יהא זכרו ברוך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער שכן האט געשריבן:בר דעת האט געשריבן:א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט
נאר ווען א מענטש שטארבט טאר מען נישט בארעדן ווייל די משפחה איז בצער און נאך אללע אנדערע סיבות?? און וואס איז ווען מענטשן לעבן יא איז אקעי זיי וואשן און ליפטערן דא אדער אין וועלעכע אימער בלאג און שווארץ קאפעל וועבסייט?? פארשעמען און בארעדן מענטשן אזוי ברבים איז פייער פון א tortch!
פארדעים איז דאך טאקע דא דער ספר שמירת הלשון פון הייליגן חפץ חיים זי"ע...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
נפלה עטרת ראשינו!!!!
אדונינו מורינו ורבינו הרב משולם זלמן חיא שכטר-שלומי זכר צדיק לברכה, מייסד תנועת ''התחדשות יהודית'' (Jewish renewal), און פון די מנהיגים פון די ''ניאו-חסידים'' איז נסתלק געווארן היינט צופרי.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
(מגידי אמת)
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
בד"ה הרה"ח ר' יעקב יודא קאהן ע"ה ב"ר יוסף לייב שליט"א מ' מנהל ישיבה גדולה קרית יואל, פריער נפטר געווארן אין בליענדן עלטר פון בלויז 49 יאר
דיזאגנירט געווארן א קורצע צייט צוריק מיט די ביטערע מחלה רח"ל די דאקטורים האבן גלייך אויפגעגעבן אויף אים ל"ע און איז אפגעליגן אין שפיטאל מיט יסורים ביז יעצט ווען ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה במעמד זיין גאנצע משפחה, איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר
דיזאגנירט געווארן א קורצע צייט צוריק מיט די ביטערע מחלה רח"ל די דאקטורים האבן גלייך אויפגעגעבן אויף אים ל"ע און איז אפגעליגן אין שפיטאל מיט יסורים ביז יעצט ווען ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה במעמד זיין גאנצע משפחה, איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר
כוכב האט געשריבן:אין קרית יואל
[tag]כוכב[/tag] די ווילסט ארויסברענגען אז איך זאל נישט פרעגן קיין קשיות, אנדערש וואלסטו דאך נישט געמאכט קיין זשאוק'ס אין א נפטרים אשכול. אבער איי עם סארי, בעיסיק פרטים פון די מחלה איז א חלק פון די נייעס בפרט אז דאקטוירים האבן גלייך אויפגעגעבען איז אינטערסאנט צו וויסן ווי ער האט עס געהאט.
אויב טאר מען נישט פרעגן דארף מען אפשר בכלל נישט שרייבן אז ער איז אוועק פון א מחלה. וואסא חילוק צו ער איז אוועק פון א מחלה אדער א עקסידענט??
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
- געפינט זיך: דערינען
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
מ גפני האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' יעקב יודא קאהן ע"ה
איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר
ער איז געווען אן איידעם ביי מוה"ר מענדל וואלף פריעדמאן ע"ה (פאטער פון ר' מרדכי - שהמנחה עריע נקרא על שמו)
א חשוב'ער איד געווען, יארן לאנג געווען א משגיח אין ישיבה גדולה אין קרית יואל. א זעלטענער בעל מידות, און געהאלפן אסאך בחורים אין ישיבה.
איבערגעלאזט:
בניו
ר' יואל, וומ"ס, משמש ביהמ"ד הגדול זכרון יחיאל מיכל, בקרית ויואל משה ד'סאטמאר באנגעלאו קאלאני ב'מאנטיסעלאו.
ר' חיים נחום, וומ"ס
ר' יושע, קר"י.
חתניו
ר' חיים בעריש (ב"ר לוי) יאקאבאוויטש, קר"י
ר' יושע הערש (ב"ר אברהם חיים) גליק, קר"י
ר' יודא לייביש (ב"ר אברהם חיים) ליכטענשטיין, קר"י
ר' יחיאל יוסף יודא שטאלצבערג, קר"י
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[center]קינה ליעקב![/center]
יעקב יודא! יעקב יודא!
עדן נפש שכמוך, לב טוב ונועם הליכות.
קשה לנו היום מאוד, בשוד ושבר שבגבולות.
בלב כל תלמידך, תיהיה זכרונך הטוב למשמרת.
יראתך הטהורה, החופף על פניך תמיד.
ואצילות מידותיך, שהנהגת תמיד.
דרך התורה והיראה, שהשפעת עלינו תמיד.
אור עמקות התורה, שהודרכת לתלמידך תמיד.
כל אלה יקדמו נשמתך הטהורה, שעלה למרום שלא בעונתה, במיטב שנותיך הנעימות, צדקתך לפניך יהלך, שערי גן תפתח לנשמתך הטהורה, ותמצא נשמתך מנוחה נכונה, תחת כנפי השכינה בגן עדן, עד יקוצו וירננו שוכני עפר, בעת שתעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו, בביאת בן דוד עבדך משיחך, בב''א
[center]תנצב''ה[/center]
יעקב יודא! יעקב יודא!
עדן נפש שכמוך, לב טוב ונועם הליכות.
קשה לנו היום מאוד, בשוד ושבר שבגבולות.
בלב כל תלמידך, תיהיה זכרונך הטוב למשמרת.
יראתך הטהורה, החופף על פניך תמיד.
ואצילות מידותיך, שהנהגת תמיד.
דרך התורה והיראה, שהשפעת עלינו תמיד.
אור עמקות התורה, שהודרכת לתלמידך תמיד.
כל אלה יקדמו נשמתך הטהורה, שעלה למרום שלא בעונתה, במיטב שנותיך הנעימות, צדקתך לפניך יהלך, שערי גן תפתח לנשמתך הטהורה, ותמצא נשמתך מנוחה נכונה, תחת כנפי השכינה בגן עדן, עד יקוצו וירננו שוכני עפר, בעת שתעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו, בביאת בן דוד עבדך משיחך, בב''א
[center]תנצב''ה[/center]
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פרישער האט געשריבן:מיט גרויס צער און עגמת נפש נעמען מיר אויף די ביטערע בשורה, אונזער טייערע חבר מעכי פריעד איז נישט דא מער מיט אינז בין החיים, עס טיט וויי ביים הארצען, מעכי זיסער וויזוי וועלן מיר דאס אויסהאלטען, דו ביסט דאך געווען אזא שטיק חיות צווישען די חבורה, מיר האבען אין דיר געפינען אלעס וואס מיר האבען געזוכט, מיר האבען פון דיר געשעפט חיזוק, מיר האבען פון דיר געזויגען חיות, ווי נאר אונזערע אויגען האבען זיך באגעגנט זענען מיר עלעקטערזירט געווארן פון דיין אזוי באליבטע שמייכעל, מיר האבען דיר אזוי געשעצט אלע יארען, ווייל מיר האבען אין דיר געפינען אזא חן און ליבשאפט, וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען, הוי אבד חסיד מן הארץ, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ווי קענען מיר פארגעסען די זיסע לעכטיגע טעג ווען מיר האבען אזוי שיין פארברענגט, קיין מאל איז נישט געווען ביי דיר אז מיר זענען געווען איינזאם אין דיין אנוועזענהייט, אלע מאל איז געווען פון וואס צו שמועסן, מיר זענען אפילו אין די שווערע טעג ווען מיר האבען פארברענגט אין שפיטאל צונעזאם, האבען מיר געזען שרעקליכע נומערן אויפן מאשין, אבער מיטן פאציענט האט דאס נישט געשטימט, אזוי גוטמוטיג, אזוי אויפגעלייגט, אזא שטארקייט וואס דו ביזט געווען באשאנקען איז נישט געווען צו גלייבען ווען נישט מיר זעהען דאס מיט די אייגענע אויגען.
איכה ישבה בדד, ווי קענען מיר פארגעסען ווען נישט לאנג צוריק האסטו נעבעך באערדיגט דיין אשת נעורים, א שטיין האט געקענט צוגיין ווען מיר האבען מיטגעהאלטען, ווי דו קיקסט צו ווי זי הויעכט אויס די נשמה, מיר די בני חבורה האבען מטכס עצה געווען ווי אזוי מיר זאלען זיכער מאכען דיין אויסערליכע שוואך הארץ זאל דאס איבערטראגן, ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען דו האסט איינגעטוישט דיין לב בשר צו א הארץ פון א לייב, זיך געשטארקט איבער אלעמען און געבליבען שמייכלען און פריילעך אזוי ווי בעפאר, יעדען איינעם האסטו אריין געבלאזן א ליבשאפט צו לעבען, א ליבשאפט צו טוען א טובה פאר א יוד.
ווי קענען מיר פארגעסען די איבערגעגעבנקייט, מיט וויפיל איבערמענטשליכע כוחות דו ביזט געווען באשאנקען צו מאכען זיכער די הייליגע ארגענעזאציא מיט וואס דו ביזט געווען באאויפטראגט זאל זיין מסודר, מיר האבען זיך געשפיגעלט אין דיין פונקטלעכקייט מיט די געוואלדיגע כשרונות פון ארגאנעזירטקייט מיט א מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אפילו אין די שווערסטע צייטען האסטו נישט פארפעלט די קלענסטע דעטאל, מיר געדענקען ווען פון דיין בעטל, ממש על ערש דוי, ביזטו געזעצען מיטן לעפטאפ און פארארבייט מעשים צו מאכען זיכער אלעס איז אין ארדענונג, ווי האט זיך אריין געקוועטשט אזא ריזיגען הייליג הארץ אין אזא גאלדענע געהויבענע נשמה, מיר קענען נישט צוזיך קומען פון אונזער גרויסע פארלוסט, ווי אזוי קענען מיר ארויס רייסן די בריח התיכון וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה בתוך כל אחד ואחד, דו האסט אזוי שיין צוזאמענגעהאלטן די גאנצע חברייא קדישא,
העיר רבתי עם יושב כאלמנה, א טאג איז נישט פארביי אין א משך פון פינף יאר זייט מעכי ע"ה האט מייסד געווען און זיך אינטערגענומען צו מאכען זיכער אז צוויי אינגעלייט זאלען זיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא, יעדען טאג האסטו געזוכט און גענישטערט ביז יגיע כפיך כי תאכל, בארואיגט האסטו זיך נאר נאך וואס די טעקסט מעסעדש איז ארויס אז צוויי מעמבערס וועלן קאווערען. וויפיל לעבען'ס זענען לכבוד דיר געראטעוועט געווארן, וויפיל צער און עגמת נפש איינגעשפארט פאר צענדליגע אדער גאר הונדערטע משפחות,
מעכי, אשריך בעולם הזה קענען מיר מער נישט זאגען ווייל דו ביזט מער נישט מיט אונז, אבער וטוב לך לעולם הבא איז ביי אונז גארנישט קיין ספק, די אלע מצוות און מעשים טובים וועלען דיר אקעגן קומען, די אלע דערפרייטע הערצער, די אלע מענטשען וועם דו האסט כסדר מקרב געווען און מחזק געווען, דעי אלע מעשים איז אפגעשריבען אויבען אין שמים, און וועלן דיך באגלייטען ארויף אין די היכלות הקדושות בין הגדולים וצדיקים, און די זכותים וועלען דיר ביישטיין עד קץ הימין,
אז איך רעד שוין פין די הערליכע מעשים פין מעכי ע"ה, ווי קען שטיין גלייכגילטיג און איבערהיפען זיין משפחה החשובה, איך קען נישט און איך פלאן נישט, איך וועל דא דערמאנען זיינע חשובע עלטערן, עס איז נישט צו באגרייפען וואס זיי זענען אדורך אין די כ"ח יארן, זיי מיט אלע ברידער און שוועסטער האבען נישט מסיח דעת געווען קיין רגע נישט, אלע מאל נאר זיך געזארגט ווי אזוי קען מען מאכען עטוואס גרינגער די מצב, אלץ געטראכט וואס נאך קען מען פאר מעכי'ן מאכען גרינגער, זאל דער אייבישטער זיי העלפען, אז די זכותים זאל זיי ביישטיין, זיי זאלען קענען געפינען א טרייסט אין די שווערע מצבים, מיר זאלען קענען זיך שטארקן און זיך צוזאמנעמען און טוען לטובת נשמתו הטהורה, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מיר אלע זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און מיר וועלן אי"ה טוען לטובת נשמתו מיט עפעס א זאכליכע זאך.
און איך וויל טאקע מגלה זיין אז עס ווירבעלט א פלאן און מען וועט עס מגלה זיין אפיציעל לכאורה ביי די לווייה אדער ביי די נעקסטע עפענטליכע געלעגנהייט, אז מיר חברים נעמען זיך אונטער צו שרייבען א ספר תורה לעילוי נשמתו, און דאס וועט טאקע בלייבען א דבר נצחי לטובת נשמתו, און זיין טאקע ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ובנות, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און די ספר תורה לעילוי נשמתו וועט בלייבען אין אונזער שיהל אויף פען סטריט גאראדש, ווי מעכי ע"ה האט געדאווענט מנחה טעגליך. און די זכות זאלען מיר אלע זוכה זיין בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
קרעדיט: הצלה צעפ גרופע
ערגעץ יעצט איז זיין ערשטע יארצייט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל