מאטי האט געשריבן:אבער ווי קען זיין אז ער איז נישט קיין נביא, און גאט באווייזט זיך צו אים?
לכבודם של ישראל עכ"ל האב"ע.
נושא ונותן האט געשריבן:אמת סאיז דא א מחולקת צי די אייבעשטער קען טוהן א זאך וואס קען נישט גוטוהן ווערן. אבער וואס האט עס א שייכות מיט אוועק נעמען די כח הקללה פין בלעם עס זאל נישט שאטען אידען, דער גאנצער כח איז א דבר לא מובן אין ווי אזוי קען זיין אז א מענטש זאל האבן א כח איבערען אייבעשטער אים צי צווינגען צי הארגענען אידען ווען ער וויל נישט?
smartinof האט געשריבן:גאט איז דאך א כל יכול, און ער האט געגעבען פאר א מענטש בחירה, אפילו בחירה וואס מנוגד צו זיין ווילען, וואס באמת דער רצון איז א טיפע זאך, וויל לכאורה וואו שייך רצון ביי אזא איינעם וואס וועלן און אפטוהן וואס מען האט געוואלט איז ברגע אחד, ואכמ"ל אבער מיט'ן געבן בחירה, האט ער געגעבן א כח אפילו צו זיין כאילו שטערקער וואו גאטט'ס רצון,
א מינוט, צדיק גורזר והקב"ה וכו' פארשטייסטו יא, וואו אזוי קען ער טוישען גאט'ס ווילען
smartinof האט געשריבן:אבער די ענפערסט נישט ווא סמען פרעגט דיר אפ און די גייסט ווייטער, וויאזוי מאכסטו דאס?
נושא ונותן האט געשריבן:smartinof האט געשריבן:נושא,
מען שמועסט אפילו סאיז נישט זיין רצון, כהדוגמא שהבאתי לעיל, טענה ב' וג' במחילה, ביסטו נישט אריינגעקומען קלאר, און איך פארשטיי זי נישט
כל זמן אז עס איס נישט קעגען זיין רצון.
ג. איז א שאלה פאר זיך
נושא ונותן האט געשריבן:איך ווייס אז מען האלט שוין א פרשה ווייטער אבער ביז דינסטאג קען מען נאך משלים זיין די פרשה.
די גמרא זאגט אין ב"ב יד ע"ב משה כתב ספרו ופרשת בלעם. לכאורה האט דאך נישט די ווערטער קיין שום פשט ער האט דאך געשריבען די גאנצע תורה? אדער אפשר האבן מיר דא א גמרא וואס האלט אז עס איך דא אנדערע מעמדים צי געוויסע חלקים אין תורה וד"ל?
די של"ה ברענגט צוויי תירוצים אין די אבי עזרי ברענגט א תירוץ פין דאכט זיך די מהרי"ל דיסקין אבער די קשיא איז בעסער פין די תירוצים.