שוטה, האלט דיין פיסק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

berlbalaguleh האט געשריבן:שטילע יונגערמאן: דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. כמים קרים על נפש עייפה. אין א טאג פון העכער 100 דעגריס. מיין בלוט האט אויפגעקאכט ליינענדיג דיין רעפארט, פון דעם מחוצף. ווען איך טרעף עיהם אן אין גאס, געב איך עיהם צוויי פלאמעדיגע פעטש אז זיינע גלעיזער זאלן אראפפליען. (זאל זיין טאטע עיהם קויפן נייע גלעיזער.). ער גייט אריין אין א ביהמ"ד צו א איד וואס איז זיכער איינער פון די צדיקי הדור. און ער מאכט עיהם אן בזיונות ברבים. איך מיין אז ביי געוויסע חסידות'ן ווען ער פיהרט זיך אזוי אויף וואלט ער נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג. נאר ליגענדיג. דעיס אז ער האט א סאך פערזענליכע פראבלעימען, און ס'גייט איהם נישט אזוי פויגלדיג דאס לעיבן איז זיכער. אבער דאמאלס דארף מען ארויסנעמען א תהילימ'ל און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים. וועט עיהם דער אייבישטער זיכער העלפן. דעיס איז נישט קיין תירוץ זיך אויפצופיהרן ווי א חיה פון וואלד. פארקערט. אמאל .איז דאס א ביסל מדה כנגד מדה. כאטש אינז ווייסן מיר נישט קיין הימלישע חשבונות. בכל אופן נארמאלע מענטשן דארפן מוחה זיין, ווען מ'זעהט אזא מין ערשיינונג.. :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :x :P :P :P ;) :oops: :o


אנשטאט דערלאנגען פאר׳ן מחוצף פארוואס זאל מען נישט מעהר מחזק זיין דעם ניקלשבורגער רבי׳ן? ג

א יעדער פון יעצט און ווייטער ווער עס גייט דארט אריין אדער אפילו נאר אדורעך זאל אריין גיין צום רבי׳ן און אים געבען חיזוק מיט וואס אימער מען קען און ביכולת. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א פאר טאללער, טאמבס אפ, אפילו א hug. .. באמת, באמת! ער טוט גאר שיינע זאכען אויף דער וועלט הן אין קאנטרי הן אין שטאט, הן בבקעה הן בהר. אהנע אריינגיין אין פרטים, ער טוט געוואלדיגע שיינע זאכען אויף די וועלט מער און מער. זענען דא נשמות וואס ער האלט זיי ממש ביים לעבען. עס קומט זיך אים אסאך אנערקענונג.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

מען קען זען פון די גרויסע צאל לייקס אויף די מעשה פון חבירינו שטילע , דאס ווייזט אויף די באליבשאפט אין הערצה וואס ניקעלשבורגע רבי האט ביים ציבור , סאיז באמת א געשמאק צי זען וויאזוי ער שטייט אויף די פוס ביז שפעט אין די נאכט אין ריהט נישט פאר א מינוט , סאיז זיכער אז ער טיט אויף גרויסע זאכען. מען קען אויך ליינען אויף די וואנט אימעילס וואס ער באקומט פון פרויען וואס שרייבען וויאזוי זייערע מענער פלעגען נישט דאווענען מיט מנין פאר ער האט געפענט זיין שיל.. אין באשרייבענגען וואס צייטונגען האבען געשריבען וועגן עם. די גאנצע עקספעריענס איז מלא חן.. מען קען זאגען בפה מלא it's worth a trip from anywhere
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלע באליבטע פריינד - איף בין אמאל געווען ביי א רעבעלע וואס ער האט געצינדען חנוכה לעכט אין א פרעמדע בית מדרש (נישט זיין אייגענע, נאר מיינס יא) און מ'האט גענומען אסאך בילדער און ס'האט איהם אביסל געשטערט. איס א בחור א זוהן פונ'ם גבאי'ן צוגעקומען צו איינער און געהייסען אויפהערען כאפען בילדער. האב איך איהם געזאגט -
"ט'פארוואס שייט דיין רעבע העכער ווי דער ******** רבי? וויייל יענער שמייסט און שרייט און שעלט און דיינס נישט. אז דו וועסט אויך שרייען און געוועלדיגען, ביסטו גארנישט בעסער ווי דער ******** רבי"

לעניינינו, איך קען נישט דער ניקולשבערגער רבי, נאר ווען ער איז טאקע אזא חשוב'ער, ביטע פארשווארץ נישט זיין רעקאר"ד מיט א שלעגעריי מעשה. אוודאי טאמער איינער איז זיך מתחצף דארף מען גלייך מוחה זיין (נישט יעדער מחאה מיינט שרייען, טאמער אלע ארום און ארום וועלען קרומען דער נאז און פארשווייגען אין אן אופן אז יענע זאל פילען נישט אין פלאץ איז דאס אויך א שטארקע מחאה) אבער זוכען נוקם צו זיין איז נישט מדרכי העדינות, און דערלאנגען פעטש פאר'ן רבי'ן איז א מסוכנדיג'ער מהלך וואס אחריתה מי ישורנו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
שוטה, האלט דיין פיסק.



פאר כ׳האב אריינגעקוקט אין דיין תגובה האב׳עך געמיינט אז דו פארשרייסט עפעס א אנדערן אדמו״ר וואס ער אליין האט געעפענט זיין אייגענעם פי-האתון די פארגאנגענע וואך. ..

סארי, כ׳האב מיר נישט געקענט איינהאלטן! ניין, כ׳בין נישט קיין זאלי.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,
ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,
ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.

יין שרף: ייש"כ. ס'איז ממש תורת ה' תמימה משיבת נפש. דער איד איז א צדיק תמים וואס דאס אהבת ה' ואהבת ישראל שפראצט ארויס פון איהם. און מ'דארף זיך צו שטעלן צו עיהם בכל דרך אפשרי. די פאני זאך איז אז ער בעיט אפילו נישט קיין געלט בי זיינע מתפללים. און ער נעמט א יעדן אויף בסבר פנים יפות. און מ'האט אין זיין ביהמ"ד מכל טוב. סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. ה' יאריך ימיו ושנותיו. ער זאל קענען אנגיין מיט זיין דרך פון אברהם אבינו עד ביאת גואל צדק בב"א... :? 8-) :lol: :x :oops: :D :) :( :o :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

סאשי פיש האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט ווער דער ניקעלשבורגע רבי איז נאט אייך בילדער.

ביים שרייבען און הענגען די זמנים פונעם שול.


איש צדיק. עוסק בצרכי ציבור בלב ונפש.

אשרי חלקו.

נעקסט מאהל כ׳בין דארט בלי נדר גיב איך אים א פאר גרייצער און דברים הנכנסים אל הלב.

כמונו ירבו בישרא׳ל

יישר כוחכם פאר׳ן מאכן דעם אשכול.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אויב ער קען נישט נעמען קרטיסיזאם איז ער טאקע נישט א רבי. איעדע רבי כאפט... וואס איז ער עפעס אנדערש? ער וויל זיין א רבי? וועט ער אויך כאפען
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

לאמיר זען גרויסער מויל מאכער גיי אריין אין בעלז אדער סאטמאר אין שריי אן דעם רבי בפניו ,,, אז מען געט דארף מען אויך קענען נעמען .. :lol:
אינז ניקעלשבורגע חסידים גייען מיר זיך אננעמען פאר זיין כבוד.. אין עונשין אלא אם כן מזהירין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אויב ער קען נישט נעמען קרטיסיזאם איז ער טאקע נישט א רבי. איעדע רבי כאפט... וואס איז ער עפעס אנדערש? ער וויל זיין א רבי? וועט ער אויך כאפען

או.קעי. הייב אן. לשם יחוד.... די מקוה איז צו הייס/צו קאלט.: די טשאלנט איז צו געברענט. נישט דא געניג קישקע אין טשולנט. ס'דא ווייניג טשערי סאודע/פרוט פאנטש. נישט געניג פאפ-קארן. ווייניג טונא און דיפס ביי שלוש סעודות. די עיר-קאנדישן איז נישט געניג קאלט/צו קאלט. אה. די גאלע שאקלט זיך צו שטארק. די בראנפן איז צו ווארעם/צו קאלט.: שטייט אין פסוק וילונו העם על משה ועל אהרון...ויקח קורח.. און קורח האט גענימען..ןדתן ואבירם, און דעי דתן און אבירם... אנטשולדיגט. די רעבע איז איינעם עפעס שילדיג?!. האסט א ברירה קום נישט דא. גיי צום שכן... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

יא! יא! קום דא צו דעם שכן, דא וועט מען דיך שוין גוט מסדר זיין!...

קום נאר קום.

וועטעטס קענען דאנקבאר זיין פאר בערל בעל-עגלה...

:shock:
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

פאר די אלע פון די "אזוי גערופענע" גרויסע חסידים וואס נעמען זיך כלומר'שט אן פאר זייער רעבאס כבוד. פארשטייטס איין זאך. אויב ענק גייען טאקע גיין מיט ווילדע שריט. ווי עס זעהט אויס פון וואס ענק שרייבען... עס ווייזט אבער וואספארא רעבא ענק האבען. וואס האט א באנדע שלעגערס פאר חסידים.פונקט אזוי ווי דער באקאנטער מיטן לויזע צונג וואס איך וויל נישט יעצט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז זיינע חסידים באשטייען פון א באנדע צווילדיוויטע שלעגערס

איך האב קיינמאהל נישט געזאגט אז מען זאל איהם זאגען עפעס אין פנים אדער אפי אין זיין בית מדרש. איך האב סתם געזאגט אז איעדע רבי בארעדט מען און אויב ער נעמט עס אזוי פערסאנעל.... איז ער טאקע נישט א רבי און אויב יא פארשעמט איהם נאך מער מיטן אנהאקען אלע מתנגדים
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:פאר די אלע פון די "אזוי גערופענע" גרויסע חסידים וואס נעמען זיך כלומר'שט אן פאר זייער רעבאס כבוד. פארשטייטס איין זאך. אויב ענק גייען טאקע גיין מיט ווילדע שריט. ווי עס זעהט אויס פון וואס ענק שרייבען... עס ווייזט אבער וואספארא רעבא ענק האבען. וואס האט א באנדע שלעגערס פאר חסידים.פונקט אזוי ווי דער באקאנטער מיטן לויזע צונג וואס איך וויל נישט יעצט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז זיינע חסידים באשטייען פון א באנדע צווילדיוויטע שלעגערס


מיט דעם ביזטו גערעכט.

ציפפען פיס אונטער׳ן טיש אפילו פאר חשוב׳ע אידען וואס האבען ווייסע זאקען און וואס זענען געזעסען אויבן-אהן איז שוין א אלטע מעשה. און עס האט זיך נישט אנגעהויבן אין סאטמאר. רשעות אין אסאך אנדערע ״חסידות׳ער״ איז אסאך גרעסער ווי אין סאטמאר. יעצט וועל איך נישט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז אין עטליכע חצר׳ס וואס האבען א שיינעם נאמען פון זיין זייער nice זענען אסאך ערגער ווי אין גאנץ סאטמאר בענעזאם. ראשי תיבות פון יענע פלעצער וואס קומט מיר ארויף אויף׳ן געדאנקן יעצט איז: ב. ב. ס. ג.

אידען פלעגען אוועק גיין מיט רויטע (בלוטיגע) זאקען. מער רויט פון בלוט ווי די ארגיניעלן ווייסע פארב.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g-1Um9TcLZg[/youtube]
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די יערליכע יוטוב shoot אין פראגרעס! :)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]דולה ומשקה[/tag] א בילד פון רועינו הגה״ק אבד״ק בעלעד נאכן דאוונען אין ניקולשבורג ביהמ״ד
פארשפארט