מען קען זען פון די גרויסע צאל לייקס אויף די מעשה פון חבירינו שטילע , דאס ווייזט אויף די באליבשאפט אין הערצה וואס ניקעלשבורגע רבי האט ביים ציבור , סאיז באמת א געשמאק צי זען וויאזוי ער שטייט אויף די פוס ביז שפעט אין די נאכט אין ריהט נישט פאר א מינוט , סאיז זיכער אז ער טיט אויף גרויסע זאכען. מען קען אויך ליינען אויף די וואנט אימעילס וואס ער באקומט פון פרויען וואס שרייבען וויאזוי זייערע מענער פלעגען נישט דאווענען מיט מנין פאר ער האט געפענט זיין שיל.. אין באשרייבענגען וואס צייטונגען האבען געשריבען וועגן עם. די גאנצע עקספעריענס איז מלא חן.. מען קען זאגען בפה מלא it's worth a trip from anywhere
יין שרף: ייש"כ. ס'איז ממש תורת ה' תמימה משיבת נפש. דער איד איז א צדיק תמים וואס דאס אהבת ה' ואהבת ישראל שפראצט ארויס פון איהם. און מ'דארף זיך צו שטעלן צו עיהם בכל דרך אפשרי. די פאני זאך איז אז ער בעיט אפילו נישט קיין געלט בי זיינע מתפללים. און ער נעמט א יעדן אויף בסבר פנים יפות. און מ'האט אין זיין ביהמ"ד מכל טוב. סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. ה' יאריך ימיו ושנותיו. ער זאל קענען אנגיין מיט זיין דרך פון אברהם אבינו עד ביאת גואל צדק בב"א...
לאמיר זען גרויסער מויל מאכער גיי אריין אין בעלז אדער סאטמאר אין שריי אן דעם רבי בפניו ,,, אז מען געט דארף מען אויך קענען נעמען .. אינז ניקעלשבורגע חסידים גייען מיר זיך אננעמען פאר זיין כבוד.. אין עונשין אלא אם כן מזהירין
או.קעי. הייב אן. לשם יחוד.... די מקוה איז צו הייס/צו קאלט.: די טשאלנט איז צו געברענט. נישט דא געניג קישקע אין טשולנט. ס'דא ווייניג טשערי סאודע/פרוט פאנטש. נישט געניג פאפ-קארן. ווייניג טונא און דיפס ביי שלוש סעודות. די עיר-קאנדישן איז נישט געניג קאלט/צו קאלט. אה. די גאלע שאקלט זיך צו שטארק. די בראנפן איז צו ווארעם/צו קאלט.: שטייט אין פסוק וילונו העם על משה ועל אהרון...ויקח קורח.. און קורח האט גענימען..ןדתן ואבירם, און דעי דתן און אבירם... אנטשולדיגט. די רעבע איז איינעם עפעס שילדיג?!. האסט א ברירה קום נישט דא. גיי צום שכן...
פאר די אלע פון די "אזוי גערופענע" גרויסע חסידים וואס נעמען זיך כלומר'שט אן פאר זייער רעבאס כבוד. פארשטייטס איין זאך. אויב ענק גייען טאקע גיין מיט ווילדע שריט. ווי עס זעהט אויס פון וואס ענק שרייבען... עס ווייזט אבער וואספארא רעבא ענק האבען. וואס האט א באנדע שלעגערס פאר חסידים.פונקט אזוי ווי דער באקאנטער מיטן לויזע צונג וואס איך וויל נישט יעצט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז זיינע חסידים באשטייען פון א באנדע צווילדיוויטע שלעגערס
איך האב קיינמאהל נישט געזאגט אז מען זאל איהם זאגען עפעס אין פנים אדער אפי אין זיין בית מדרש. איך האב סתם געזאגט אז איעדע רבי בארעדט מען און אויב ער נעמט עס אזוי פערסאנעל.... איז ער טאקע נישט א רבי און אויב יא פארשעמט איהם נאך מער מיטן אנהאקען אלע מתנגדים
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...