אפהאנדלונג: דער קוראזש פון אבו מאזן, די דעמאגאגיע פון ביבי
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

פון א ריין פאליטישער שטאנדפונקט, קומט זיך לדעתי קרעדיט פאר אבו מאזן פאר׳ן אופן וויאזוי ער איז צוגעגאנגען צום קריזיס וואס איז ערשינען מיט׳ן פארכאפונג פון די אידישע בחורים הי״ד אין די פארגאנגענע וואכן.
פון גאנץ אנפאנג, האט ער צוגעשטעלט די פאלעסטינער אויטאריטעט אז זיי זאלן בייהילפיג זיין אין די זיכונגען, און זיי זענען טאקע געווען די וואס האבן צום ערשט געפינען די פארדעכטיגטע קאר און דאס תיכף איבערגעגעבן פאר די ישראלים.
ביבי פון די אנדערע זייט, האט זיך גראד צוגעכאפט מיט א ווילדקייט צום געשעפט און פרובירט אויסצונוצען די געלעגנהייט אפצושוואכן אבו מאזן און זיין וואקלדיגע רעגירונג. ער האט געפאכעט מיט׳ן פינגער און באשולדיגט כאמאס, דערנאך האט ער צום טויזענט׳סטל מאל אראפגעריסן אבו מאזן פאר׳ן זיין אין איין רעגירונג מיט כאמאס.
קיין קלארע באווייזן האט ביבי נישט פארגעשטעלט קעגן כאמאס, און הגם ס׳איז זייער מעגליך אז דאס האבן אפאר טעראריסטן געטאן על דעת עצמם, אן די צושטימונג פון כאמאס פירערשאפט, און הגם ס׳האט פאסירט אין א שטח וואס מדינת ישראל קאנטראלירט, האט ביבי געשריגן קולי קולות אז ער האלט דאס פאלעסטינער אויטאריטעט פאראנטווארטליך.
ס׳איז יתכן אז די ש.ב. און אנדערע זיכערהייט אינסטאנצן האבן געוואוסט פון עפעס וואס מ׳האט נישט מפרסם געווען, אבער חזקה על ביבי בכגון דא אז ווען ער האט סחורה פארקויפט ער דאס, און אויב ער באשולדיגט אין די לופטן אן צייגן הוכחות, איז משמע אז אפילו נאכ׳ן ארעסטירן און אויספארשען הונדערטער כאמאס פירער פארמאגט ער נישט בעסער׳ס.
מ׳קען למעשה נישט וויסן, אבער לכאורה האט כאמאס דייקא נישט געהאט קיין באזונדערע אינטערעסע אין אזא סארט אקציע יעצט אויף די מינוט.
אין די לעצטע פאר יאר האט מדינת ישראל סיסטעמאטיש און כמעט גענצליך פארטיליגט אדער ארעסטירט זייערע גרויסע קעפ און שישקעס, זיי זענען נאך היפש אפגעשוואכט מיליטעריש זינט עופרת יצוקה און עמוד הענן, זיי האבן געהאט גאר א שטארקע מפלה און פארלוירן קריטיש וויכטיגע שטיצונג און האפענונג ווען מען האט די מוסלעמענער ברודערשאפט ארויס׳גע׳פטר׳ט פונעם רעגירונג אין מצרים, מיט איראן און סיריע זענען זיי האלבוועג׳ס צוקריגט, און אויך אין געלט האלטן זיי שמאל און קענען נישט געהעריג נאכקומען צו באצאלן געהאלטן.
כאמאס היינט איז נישט דער זעלבער ווי פאר צען יאר צוריק, זיי רעדן גרויס אבער זענען א שפילעכ׳ל לגבי זייער אמאליגען מצב. דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן זיך צוגעשמאלצן צו אבו מאזן, ס׳איז א שידוך צווישן צוויי אפגעמאטערטע צדדים און ס׳הינקט מעיקרא אויף הינערנע פוס. זיי האבן זיך נישט עקסטער ליב (ביידע האלטן נאך אלץ פארהאפטעט דעם אנדערן׳ס מענטשן אין תפיסה), אבער יעדער האפט דורכדעם דורכצולעבן ביז מ׳וועט צוריק קומען צו די כוחות.
ביבי האט זיך בשעתו ארויסגעשטעלט בחרב וחנית קעגן דעם הסכם און עס גענוצט אלץ אנווייזונג אז אבו מאזן אליין איז א שטיצער פון טעראר. אליבא דאמת, איז עס אינגאנצן נישט אזוי. אבו מאזן איז זיכער נישט קיין אוהב ישראל, אבער ער איז כהיום ווייט פון זיין א טעראריסט, זיין גאנצער צוגאנג איז גאר פארקערט. פאקטיש איז ער א מענטשליכער פירער און אויב האט ער א חסרון איז עס אז ער איז נישט קיין בעל כח. דאס אז ביבי פרובירט אים שוואכער צו מאכען, איז א נערי׳שקייט, אפילו אפצושוואכן אינגאנצן כאמאס איז אויך נישט קיין קלוגער מהלך, הגם אויף א קלענערן פארנעם.
איי, וואס גייט מיר אן? זאלן זיי אלע בטל ווערן כקליפת השום און פטור אן עסק…
דער תירוץ איז, אז ווען עס קומט צו קאנפליקטן און קעגנער איז קיינמאל נישטא קיין ׳פאסיגער׳ בר פלוגתא, אז מ׳זעמיר שונאים איז משמע אז כ׳האלט פארקערט ווי דיר און ס׳שמעקט מיר אינגאנצן נישט דיין הלוך ילך. אבער דאך, מיט דעם אלעם, אויב יענער איז האלב נארמאל און ס׳איז דא צו וועם צו רעדן, קען מען זיך קריגן מער פראקטישערהייט, אז ס׳איז דא א אוזן קשבת למחצה לשליש ולרביע, איז דא א מעגליכקייט אז מ׳זאל קענען מאכן שבת מיט א רואיגקייט, מ׳קען זיך מיט א לייכטן שונא גאנץ קנאפ דורכקומען און לעבן זייט ביי זייט מיט די חילוקי דיעות אינאיינעם.
נישט אז דער איזראעלישער פאלעסטינער קאנפליקט איז א לייכטע מסכתא, פארקערט, נישטא קיין סאך אויף וואס די צוויי צדדים קענען צושטימען גלייכערהייט, און אוודאי נישט ווען ס׳האנדלט זיך פונעם עיקר דיפערענץ: די פאלעסטינער׳ס מיסיע איז צו באפרייען ״זייער״ פאלעסטינע (נישט בלויז די שטחים), צו וואס די ישראלים קענען פארשטייט זיך קיינמאל נישט מסכים זיין.
קיינער האט נישט קיין הוילע פאנטאזיעס, יעדער ווייסט אז ס׳איז א מעשה פון יארן כדי מ׳זאל צוקומען צו ערנסטע דורכברוכן, און אפשר גאר קיינמאל נישט. צענדליגער פארמיטלער זענען שוין מיד און מיואש געווארן און זיך געזוכט גרינגערע פרנסות ערגעץ אנדערש, אבער די צדדים אליין זענען here to stay, זיי פארבלייבן אין פעקל לאורך ימים ושנים, און אלץ נאענטע שכנים שטייען זיי ביידע אויס צו פארלירן ווען מ׳שלאגט זיך ווילדערהייט, פאר איינעם איז איינמאל מער ווייטאגליך און אן אנדערס מאל ווייניגער, קייינער שמעקט נישט צו כאפן פעטש, דער קוואל פון טרערן איז שוין טרוקן.
טאקע דערפאר, איז עס אין מדינת ישראל׳ס אינטערעסן אז ביי די פאלעסטינער זאלן זיך יא געפינען נארמאלע פירער וואס זאלן האבן בכח צו קאנטראלירן דאס ווירטשאפט, מעסיגע פערזענליכקייטן וואס זאלן זיין ביכולת צו האלטן דעם גלייכגעוויכט אין די ראמען, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און לאורך ימים אנהאלטן א פארווע׳דיגן אומאפיציעלער סטאביליטי.
גייט ביבי, און מאכט דעם אבו מאזן ללעג ולקלס, ער באגייט זיך מיט אים כאילו ער איז א חדר יונגל, א נאכשלעפער, אויב עפעס - מאהלט ער אים אפ אלץ געמיינער טעראריסט, און ניצט דאס אלץ סטראטעגיע אז ער זאל זיך נישט דארפן זעצן מיט אים צום טיש.
אז מען באטראכט די צוויי קעגנזייטיגע פירער, איז אבו מאזן בעצם טאקע ניטאמאל א פאפירענער טיגער קעגן ביבי, ער האט נישט קיין מיליטער, קיין געווער, קוים א קארג שטיקל לאנד, אן קיין נארמאלע אינפראסטרוקציע אדער עקענאמיע און ווי ער געוועלטיגט קוים. ער געניסט פון א געוויסע רעספעקט ביים אלגעמיינער פאלעסטינער אלץ אן אנגעזעהנער שטאטסמאן וואס איז ראוי צו פארטרעטן דעם פאלק אבער דער המון עם איז ע״פ רוב שוין אויך מיואש און גלייבט שווער אז מיט בלויז דיפלאמאטיע אדער פאליטיק וועט מען ווייט אנקומען.
די געשעענישן פון די לעצטע פאר וואכן, האט אבער אריין גערוקט אבו מאזן אין א פרישן שווערן דיפלאמאטישן ווינקל. אפאר ווילדע רוצחים האבן געשטעלט אין שאטן אים און זיין גאנצע רעגירונג, די גאנצע אחדות רעגירונג מיט כאמאס איז אריין אין געפאר. די אראבישע גאס, ״זיין״ גאס, האט געשעפט הויפנס פון גרויזאמע הנאה פון די קידנעפינג, די מענטאליטעט זייערע איז צו שטאלצירן און זיך פרייען ווען דער שונא איז אנגעמאכט, גייט אבו מאזן און פרובירט העלפן די ישראלים מיט אלעס וואס איז בידו, נישט נאר דאס, ער פארדאמט דעם פארברעכן מיט׳ן גרעסטן שארפקייט, ווי א קול אין מדבר שטעלט ער זיך ארויס איינער אליין מיט קוראזש קעגן זיינע אייגענע ברודער, קעגן זיינע אייגענע שטיצער.
אזא איינעם, וואלט ביבי געדארפט באפעסטיגן און אננעמען אלץ א בר פלוגתא. אנשטאט, האט ער געלאזט ארויסרינען אין די ערשטע פאר טעג, אז אבו מאזן׳ס קראנקע פלונית׳טע געפינט זיך פונקט אין ישראל און ווערט געהיילט דורך אידישע דאקטוירים... פארשטייט זיך אז דאס האט נאך מער אראפ געברענגט אבו מאזן׳ס אויסזעהן און ווירקזאמקייט אין זיינע אייגענע קרייזן, ער ווערט יעצט באטראכט נישט נאר ווי א פאררעטער נאר אויך אלץ א ביליגער פאליטיקאנט וואס לאזט זיך גרינג משחד זיין.
דאס איז געווען אזא מין אונטערערדישער שפיצל אים אונטערצורייסן, דע-לעגעטעמאציע לשמה, און דעמאגאגיע לשמו.
דער חורבן איז, אז אויב נישט אבו מאזן, און אויב נישט כאמאס, וועט קומען סאך ערגער׳ס. מ׳דארף בלויז כאפן א בליק קיין איראק אדער סיריע, און אפילו לבנון, צו פארשטיין אז אחריתו מרה, דאס וואס קומט שפעטער איז לענה ורוש, אזא מין שונא וואס וויל ניטאמאל פירן מיט דיר א דיאלאג.
ביבי וואלט געמעגט דערהערן אז מ׳דארף טאקע צוברעכן דעם שונא, אבער נישט אויף אזוי ווייט אזש ביז גרעסערע שונאים זאלן קענען קומען טרעטן אויפ׳ן יעצטיגען׳ס קערפער און איבערנעמען די מערכה מיט טאטאלער פאנאטישקייט.
אם רעב שונאך - לאז אים נישט אויסגיין אינגאנצן פאר הונגער,
האכילהו - זעץ דיך צום טיש מיט אים,
לח״ם - ווייל דורכדעם וועסטו נאך האבן אן אויסזיכט מלחמה צו האלטן אונטער נארמאלע אומשטענדן.

כאן, חבל טבור הארץ.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 4:55 pm
- געפינט זיך: אין די נייעס
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
פאר אלעס, לאמיר דיר באדאנקען פאר די הערליכע ארטיקל.
עס איז אמת אז אבו מאזן שטעלט אהער גאר א שיינע פנים, אבער דו דארפסט געדענקען אז דער פאלעסטינער האט אלס גוט געשפילט די געים פון ווייזן א שיינעם פנים אין טעראריזירן פון די צווייטע זייט, אויפ'ן דרך פון יאסיר אראפאט וואס אבו מאזן\מאכמוד אבאס איז פשוט זיין נאכפאלגער

Don't take anything. Do your own research
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קינד_אן_קייט האט געשריבן:אם רעב שונאך - לאז אים נישט אויסגיין אינגאנצן פאר הונגער,
האכילהו - זעץ דיך צום טיש מיט אים,
לח"ם - ווייל דורכדעם וועסטו נאך האבן אן אויסזיכט מלחמה צו האלטן אונטער נארמאלע אומשטענדן.
באופן אחר יש לומר
אם רעב שונאך - אויב דיין פיינט וועט שטענדיג בלייבן הינגעריג
האכילהו - זיך זעצען צי א טיש מיט אים
לחם - אין א חלום (עיין מי השילוח מקץ לחם אותיות חלם)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
אבו מאזן האט עס אפגעהרגט אין די מינוט וואס דאס קינד פון שועפט האט געפעלט, האט ער נישט געווארט און גלייך געווילדעוועט און "געפאדערט" נתניהו צו פארדאמען, הגם ער האט געוואוסט אז נתניהו גייט עס פארדאמען און פארדאמט עס, און ווארט נאר אויף די אויספארשונג רעזולטאטן, אזוי האט ער געוואלט מאכן אז נתניהו'ס פארדאמונג קומט אויף זיין אויפפאדערונג.
בקיצור זיי זענען ביידע פאליטיקאנטן, גאנץ שוואכע פאליטיקאנטן.
מען דארף אויך געדענקען אז אבו מאזן האט באמת געהאלטן אז די פארכאפונג פון כאמאס איז א פערזענליכע פראסק אין פנים, נאכדעם וואס ער כאפט שוין אזויפיל פארן בונד מיט כאמאס גייען זיי טון אזא זאך. אלזא ער מיינט זיך אויך.
אינטערסאנט צו אנצייכענען די נייע אינטערסאנטע שמועס פון מארטין אינדיק, דער געוועזענער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו ארץ ישראל און אבאמא אדמיניסטראציע שלום פארמיטלער, א שיינע אפהאנדלונג איבער די שלום פארהאנדלונגען און די מצב אין ארץ ישראל, און א שטיקל איבערזיכט אויף נתניהו און אבו מאזן. זייער א שיינע שמועס

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום בר דעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
בר דעת האט געשריבן:אבו מאזן האט עס אפגעהרגט אין די מינוט וואס דאס קינד פון שועפט האט געפעלט, האט ער נישט געווארט און גלייך געווילדעוועט און "געפאדערט" נתניהו צו פארדאמען, הגם ער האט געוואוסט אז נתניהו גייט עס פארדאמען און פארדאמט עס, און ווארט נאר אויף די אויספארשונג רעזולטאטן, אזוי האט ער געוואלט מאכן אז נתניהו'ס פארדאמונג קומט אויף זיין אויפפאדערונג.
נו וואס האט ער געזאלט טאן? פארקערט, ער האט מיט דעם באקומען א געלעגנהייט ארויס צוברענגן פאר זיינע אייגענע חברה די אומרעכט פון פארכאפן אומשולדיגע קינדער, און אז א עוולה איז א עוולה, נישט קיין חילוק וועלכע צד באגייט דאס.
ווי אויך האט ער כאטשיג פארדאמט ביידע צדדים גלייך, משא״כ ביבי.
כאן, חבל טבור הארץ.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
א הערליך ארטיקל, שכוח!
כ'מיין אז מען האט נאך דא קיינמאל נישט דיסקאסירט פאליטיק, אויף אזא טיפע פארנעם, און מען זאגט נאך אז ק"ש גייט אונטער, עס שטייגט און בליהט!
מיינע צוויי סענט.
מדינת ישראל שטייט היינט צוטאגס אין א פאזיציע וואס כמעט איעדע דעמאקראטישע מדינה, האלט אז זי איז נישט גערעכט, און אירע פאליסיס זענען נישט דעמאקראטיש.
די מדינת ישראל בירגער זענען נישט איינשטימיג מיט דעם, און זענען נאכנישט גרייט צו אנערקענען אז זיי מיזן אויפגעבן אויף אזעלכע פאנדומענטאלע יסודות ווי זיך רופן א אידישע מדינה און טוישן זייער הימנע, כדי צו קענען ווערן אנגערופן דעמאקראטיש.
ביבי, נישט קיין חילוק וואס ער פערזענליך האלט, פארשטייט מיט זיין מייסטער פאליטישען מח אז ער איז ערוויילט געווארן ווייל רוב מדינת ישראל איז נישט גרייט פאר שלום, און ער האט א חיוב צו טוהן אלעס וואס ער קען אז עס זאל נישט צושטאנד קומען.
במילא לוינט זיך אים אינטערצוברענגען פאטאך, און לאזן עקסטרימיסטן צוקימען צו די מאכט ביי די אראבער, אפילו עס קען קאסטן בלוט, אלעס כדי דער מצב צווישן די צוויי זאל זיך פארערגערן, און פון שלום זאל מען נישט רעדן.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברעט גארדנער האט געשריבן:פאר אלעס, לאמיר דיר באדאנקען פאר די הערליכע ארטיקל.
עס איז אמת אז אבו מאזן שטעלט אהער גאר א שיינע פנים, אבער דו דארפסט געדענקען אז דער פאלעסטינער האט אלס גוט געשפילט די געים פון ווייזן א שיינעם פנים אין טעראריזירן פון די צווייטע זייט, אויפ'ן דרך פון יאסיר אראפאט וואס אבו מאזן\מאכמוד אבאס איז פשוט זיין נאכפאלגער
יא. אבער אבו מאזן אליינס, פערזענליך, איז נישט אזא אפענער רוצח און מערדער ווי יאסיר אראפאט ימח שמו. אז ר'איז נישט קיין אוהב ישראל, איז אינז א קנאפע דאגה...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: אפהאנדלונג: דער קוראזש פון אבו מאזן, די דעמאגאגיע פון בי
@IsraelHatzolah: BREAKING NEWS: Palestinian leader Abbas is to announce he is resigning as President in 2 months. (Report)
Sent from my XT1056 using Tapatalk
Sent from my XT1056 using Tapatalk