פרשת פנחס

מחשבה, השקפה ועיון
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

פרשת פנחס

שליחה דורך נושא ונותן »

פרק כו פסוק א. ויהי אחרי המגפה ... שאו את ראש בני ישראל. רשי אין נאך ראשונים זענען מסביר פארוואס האט מען פליצלינג געדארפט ציילען די אידען? ווייל עס איז געווען א מגפה האט מען געוואלט זעען וויפיל זענען געבליבען, אנדערע ראשונים זאגן ווייל מען האט זיך געדארפט גרייטען צי מלחמה, אדער וועגען ס'האט זיך געענדיגט די מתי מדבר, אדער כדי צי וויסען וויפעל מען דארף צוטיילן אר"י. עכ"פ די מנין איז געווען גלייך נאך דער מעשה פין פנחס מיט די מגפה, אין די מנין איז געווען אביסעל איבער זעקס הונדרעט טויזענט.
אין ירושלמי סנהדרין פ"י ה"ב שטייט אז ביי די והוקע אותם תחת השמש האט מען געהארגעט 157,200 אידען, יא הונדרעט זיבען אין פופציג טויזענט מענטשען! איבער א פערטעל פין כלל ישראל. דאס איז בנוסף דע 24,000 וואס זענען געשטארבן ביי די מגפה. בקיצור איבער חי ריבוא אידען!
דארף מען דא פארשטיין א. ווי אזוי איז ביי די מנין גלייך נאכדעם ווייטער געווען שישים ריבוא? זאגן בדרך נס וועט דא נישט העלפען ווייל אפילו יעדע פרוי אין מיידעל זאל האבן געהאט מיט אמאל 10 קינדער איז עס נישט געניג, ווייל מען האט געציילט נאר מבן עשרים שנה ומעלה, אין אויף מאכן א תינוק בן יומו צי א בן עשרים שנה דאס קען שוין קיין נס אויך נישט אן ארבעטען.
מיז מען זאגן אז כלל ישראל אין מדבר נאך די פריערדיגע מנין האט זיך ציוואקסען צי איבער 785,000 אידען בנוסף צי אלע מתי המדבר, אין ביי דעם מגפה זענען זיי צוריק אראפ צי שישים ריבוא.
לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט געשען אויב אידען וואלטען נישט געזינדיגט וואלט ארץ ישראל געווארן שבעים ושמונה ריבוא חלקים, אין שבעים ושמונה ריבוא נשמות, אין אפשר גאר אותיות התורה? די גאנצער מספר פין שישים ריבוא וואלט אוועק געפאלן!
אדער קען זיין אז דאס איז טאקע געווען די רצון השם אז אידען זאלן זינדעגען, כדי צוריק צי שטעלען כלל ישראל צי זייערע ארגענעלע מספר! אין אפשר גאר פאר דעם האט גאט געלאזט בלעם מיעץ זיין צי שיקען די בנות מואב כדי עס זאל ווערן א מגפה, בשונה פין שעלטען וואס גאט האט אים נישט געלאזט - ווייל די קללה וואלט געקענט אים ברענגען גאנץ כלל ישראל אין דאס האט שוין גאט נישט געוואלט.
אבער עדיין צ"ב לא לכתוב רחמנא לא ו ולא ה לאז נישט כלל ישראל זיך ציוואקסען צי מער ווי שישים ריבוא וועט מען נישט דארפן קיין מגפה צוריק צישטעלן די ארגענעלע מספר.
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

ערשטענס איז זייער אינטרעסאנט ווי אזוי די באטראכסט גאט, אז פאר זיינע רצונות,וועט ער אומברענגען מענטשען על לא עוול בכפם, פארשטייט זיך נישט ממש אזוי, ער וועט זיי אינטעריקען עפעס אזוי וועט ער פטור ווערן פון זיי, ובנוסף וואס דאס איז דאס לכאורה רירט אן די אלט אויסגעדראדשענע ידיעה ובחירה סתירה, וויאזוי קען גאט האבען ארצון אונטער שמירען כלל ישראל, און כאילו אוועק נעמען די בחירה פון בוחר זיין עומד צו זיין אויף דעם אינטערגעשיקטען פעקל, און דאס איז מנוגד צו תכלית הרצון
פון וואו נעמסטו אז אריגענעלע כל ישראל באשטייט נאר פון שישים רבוא
און דאס איז סתם א נקודה למחשבה, אז עס איז נישט געווען קיין שום גוטס אויף דער וועלט וואס זאל זיך נישט האבען אנגעשטויסען מיט עפעס שלעכטס נאכדעם, עגל מרגלים מי מריבה וכו' וכו', פון רבי נחמן זאגט מען עפס איבער אז מתן תורה קומט מיט עגל, א מתן תורה אן קיין עגל איז קיין מתן תורה נישט, יבא הברסלבים ויאשרו
פארשפארט