א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
אפשר וועל איך יורד זיין לסוף דעתו? ...
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
מיט די היינטיגע מחלוקת אין כמעט יעדע חסידות, פאר א משל איין באבוב איז מתפלל אז די צווייטער באבוב זאל האבן א מפלה, איין סאטמאר איז מתפלל אז דער צווייטער צד זאל פאלן, און אזוי ווייטער און דער תפילה וויל ווערן א גארילע און פאגראמירן די שטאט
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
די אלע מחלוקת'ן אין קהילות האבן שוין באשאפן נישט איין כופר ליידער, די חברה קענען אבער די הלכות גוט, און אין א פארזוך צו ראטעווען זיינע געוועזענע ברודער זוכט ער אפיר לופהאל'ס אין אונזערע תפילות, ער טרעפט איינס, און שרייט אויס מיט פרייד (זעה וויאזוי א אידישע נשמה ווערט נישט פארלאשן!)
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער
די אידן האבן געשמועסט ביים דאווענען און נישט געענטפער ''אמן'' אויף די תפילות!
אזא טאָר נישט ארײן.
אזוי ווי ס'שטייט אז אן אמן גייט עס נישט ארויף
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
און אלע צדדי החסידות בליען ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה וכדי בזיון וקצף

איך בין מוחה!!!
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
שקויעך
א דאנק פאר די פירושים. מסכים מיט אלעמען. נאך מער פאעזיע:www.amazon.com/gp/aw/d/1627200142/ref=redir_mdp_mobile
איך וועל מיך אויך דערוואגען צו זאגן א פשט אויף די פאעזיא
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
די פייער האט געפלאמט אין אלע גאסן
און פאָגראָמירט די שטאָט.
די פייערלעשערס זענען אנגעקימען
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א הינט איז נאכגעלאפן
א כופר האָט.
און געבילט ווי א קאץ
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
א קאץ האט פליצלינג
אזא טאָר נישט ארײן.
געקרייט ווי א האן
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
און די גארילע האט דאס נישט ליב געהאט
אוועק א דומם זײן.
און האט זיך באקלאגט
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
די פייער האט געפלאמט אין אלע גאסן
און פאָגראָמירט די שטאָט.
די פייערלעשערס זענען אנגעקימען
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א הינט איז נאכגעלאפן
א כופר האָט.
און געבילט ווי א קאץ
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
א קאץ האט פליצלינג
אזא טאָר נישט ארײן.
געקרייט ווי א האן
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
און די גארילע האט דאס נישט ליב געהאט
אוועק א דומם זײן.
און האט זיך באקלאגט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
ר [tag]שלום בערגער[/tag] איי גאט יו
ער רעדט ווען מען איז מתפלל אז עפעס שלעכטס זאל פאסירען מיט עמעצין
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
אז די תפילה דארף גיין יענעם שעדיגען, איז עס ווי א גארילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
עס מאכט אן חרבנות, ווי עס שטייט אנדרלמוסיא בא, אינה מבחין
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
ווער קען זיך קעגן שטעלן קעגן די גארילע וואס עס איז באשאפען געווארן פון די תפילה
א כופר האָט.
א כופר וואס גלייבט נישט און די כח פון תפילה
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
נישטא קיינער וואס וועט קענען משיב'ען דעם כופר, אויב די גאראליע, וועט טאקע צו אים נישט אנקומען, שרייט דער וואס פראבירט צו ראטעווען די אמונה פאר יידן
אזא טאָר נישט ארײן.
טאר מען דעם גאראליע נישט אריינלאזען און עגרעץ נישט
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
ווייל ער האט נישט געקענט מזיק'ען נישט דעם כופר, און נישט דעם פאר וועם מען האט דעם גארילע מתחילה גערופען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום smartinof, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 100
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
א אינגערמאן איז געווארען א מנהל אין א ישיבה אין איז פארוואנדעלד געווארען אין א מאנסטער
און פאָגראָמירט די שטאָט.
פשוטו כמשמעו
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.
פארשטייט זיך ווער עס קריטיקירט די סיסטעם ווערט פארשריגען .
נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
דער עסקן לשם שמים שרייט רבותי וועקט זיך אויף
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן
דער מנהל אין ראש ישיבה לאכט זיך אויס, נישט קיין שמייכעל אדער א תשובה , ניטאמאל ענפערט ער דיך , ער האט דיך אין בוידעם קענסט זיך הענגען ...

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
און שלום שטייט אין דער זייט און זאגט, כ'האב אין זינען געהאט די אלע פירושים, און נאך דריי הונדרעט און פיפציג פירושים. יעדער איינער איז משיג לויט זיין דרגא. און דאס גופא איז די גארילע דער משיב און דער כופר, ווייל זיי זענען מרמז אמאהל אויף כח"ב אמאהל אויף חב"ד אדער אויף חג"ת, צו אויף די טריניטי, ווענד זיך אויף די מדריגה פין די מקבלים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
דער איין און איינציקער פשט פון מיין ליד לעולם ועד!
איך האב געוואלט ענטפערן באריכות נאר די דיסקוסיע איז צו גוט צו שטערן! בקיצור, די תפילה ווערט צו שטארק, אגרעסיוו, און נאר דער דרויסנדיקער, דער כופר, קען איינזען ווי די השערות פון יידישקייט -- אדער גאטספארכטיקייט -- קענען גאר ניט מתקן זיין, אלא וואס: צעשטערן זייערע קהילות.
אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינער צוגאנג צו פאעזיע וואס ווערט דא אויסגעדריקט. ס'איז ניט שבעים פנים, אלא וואס: איין איינציקער פשט וואס מ'מוז אים מכוון זיין כדי מקיים זיין די מיצווה פון לימוד דיכטונג. מילא, געזונטערהייט. ס'איז א סך מער אינטערעסאנט צו לאזן דעם לייענער אליין מפרש זיין. און זעט: איר זיין מסוגל דאס צו טאן. אדער, רייסט אראפ דאס ליד. דאס איז אויך כשר און א מנהג מקדמונים ביי לייענערס פון פאעזיע.
אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינער צוגאנג צו פאעזיע וואס ווערט דא אויסגעדריקט. ס'איז ניט שבעים פנים, אלא וואס: איין איינציקער פשט וואס מ'מוז אים מכוון זיין כדי מקיים זיין די מיצווה פון לימוד דיכטונג. מילא, געזונטערהייט. ס'איז א סך מער אינטערעסאנט צו לאזן דעם לייענער אליין מפרש זיין. און זעט: איר זיין מסוגל דאס צו טאן. אדער, רייסט אראפ דאס ליד. דאס איז אויך כשר און א מנהג מקדמונים ביי לייענערס פון פאעזיע.
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
אבער כבוד הדוכטער [tag]שלום בערגער[/tag], איז פאעזיע ווי א חידה, מען דארף צוטרעפן, סאיז עפעס ווי א קעסטעל רעטעניש, און א קינדער אויסאגבע, אדער ווי א שווערע סעדאקע שפיל, וואס מען פארטיילט און די מושב זקנים'ס? לכאורה פאעזיע, איז די שפראך פון דער געפיל פונעם דוכטער, דער דוכטער באקומט א גייסטיקע השראה, און ער וויל דאס פאראייביגען, נעמט ארויס א שטיקעל פאפיר און ער צייכענט זיך עטליכע ווערטער, און דאס גייט אלס ברענגען צו דעם גייסטיקען השראה, נאר וואס, ער וויל דאך אנדערע אויך מיטטיילען, שרייבט ער דאס אויף א פארמאלען אויפען אז אנדערע זאלן דאס אויך פארשטיין, און ווי טיפער דער געפיל פונעם דוכטער אלס טיפער איז דער פאעזיע, אבער איר שטעלט עפעס אוועק אז פאעזיע איז נישט מער ווי עפעס א קונטסליכער חידה, ילמדינו
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 100
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:און שלום שטייט אין דער זייט און זאגט, כ'האב אין זינען געהאט די אלע פירושים, און נאך דריי הונדרעט און פיפציג פירושים. יעדער איינער איז משיג לויט זיין דרגא. און דאס גופא איז די גארילע דער משיב און דער כופר, ווייל זיי זענען מרמז אמאהל אויף כח"ב אמאהל אויף חב"ד אדער אויף חג"ת, צו אויף די טריניטי, ווענד זיך אויף די מדריגה פין די מקבלים.
איך טריי בכלל נישט צי זאגען וואס די חידה מיינט אין סהאט מיך נישט עכט איטערעסירט , כהאב פשוט געוואלט ארויסברענגען א נקודה אין כהאב עס אנגעלייקט אויף די חידה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
שלום בערגער האט געשריבן:איך האב געוואלט ענטפערן באריכות נאר די דיסקוסיע איז צו גוט צו שטערן! בקיצור, די תפילה ווערט צו שטארק, אגרעסיוו, און נאר דער דרויסנדיקער, דער כופר, קען איינזען ווי די השערות פון יידישקייט -- אדער גאטספארכטיקייט -- קענען גאר ניט מתקן זיין, אלא וואס: צעשטערן זייערע קהילות.
אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינער צוגאנג צו פאעזיע וואס ווערט דא אויסגעדריקט. ס'איז ניט שבעים פנים, אלא וואס: איין איינציקער פשט וואס מ'מוז אים מכוון זיין כדי מקיים זיין די מיצווה פון לימוד דיכטונג. מילא, געזונטערהייט. ס'איז א סך מער אינטערעסאנט צו לאזן דעם לייענער אליין מפרש זיין. און זעט: איר זיין מסוגל דאס צו טאן. אדער, רייסט אראפ דאס ליד. דאס איז אויך כשר און א מנהג מקדמונים ביי לייענערס פון פאעזיע.
ווי איז מרומז דער חלק פין צושטערען די קהילות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
smartinof האט געשריבן:וואס זאל איך טוהן, אז עס קומען מיר אריין מחשבות זרות אויף דעם גאנצען בערגער, איך האב מורא אז ער איז נישט דא מער, ווי פירען מענטשען ביים רעדל, און מאכן שפאס פון אונז אלעמען, בין איך משוגע אדער וואס?
האסט ערשט יעצט געכאפט ? זאג פון ווי שטאמסטו פון אינדערהיים פון אויבערלאנד אדער פון אינטערלאנד ???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
מאכן שפאס? חלילה.
מיין איינציקער ציל: פארשפרייטן מיין בידנע סחורה, מע זאל לייענען און ארומרעדן. כ'האב הנאה פון אייערע פירושים.
הערט. איר ווילט, איך זאל פסקענען וואס ס'איז "ריכטיק" און וואס ניט. נאר כ'זאג זיך אפ לחלוטין דאס צו טאן. כ'בין ניט קיין רבי אין חדר, איר זייט אלע קלוגע דערוואקסענע מיט שכל. פלאנטער אליין אויס וואס איר מיינט און פארטיידיקט.
איר ווילט, רב נחמן זאל אויפשטיין תחיית המתים און אייך אלעמען איבערגעבן שווארץ אויף ווייס דעם "אמתן" טייטש פון זיינע מעשיות?

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
כוכב האט געשריבן:דערמאנט מיר ווען מיין וואש מאשין זינגט עוד ישמע אדער סיי וועלכער ניגון איך וויל נאר.
אין צאמגעווארפענע ווערטער קענסטו אריינלערנען וואס דו ווילסט.
און דאס קען אפשר אויך ליגן אינעם פאעזיע. והיינו, אז ס׳דאך באקאנט די אינפיניט מאלפעס טעארעם וואס לויטעט אז אויב עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון מאלפעס אויף אינפיניט קיִבּאָרדס וועט ארויסקומען פאעטישע ווערק.
מ׳קען זאגן אז דאס ליגט ערענסטערהייט אינעם געדאנק פונעם פאעזיע לגבי תפילה. והיינו, אז מ׳קען טאקע נישט באגרייפן ווי אזוי צו עפּרוֺיטשן דאס געדאנק פון ג-ט און געטליכקייט דורך תפילה, און מ׳וואלט ענדערשער געדארפט זיין ״דומם״ [לך ״דומיה״ תהלה, ועיין במו״נ ח״א פנ״ט], אבער דער וואס איז נישט א כופר און איז פארט א מאמין פרובירט עפ״י דרך פון אינפיניט מאלפעס/גאָרילעס.
(ועיין כאן.)
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מאטי האט געשריבן:א תפילה איז געווארן א גארילע
תפילה איז געווארן א "מצות אנשים מלומדות'דיגע" ריטואל
און פאגראמירט די שטאט
דאס גאנצע שטאט זאגט און זאגט אבער דאס מוח איז אפגעשטארבן, ערגעץ ווייט.
ווער האט זיך קעגן געשטעלט?
א כופר האט.
"דאס דאווענען דינט בלויז א גילט פון נישט האבן געדאווענט," שרייט דער אנגעבליכע כופר. וואס טויג אזא דאווענען, ענדערש בלייב איך אינדערהיים
נישטא א משיב שרייט דער רעטער.
אזא טאר נישט זיין.
די פרומע שרייען: דאווענען אפילו אן כוונה איז כאטשיג עפעס, און רעטעט אפילו אזוי פון א צרה.
איז די גארילע מיט טריבע מינע
אוועק א דומם זיין
אנשטאט אויפקלערן דאס חשיבות התפילה אויפצו-וואכן דעם המון עם, האבן זיי באצווינגען צו בלייבן ווייטער אזוי דאווענען כמעשה קוף בעלמא. איבערלאזנדיג דעם עולם מיט א טריבע זויערן טעם אין מויל מיט א באצווינגענע דומם'דיגע געדאווענאכטס.
איך האב עס על פי רוב אויך אזוי אפגעליינט.
די ווערטער ״א כופר האט״, האב איך אויסגעטייטש ״איינער וואס זאגט אנדערש און אנעקענט די פראבלעם, רופט מען א כופר״.
.I got voices in my head.