דער יעניגער, סמעדריש פעגער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דער יעניגער, סמעדריש פעגער

שליחה דורך יואב »

דער יעניגער, פעגער
ס׳קען אים יעדער

אין סמעדריש ער וואוינט
קיינער ווערט נישט געשוינט

מ׳זאגט ער איז פאר די ביכער
ווט״פ! נישטא אזא קריכער

״ר׳ איד! א צענטער״
אויף דעם לעבט ער

ווינטער צו זומער
צופרי און ווען אימער

ביטע זייט אזוי גוט
בלייבט נאר ״איין״ מינוט

יגדיל תורה ויאדיר
א פרישער קדיש נאדיר

האלטן מיר שוין ביי ניין
בעש״ט געזאגט א צענטער וועט זיין

אפשר דאווענט איר נאכאמאל?
הא! נאך הומאר אויך, לאל

וואס איז דאס געיעג?
צו דער באן ביזטו שפעט?

אויפ׳ן עמוד מיט׳ן פטיש
ששש, מ'זאגט קדיש

ברכו את ה׳ המבורך
זיין מצוה שוין לשנים אורך

צוויי טויזנט די מצוות
באשעפער! אזאנע תאוות

אין מקווה צוויי אינגעלייט
נא! נאר אויף ענק מ׳ווארט

דו! נאך אן אמן זיי יוצא
כופין אותו עד שיאמר רוצה

שוין געדאווענט?
וואס יא, וואנעט?

מנין אויפ׳ן באס
מזומן אויפ׳ן כוס

דאווענען פאר א מקווה?
נאך ערגער ווי זינגען יש תקוה

ערב ראש חודש די נעגל
נעתר לבקשתינו, הרב לעבל

ויחל ה׳ אייר ליינען
ביי שאלעשידעס תורה וויינען

א מנין יום כיפור קטן
פרשת המן וועט אויך נישט שאטן

א מנחה ״כאפט״ מען נישט
טאטע נעבעך טרערן ווישט

קום אריין הערן קריאת התורה
וואס העסטע פארפאסן, האסטע מורא

נא! דא, ברוך שאמר מ׳גייט שוין זאגן
מאך נאך א מנין, צו וואס יאגן?

אפיעלס בעפאר ובא לציון
קברים גראבונגען, א בזיון

אפצושלאגן חינוך גזירות
אן הבטחה פאר גוטע פירות

א סגולה ליכט צו צינדן
געלט פון טאש צו שינדן

פדיון נפש פער קאפ
בלויז פון 180 ענד אפ

״יעצט אין פאליש״
שרייט דער תלוש

אפשר דאך דאווענט איר פאר׳ן עמוד
וועט אונז זיין א גרויסער כבוד

וואס כיפערסטו, בעל תפילה?
עפעס עשרת בני המן פון מגילה?

אן א גארטל אזוי?
דאווענט ווי א גוי

אזוי דאווענט מען מיט?
נאט אייך מיין הוט

לחיים אויף קוקיס אויסטרייכער
שלישקעוויטש׳נס יארצייט א זכר

עסן מעגן נאר די טאטעס
נאך א טראדיציע פון א תענית

נאר ערב פסח׳דיגע המן טאשן
איז פאר די קינדער צו נאשן

פאר כפרות א טיקעט
גע׳פועל׳ט אלעס גוטס א ריקוד

מענין לענין, באותו ענין
ס׳שטעלט זיך נאך א מנין

בד״וו, א ציגרעטל האט איר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

יוי איז דאס גוט יואב! :lol:
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:יוי איז דאס גוט יואב! :lol:
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

לייגסט מיך גוט אראפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

:lol:
ביים ציגארעטל האב איך געאשפגט.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די פאני פארט איז, אז סיז דא א פגע פאר יעדע שיל באזינדער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]יואב[/tag] מיינע טעיסט באדס זענען זאט געווארן פון לאכן! אייזן!

די זעלבע טיפ טיילט קנאבל פון א פדיון הבן וואס די נפדה איז שוין אין די יארן פון א סורר ומורה, און די כהן איז שוין פסול לעבודה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

גוט
אויף דער מינוט,

אויב מיינסטע ער קען דיר קומען צוניץ
ווען די דארפסט אים האט ער אפגעפוצט,

די גאנצע שול
ארום זיין וויל,

א ערשט קלאסיגער זויגער
און צודערצו א אומבאחן'נטער חוקר,

אים גריסן גוט מארגן איז,
באגיין סועסייד אן א קויל שיס,

מען קען פון אים נישט וווערן לויז,
ער דארף אלץ זיין אין די געגנט פון דיין הויז,

צו ווערטליך איז ער א מומחה,
וואס איז ממעט ווי אין אב די שמחה,
פאסיג פאר א טעקסט אינמיטן קינות,
אבער נישט ווען די נערווען שפאצירט אראפ פון די שינעס,
קוים די זיפסט די קאווע,
ער קלאפט דיר מיט אזא אהבה,
ער וויל סך הכל,
וויסן ווער איז דער יעניגער נייער מתפלל,

אלץ אינמיטן ברען פון די קופקע,
ער ציט אין דיר ביי די טשיפקע,
ער וויל וויסן עפעס וואס זיין מוח באגרייפט נישט,
דער אינהאלט פון דעם שמועס ווערט אינגאנצן צומישט,
וואלסט אים גשיקט לעזאזל,
אבער מחמת נימוס העלפסטו אים צאם שטעלן דעם פאזל,

אט דא איז דיין טעות!
יעצט איז ער דיין בעלבאס,
די הייבסט דיין רגלים ,
די פארלאזט דעם קופקע בידים,
מוחל דעם שמועס דעם זיסער,
אבי נישט דעם קריכער,
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
Handler
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל

שליחה דורך Handler »

[quote][/quote] :like
פארשפארט