יוסטיץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

יוסטיץ

שליחה דורך נושא ונותן »

איך האב געליינט דא א לאנגער אשכול וועגען יוסטיץ אין אמעריקע ווי אזוי דער סיסטעם איז קראפטירט אין אום יושר'דיג די פראסיקיוטער'ס זענען רשעים די שופטים דאנט גיוו עי דעם אין מענטשען פארלירען יארן פין זייער רעכטען אין פין זייער לעבן.
אבער ס'איז דא א נקודה וואס איז סאך מער טיפער אין איך זעע אז קיינער האט עס נישט אנגערירט וועל איך דא ארויף ברעגען מיינע מחשבות וועגען דעם כדי צי הערן וואס דער עולם האלט.
די מקור פין חוק ומשפט דין ודיין שכר ועונש איז איינער פין די שבע מצוות בני נח, אין אזוי אויך איז דא אין די תורה גאנצע פרשיות מיט דינים הלכות אין בפרט איבער וואס איך וויל ארום רעדן "עונשים", חזל זאגן חביב האדם שנברא בצלם אלע מענטשען זענען גלייך אין לכאורה קען קיין שום מענטש נישט האבן א כח איבער א צווייטען אים צי מעניש זיין, נאר וואס דען לה' הארץ ומלואה דער וועלט מיט אלע מענטשען באלאנגען צום באשעפער האט ער א בעלות אין א זכות צי הייסען משפט'ן אין בעיקר מעניש זיין א אנדערע מענטש, סיי א עונש בעצם אין סיי אן עונש וואס זאל דינען ווי א מוסטער צי דערשרעקען אין ווארענען אנדערע מענטשען שלא תמות כדרך שמת פלוני.
אין קורצען די גאנצער כח פין בי"ד דן צי זיין עונשים וקנס קומט מכח דער באשעפער וואס איז טאקע ניצב בעדת קל, אין דער זעלבער זאך די זכות פין דינים ביי אומות העולם ע"פ תורה קומט מכח די מצוה פין דינים.
ועל זה הדרך אלע דורות האט די יוסטיץ סיסטעם געווען געבויט אין געקומען מכח דעם קעניג וואס איז די בעלים אויפן לאנד מיט אירע בירגער אין מכחו האבן די שופטים געקענט מעניש זיין א מענטש. ( אויב איך האב נישט קיין טעות -ס'איז דאך ער"ש אין איך האב נישט קיין צייט נאכצוקוקען- איז אין ענגלאנד עד היום די יוסטיץ סיסטעם מכח די מלוכה), אדער פלעגט קומען דער כח פין די שופטים מכח די קירכע.
עד כאן האב איך ארום גערעדט די זכות המשפט לפי התורה ולפי חוקי מלכות אדער אין דיקטטורישע לאנד. ווי אזוי ארבעט יוסטיץ לפי די דמוקראטישער פעליזאפיע? לכאורה מיט די הנחה אז אלע זענען גלייך אין יעדער האט די זעלבע רעכטען אין קיין שום מענטש קען נישט האבן קיין בעלות אויף א צווייטען איז נישט דא אזא זאך אז איינער זאל פארמשפטען א צווייטען, ווייל קיינער האט נישט קיין כח אדער קיין שום זכות איבער א צווייטען אין ווי אזוי האט א שופט אדער א רגירונג א רעכט אוועק צינעמען פין איינען זיינער רעכטען? נאר וואס דען אויב וואלט נישט געווען קיין משפט וואלט יעדער איינער וואס האט נישט קיין מאראלישע גייסט געהארגעט אין זיך משתלט געווען אויף וועמען ער וואלט געקענט אדער געוואלט אין ס'וואלט נישט געקענט זיין א קיום פארן וועלט, ולכן האט דער רעגירונג וואס שטייט מכח דער ציבור נישט קיין ברירה אים מיז מאכען געזעצען אין האלטען סדר אויפן וועלט אין לפעמים האבן זיי נישט קיין ברירה אין די געזעצען מיזען אמאל קומען אויפן חשבון פין א יחיד אדער א רבים'ס רעכטען, אבער אויף אזוי ווייט האט די רעגירונג א רעכט צי אוועקנעמען אדער באגרעינעצען א מענטש'ס רעכט נאר וויפעל זיי האבן נישט קיין ברירה למשל אויב איז א מענטש א רוצח אדער מסוכן צום ציבור ווייל ער גאנבעט רעיפט אדער יעדער אנדערע סיבה האט די ציבור א רעכט צי זאגן אז וויבאלד ער איז מסוכן האבן מיר נישט קיין ברירה נאר אים אוועקשפארן כדי ער זאל נישט קענען שעידעקען מער, אבער מער פין דעם האבן זיי נישט קיין שום זכות איבער אים מען דארף אים צישטעלען אין מאכען באקוועם ווי ווייט מעגלעך ווייל תפיסה איז נישט קיין עונש אין א שטראף ס'איז נאר א וועג צי מונע זיין פין דער מסוכן'דיגער מענטש נישט צי שעידיגען מער. אין ווער רעדט נאך פין סתם א עונש אדער ק"ו בן בנו של ק"ו דער מושג פין למען ישמעו ויראו קיינער האט נישט קיין שום זכות צי ניצען א צווייטער אויף צי לערנען די המון ווי אזוי זיך אויפציפירן.
ולכן גלייב איז אז דער גאנצער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע איז יסודו בחטא אין רוב רובו פין די מענטשען וואס שמאכטען אין טורמע דארפען זאפארט ארויס געלאזט ווערן, אין אזוי אויך דארף מען איבער ארבעטען די סיסטעם אין פראבירן צימאכן ווי גרינגער ס'איז נאר שייך פאר די וואס מוזען יא בלייבען דארט ווייל זיי קענען שעידיגען דעם ציבור.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר