אפהאנדלונג: דער קוראזש פון אבו מאזן, די דעמאגאגיע פון ביבי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

אפהאנדלונג: דער קוראזש פון אבו מאזן, די דעמאגאגיע פון ביבי

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

פון א ריין פאליטישער שטאנדפונקט, קומט זיך לדעתי קרעדיט פאר אבו מאזן פאר׳ן אופן וויאזוי ער איז צוגעגאנגען צום קריזיס וואס איז ערשינען מיט׳ן פארכאפונג פון די אידישע בחורים הי״ד אין די פארגאנגענע וואכן.

פון גאנץ אנפאנג, האט ער צוגעשטעלט די פאלעסטינער אויטאריטעט אז זיי זאלן בייהילפיג זיין אין די זיכונגען, און זיי זענען טאקע געווען די וואס האבן צום ערשט געפינען די פארדעכטיגטע קאר און דאס תיכף איבערגעגעבן פאר די ישראלים.

ביבי פון די אנדערע זייט, האט זיך גראד צוגעכאפט מיט א ווילדקייט צום געשעפט און פרובירט אויסצונוצען די געלעגנהייט אפצושוואכן אבו מאזן און זיין וואקלדיגע רעגירונג. ער האט געפאכעט מיט׳ן פינגער און באשולדיגט כאמאס, דערנאך האט ער צום טויזענט׳סטל מאל אראפגעריסן אבו מאזן פאר׳ן זיין אין איין רעגירונג מיט כאמאס.

קיין קלארע באווייזן האט ביבי נישט פארגעשטעלט קעגן כאמאס, און הגם ס׳איז זייער מעגליך אז דאס האבן אפאר טעראריסטן געטאן על דעת עצמם, אן די צושטימונג פון כאמאס פירערשאפט, און הגם ס׳האט פאסירט אין א שטח וואס מדינת ישראל קאנטראלירט, האט ביבי געשריגן קולי קולות אז ער האלט דאס פאלעסטינער אויטאריטעט פאראנטווארטליך.

ס׳איז יתכן אז די ש.ב. און אנדערע זיכערהייט אינסטאנצן האבן געוואוסט פון עפעס וואס מ׳האט נישט מפרסם געווען, אבער חזקה על ביבי בכגון דא אז ווען ער האט סחורה פארקויפט ער דאס, און אויב ער באשולדיגט אין די לופטן אן צייגן הוכחות, איז משמע אז אפילו נאכ׳ן ארעסטירן און אויספארשען הונדערטער כאמאס פירער פארמאגט ער נישט בעסער׳ס.

מ׳קען למעשה נישט וויסן, אבער לכאורה האט כאמאס דייקא נישט געהאט קיין באזונדערע אינטערעסע אין אזא סארט אקציע יעצט אויף די מינוט.

אין די לעצטע פאר יאר האט מדינת ישראל סיסטעמאטיש און כמעט גענצליך פארטיליגט אדער ארעסטירט זייערע גרויסע קעפ און שישקעס, זיי זענען נאך היפש אפגעשוואכט מיליטעריש זינט עופרת יצוקה און עמוד הענן, זיי האבן געהאט גאר א שטארקע מפלה און פארלוירן קריטיש וויכטיגע שטיצונג און האפענונג ווען מען האט די מוסלעמענער ברודערשאפט ארויס׳גע׳פטר׳ט פונעם רעגירונג אין מצרים, מיט איראן און סיריע זענען זיי האלבוועג׳ס צוקריגט, און אויך אין געלט האלטן זיי שמאל און קענען נישט געהעריג נאכקומען צו באצאלן געהאלטן.

כאמאס היינט איז נישט דער זעלבער ווי פאר צען יאר צוריק, זיי רעדן גרויס אבער זענען א שפילעכ׳ל לגבי זייער אמאליגען מצב. דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן זיך צוגעשמאלצן צו אבו מאזן, ס׳איז א שידוך צווישן צוויי אפגעמאטערטע צדדים און ס׳הינקט מעיקרא אויף הינערנע פוס. זיי האבן זיך נישט עקסטער ליב (ביידע האלטן נאך אלץ פארהאפטעט דעם אנדערן׳ס מענטשן אין תפיסה), אבער יעדער האפט דורכדעם דורכצולעבן ביז מ׳וועט צוריק קומען צו די כוחות.

ביבי האט זיך בשעתו ארויסגעשטעלט בחרב וחנית קעגן דעם הסכם און עס גענוצט אלץ אנווייזונג אז אבו מאזן אליין איז א שטיצער פון טעראר. אליבא דאמת, איז עס אינגאנצן נישט אזוי. אבו מאזן איז זיכער נישט קיין אוהב ישראל, אבער ער איז כהיום ווייט פון זיין א טעראריסט, זיין גאנצער צוגאנג איז גאר פארקערט. פאקטיש איז ער א מענטשליכער פירער און אויב האט ער א חסרון איז עס אז ער איז נישט קיין בעל כח. דאס אז ביבי פרובירט אים שוואכער צו מאכען, איז א נערי׳שקייט, אפילו אפצושוואכן אינגאנצן כאמאס איז אויך נישט קיין קלוגער מהלך, הגם אויף א קלענערן פארנעם.

איי, וואס גייט מיר אן? זאלן זיי אלע בטל ווערן כקליפת השום און פטור אן עסק…

דער תירוץ איז, אז ווען עס קומט צו קאנפליקטן און קעגנער איז קיינמאל נישטא קיין ׳פאסיגער׳ בר פלוגתא, אז מ׳זעמיר שונאים איז משמע אז כ׳האלט פארקערט ווי דיר און ס׳שמעקט מיר אינגאנצן נישט דיין הלוך ילך. אבער דאך, מיט דעם אלעם, אויב יענער איז האלב נארמאל און ס׳איז דא צו וועם צו רעדן, קען מען זיך קריגן מער פראקטישערהייט, אז ס׳איז דא א אוזן קשבת למחצה לשליש ולרביע, איז דא א מעגליכקייט אז מ׳זאל קענען מאכן שבת מיט א רואיגקייט, מ׳קען זיך מיט א לייכטן שונא גאנץ קנאפ דורכקומען און לעבן זייט ביי זייט מיט די חילוקי דיעות אינאיינעם.

נישט אז דער איזראעלישער פאלעסטינער קאנפליקט איז א לייכטע מסכתא, פארקערט, נישטא קיין סאך אויף וואס די צוויי צדדים קענען צושטימען גלייכערהייט, און אוודאי נישט ווען ס׳האנדלט זיך פונעם עיקר דיפערענץ: די פאלעסטינער׳ס מיסיע איז צו באפרייען ״זייער״ פאלעסטינע (נישט בלויז די שטחים), צו וואס די ישראלים קענען פארשטייט זיך קיינמאל נישט מסכים זיין.

קיינער האט נישט קיין הוילע פאנטאזיעס, יעדער ווייסט אז ס׳איז א מעשה פון יארן כדי מ׳זאל צוקומען צו ערנסטע דורכברוכן, און אפשר גאר קיינמאל נישט. צענדליגער פארמיטלער זענען שוין מיד און מיואש געווארן און זיך געזוכט גרינגערע פרנסות ערגעץ אנדערש, אבער די צדדים אליין זענען here to stay, זיי פארבלייבן אין פעקל לאורך ימים ושנים, און אלץ נאענטע שכנים שטייען זיי ביידע אויס צו פארלירן ווען מ׳שלאגט זיך ווילדערהייט, פאר איינעם איז איינמאל מער ווייטאגליך און אן אנדערס מאל ווייניגער, קייינער שמעקט נישט צו כאפן פעטש, דער קוואל פון טרערן איז שוין טרוקן.

טאקע דערפאר, איז עס אין מדינת ישראל׳ס אינטערעסן אז ביי די פאלעסטינער זאלן זיך יא געפינען נארמאלע פירער וואס זאלן האבן בכח צו קאנטראלירן דאס ווירטשאפט, מעסיגע פערזענליכקייטן וואס זאלן זיין ביכולת צו האלטן דעם גלייכגעוויכט אין די ראמען, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און לאורך ימים אנהאלטן א פארווע׳דיגן אומאפיציעלער סטאביליטי.

גייט ביבי, און מאכט דעם אבו מאזן ללעג ולקלס, ער באגייט זיך מיט אים כאילו ער איז א חדר יונגל, א נאכשלעפער, אויב עפעס - מאהלט ער אים אפ אלץ געמיינער טעראריסט, און ניצט דאס אלץ סטראטעגיע אז ער זאל זיך נישט דארפן זעצן מיט אים צום טיש.

אז מען באטראכט די צוויי קעגנזייטיגע פירער, איז אבו מאזן בעצם טאקע ניטאמאל א פאפירענער טיגער קעגן ביבי, ער האט נישט קיין מיליטער, קיין געווער, קוים א קארג שטיקל לאנד, אן קיין נארמאלע אינפראסטרוקציע אדער עקענאמיע און ווי ער געוועלטיגט קוים. ער געניסט פון א געוויסע רעספעקט ביים אלגעמיינער פאלעסטינער אלץ אן אנגעזעהנער שטאטסמאן וואס איז ראוי צו פארטרעטן דעם פאלק אבער דער המון עם איז ע״פ רוב שוין אויך מיואש און גלייבט שווער אז מיט בלויז דיפלאמאטיע אדער פאליטיק וועט מען ווייט אנקומען.

די געשעענישן פון די לעצטע פאר וואכן, האט אבער אריין גערוקט אבו מאזן אין א פרישן שווערן דיפלאמאטישן ווינקל. אפאר ווילדע רוצחים האבן געשטעלט אין שאטן אים און זיין גאנצע רעגירונג, די גאנצע אחדות רעגירונג מיט כאמאס איז אריין אין געפאר. די אראבישע גאס, ״זיין״ גאס, האט געשעפט הויפנס פון גרויזאמע הנאה פון די קידנעפינג, די מענטאליטעט זייערע איז צו שטאלצירן און זיך פרייען ווען דער שונא איז אנגעמאכט, גייט אבו מאזן און פרובירט העלפן די ישראלים מיט אלעס וואס איז בידו, נישט נאר דאס, ער פארדאמט דעם פארברעכן מיט׳ן גרעסטן שארפקייט, ווי א קול אין מדבר שטעלט ער זיך ארויס איינער אליין מיט קוראזש קעגן זיינע אייגענע ברודער, קעגן זיינע אייגענע שטיצער.

אזא איינעם, וואלט ביבי געדארפט באפעסטיגן און אננעמען אלץ א בר פלוגתא. אנשטאט, האט ער געלאזט ארויסרינען אין די ערשטע פאר טעג, אז אבו מאזן׳ס קראנקע פלונית׳טע געפינט זיך פונקט אין ישראל און ווערט געהיילט דורך אידישע דאקטוירים... פארשטייט זיך אז דאס האט נאך מער אראפ געברענגט אבו מאזן׳ס אויסזעהן און ווירקזאמקייט אין זיינע אייגענע קרייזן, ער ווערט יעצט באטראכט נישט נאר ווי א פאררעטער נאר אויך אלץ א ביליגער פאליטיקאנט וואס לאזט זיך גרינג משחד זיין.

דאס איז געווען אזא מין אונטערערדישער שפיצל אים אונטערצורייסן, דע-לעגעטעמאציע לשמה, און דעמאגאגיע לשמו.

דער חורבן איז, אז אויב נישט אבו מאזן, און אויב נישט כאמאס, וועט קומען סאך ערגער׳ס. מ׳דארף בלויז כאפן א בליק קיין איראק אדער סיריע, און אפילו לבנון, צו פארשטיין אז אחריתו מרה, דאס וואס קומט שפעטער איז לענה ורוש, אזא מין שונא וואס וויל ניטאמאל פירן מיט דיר א דיאלאג.

ביבי וואלט געמעגט דערהערן אז מ׳דארף טאקע צוברעכן דעם שונא, אבער נישט אויף אזוי ווייט אזש ביז גרעסערע שונאים זאלן קענען קומען טרעטן אויפ׳ן יעצטיגען׳ס קערפער און איבערנעמען די מערכה מיט טאטאלער פאנאטישקייט.

אם רעב שונאך - לאז אים נישט אויסגיין אינגאנצן פאר הונגער,
האכילהו - זעץ דיך צום טיש מיט אים,
לח״ם - ווייל דורכדעם וועסטו נאך האבן אן אויסזיכט מלחמה צו האלטן אונטער נארמאלע אומשטענדן.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר