי .ער האט געוואוסט וואס דאס וועט מיינען פאר אים און פאר זיין פאלק .ער וועט באטראכט ווערן אלץ פאררעטער ,מ'וועט אים געדענקען צו אייביגער שאנדע" .נאר ווער זאגט אז דאס פאלק וועט נישט אינגאנצן אליין זיך ענדערן בקרוב?" האט ער געקלערט" ,אט זעסטו ווי שנעל דאס פאלק איז געפאלן פאר דער מואב'יש-מדינ'ישער קולטור .אויב וועט נישט יעצט דאס פאלק אינגאנצן ענדערן זייערע וועגן וועלן זיי דאס טון היינט מארגן .א פאלק קען נישט לעבן אליין ,מיט אייגענע געזעצן ,אפגעזונדערט פון אלע פעלקער ארום .דאס קען סיי-ווי נישט גיין .ליבערשט זאל מען אביסל לאזן איינציען פרייע לופט פון די ארומיגע קולטורן ,מיט זיי חתונה האבן ,מיט זיי לעבן אינאיינעם ,אזוי וועט נאר אפילו מער האפענונג זיין אז ס'זאל עפעס פארבלייבן. אנדערש קען מען נישט לעבן .נישט מעגליך" ".אזוי צו אזוי ",האט ער ביי זיך באשלאסן" ,איז זיכער דאס גלייכסטע אז איך זאל דעם פארשלאג פון ליבע נישט אפווארפן .גאט וואס האט דעם מענטשן באשאפן וועט וויסן ווי שטארק איך שעץ אים און קלער בכלל נישט וועגן מרידה קעגן אים .איך בין זיכער אז דאס האט ער ,נישט
קיין אנדערער ,מיר צוגעשיקט אט דאס מיידל ווייל זי איז די איינציגע וואס איז מיר באשערט ".טראכטנדיג דאס האט ער נאכאמאל א קוק געטון אין אירע שיינע
אויגן און שטיל ארויסגעזאגט:
"יא מיין שיינהייט! איך וועל מיט דיר וועלן א חופה שטעלן".
זיי האבן זיך ארומגענומען און הארציג צעקושט .זי האט געלאכט און ער האט
געוויינט.
"נאר איין ביטע האב איך צו דיר ",האט זיך אנגערופן די פרינצעסין נאכדעם וואס זיי
זענען צו זיך געקומען.
"רעד מיין פרינצעסין! זאג וואס דו ווילסט .פאר דיר וועל איך יעדע ביטע ערפילן". "איידער מיר וועלן זיך פאר'קנס'ען מוזסטו כאטש איינמאל זיך בוקן פאר דער גרויסער געטין וואס האט אונז צו דעם גליקליכן מאמענט געברענגט". "א געטין? איך וועל מיך בוקן צו גאט!" "ניין ,דיין גאט קען ברוגז זיין איבער אונזער שידוך .רעד נישט מיט אים דערוועגן .גיכער קום אונטערן שוץ פון אונזער גרויסן גאט ,דער מעכטיגער בעל, און דאנק אים מיט דער געטין עשתורת פאר אט דעם מאמענט וואס מיר האבן זיך דערלעבט .אנדערש ,זאלסטו וויסן ליבער זמרי אז מיר וועלן נישט קענען קומען צו א חתונה .מיין טאטע וועט נישט וועלן אויף מיר קוקן .די פריעסטער וועלן נישט וועלן פון מיר אננעמען מער א קרבן .איך בעט דיך מיין זמרי "...זי האט ארויסגענומען פון איר טאשקע צוויי קליינטשיגע נאקעטע בובעלעך ,איינס פון א מאנסביל ,דאס צווייטע פון א פרוי ,זי האט זיי צוגעדרוקט צו זיך און פארגעשטעלט אלץ געטער פון מדין. זמרי איז געווען בלאס ווי די וואנט ,א טראפן בלוט איז נישט געווען אין זיין פנים, די פיס האבן אים געטרייסלט און ער האט גיכער געוואלט שטארבן .נאר נישט דאס. זיך בוקן צו פרעמדע געטער איז די ערגסטע פארברעכן אין דער העברעאישער לערע.
ניין ,אויף דעם איז גאט נישט מוחל .ווען ס'קומט צו דעם זעצט אויס א פייער פון גאט'ס נאזלעכער כביכול ,דאס פייער ברענגט מיט זיך די שווערסטע קללות און פארלענדט דעם זינדיגן אין די שרעקליכסטע אופנים .נאר נישט געצנדינעריי .איבער דעם וועט ער אלעס אין דער וועלט פארלירן ,ער וועט דאס נישט קענען ריינוואשן קיינמאל.
ס'וועט אים גרייכן גאט'ס נקמה אויף דער וועלט און אויך אויף יענער וועלט וועט ער קיין מנוחה נישט האבן.
זי האט קיין אויג נישט אראפגענומען פון אים .פארשטייענדיג זיינע וואקלענישן האט זי געזוכט מיט וואס אים צו פארגרינגערן. "קוק אהער ",האט זי געזאגט" ,דו מוזסט נישט פארגעסן אין דיין גאט .פונקט ווי דו וועסט זיך בוקן פאר די מדינ'ישע געטער וועל איך דאך אויך טון דאס זעלבע פאר דיין גאט .אין אונזער שטוב וועלן מיר אריינברענגען סטאטוען אי פון מיינע געטער אי פון דיין גאט".
זמרי האט נישט געוואוסט צי ער זאל לאכן אדער וויינען" .כזבי'לע טייערע! אונזער גאט ערלויבט נישט צו מאכן א פסל אפילו נאר פון אים אליין ,דערצו איז ער זייער ברוגז ווען מ'נעמט אריין נאך געטער אין דער זייט פון אים".
די פרינצעסין האט זיך צעלאכט" :אוי! איך האב פון דעם פארגעסן .דו האסט מיר שוין פריער דערציילט וועגן דעם .נאר זאג מיר טאקע זמרי ,מיינסטו נישט אז דאס זענען ווילדע און מאדנע געזעצן? וואס זאל אים שטערן אז מ'דינט נאך געטער אויב מ'דינט כאטש אים? דערצו זאל ער נישט ליב האבן קיין סטאטוען ,דאס איז דאך שוין אינגאנצן זינלאז .וועלכער גאט שטאלצירט דען נישט מיט די מענטשליכע סטאטוען איבער דער ערד? אט דאס איז דאך דער כבוד פון די געטער .נישט אזוי?" "ליבע כזבי ,דו ווייסט ווי איך האב דיך ליב .איך זע טאקע אויף דיר אז דו ביסט א קלוגע און פארשטענדליכע ,נאר דאך לאמיר בעסער נישט אריינקריכן אין טעאלאגישע שמועסן ,ווייל די העברעאישע טעאלאגיע איז ווירקליך זייער א קאמפליצירטע און א טיפע .איך וועל עס מיט דיר אוודאי קענען לערנען במשך די יארן ,נאר אזוי אונטער איין פוס וואלט דאס געווען אן אוממעגליכע זאך".
די צוויי זענען געשטאנען האלב פארלוירענע איינער קעגן צווייטן ,נישט וויסנדיג ווי איבערצוקומען דעם פלאנטער. נאכדעם וואס זמרי האט דערמאנט וועגן לערנען מיט איר די העברעאישע טעאלאגיע במשך די יארן ,האט א געדאנק
אויפגעבליצט אין זיין מוח" .אויב גאט האט די קראסאוויצע ,די שיינהייט ,צוגעשיקט צו מיר ,קען דאך דאס זיין אז דאס איז אין זיין פלאן צו געווינען אט די נשמה פאר אונזער אמונה .ווען איך זאל זיך אפזאגן יעצט צו דינען אירע געטער וועט זי פארלוירן גיין פון יענער וועלט גלייך מיט אלע געצנדינער, ווען אבער איך זאל יעצט זיך מקריב זיין פאר אירעט וועגן ,כ'וועל אפילו דינען אירע געטער ,וועל איך זי דערמיט עווענטועל געווינען פארן העברעאישן פאלק .זי איז צו קלוג צו קענען פארזעצן אויף דעם נארישן געצנדינערישן וועג נאכדעם וואס זי וועט קלאר ארויסהאבן די פרינציפן אויף וואס דער העברעאישער מאנאטעאיזם שטיצט זיך .ובכן איז שטארק מעגליך אז גאט אליין
וויל דאס פון מיר".
, "און אפילו ווען ס'זאל נישט זיין אזוי"
האט ער ווייטער געקלערט צו זיך" ,אפילו ווען גאט זאל נישט וועלן מיר מוחל זיין דעם זינד ,אפילו דאן וועט מיר דער עונש זיס זיין ווען איך וועל וויסן אז איך האב מיין נשמה געאאפערט צו ראטעווען א ריינע נשמה פון פינסטערניש ".מיט דער מחשבה האבן זיינע אויגן אויפגעלאכטן" .איך בין ענטשלאסן אין דעם" האט ער ביי זיך
באשטימט.
ער איז צוגעלאפן צו דעם מדינ'ישן מיידל ,זי הארציג ארומגעכאפט און אויסגערופן" :מיין טייערסטע ,מיין ליבסטע ,איך וועל פאר דיר אלעס טון .איך וועל פאר דיר אפילו אין גיהנם גיין .איך וועל מיין נשמה מקריב זיין פאר דיין ריינקייט .דו ביסט מיין גאנץ לעבן ,מיין איינציגע מוט אין מיין ווייטערדיגן לעבן".
דאס מיידל האט אויפגעלעבט" :זמרי טייערער ,וואו טרעפט מען אזא נאבעלן מענטש ווי דו ...איך דאנק אזוי מיינע געטער דערפאר .איך בין זיכער אז אינדערהיים ,אין מדין ,וואלט איך אזא טייערן מענטש נישט געקענט געפינען .צו דעם האב איך געדארפט קומען אהער דא אין מדבר דיך צו טרעפן .דיך מיין טייערער חתן ".זי האט אהינגעגעבן די בובעלעך פאר זמרי'ן' וועלכער האט זיך געווארפן אויף דער ערד, אויסגעבוקט זיך פאר זיי ווען ער דאנקט אין הארצן זיין אייגענעם גאט און בעט ביי אים
גלייכצייטיג מחילה.
*** "וואו זענען זיי?" האט געדונערט דאס קול פון דעם יונגערמאן ,א קינד אין דער כהנ'ישער משפחה צווישן די העברעער .ער האט געהאלטן אין דער האנט א שארפן שפיז און געלאפן דערמיט א צעפלאמטער איבער די שורות פון די געצעלטן" .וואו זענען זיי אריין די צוויי נידערטרעכטיגע?" ער האט געקוויטשעט גארנישט מיט זיין געווענליכן קול .געווען בעלנים וואס האבן אים געהאלפן טרעפן דעם וועג צו דעם
געצעלט פונעם שמעונ'שן נשיא.
ער איז אריין מיט א שטורעם ,קיינער האט נישט געזען וואס ס'קומט פאר אינעווייניג ,נאר א הארציגער קוויטשען האט אלעמען אינדרויסן פארגליווערט .נאך א מינוט איז דער יונגערמאן ארויס מיט א צעבלוטיגטן שפיז שלעפנדיג אויף דעם צוויי צאפלדיגע קערפער .זיין מויל האט נאך אויסגעשריגן פארשידענע ווערטער קעגן זיי ,צווישן אנדערע אז זיי זענען שולדיג אין דער מגפה וואס האט אויסגעבראכן אינעם לאגער .ער איז מיט די קערפער ארויס פונעם לאגער ,זיי א ווארף געטון ווייט אהינצו ווען די ביידע קערפער בלייבן פארהאנקערט איינער אינעם צווייטן,
שטומע עדות צו א טראגישע ליבע. ביז יארן שפעטער האבן די פייגל וואס זענען דארט פארביי געפלויגן זיך אפגעשטעלט דערנעבן ,א טשוויטשע געטון און אוועקגעפלויגן מיט שרעק .און די ווינטלעך ארום פלעגן שטילערהייט אויסוואיען" :הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו".
אויסקלארונג:
די כוונה פונעם שרייבער איז נישט להרשיע את הצדיק חלילה ,וואס איז נישט אין אונזערע השגות בכלל ,נאר פארקערט ,ארויסצוברענגען אין שריפט דעם צד זכות פונעם אידישן נשיא .
א טראגישע ליבע: די געשיכטע פון זמרי בן סלוא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 4:55 pm
- געפינט זיך: אין די נייעס
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 4:55 pm
- געפינט זיך: אין די נייעס
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל