בל ימס לב אחיו כלבבו - ישיבות אין דרום אנטלויפן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

בל ימס לב אחיו כלבבו - ישיבות אין דרום אנטלויפן

שליחה דורך נושא ונותן »

דער ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמאן אין אזוי אויך דער בעלזער רב, דער גורער רבי האבן געהייסען פאר די ישיבות אין דרום פאקן פעק אין זיך אפטראגען פין די שטעט וואס זענען אינעם קו האש. ר' חיים קנייבסקי האט געזרגט אז דער וואס איז דארט דארף נישט אנטלויפן אבער ווער עס איז ארויס פין דארט מאיזה סיבה שהוא זאח נישט צוריק גיין אהיים.
א. לשיטת א"ט איז דאך פשוט אזוי וויבאלד עס איז א מקום סכנה אזוי ירושלים ביי ששת הימים איז ווער ס'בלייבט דארט איז א פושע.
אבער אגודה אין דגל שרייען דאך א גאנצער צייט אז הגם זיי גייען נישט אין מיליטער אבער די מיליטער איז מצליח נאר בזכות זייער תורה וואס היט אפ די סאלדאטען אין די גאנצער מדינה מכל רע, וואס פאר א פנים האבן זיי אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף די תורה זאל זיי אליינס אפהיטען, וועם וועלן זיי פארציילן מעשיות אז סאלדאטען אין פראנט היט די תורה אפ, אלע חילונים אין אשדוד אדער שדרות וואס האבן נישט ווי צי אנטלויפען היט זיי די תורה, אבער די ישיבות דארט ארבעט עס נישט!
דאס נאך אם ארויפברענגען די טענה ובל ימס לבב אחיו כלבבו.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך קלער אזוי, אז די חרדישע מנהיגים האלטען זיך דאך אבסולוטע מנהיגים וואס פארשטיין טאטאל צו פירען א מענטש'ס לעבן. א חלק פון די הגדרות פון חרדזים איז אז עס איז טאטאל, עס לאזט נישט איבער קיין חלק פון די מציאות אדער פון די לעבן זאל זיין פרווה אן עס זאל האבען א דעה דערויף. יעצט דאס איז אלעס פיין און וואויל ווען עס קומט צו וויינען ביי א שובבי"ם תורה אדער מוסר דרשה לכבוד חודש אלול. ווען עס קומט צו למעשהדיגע שאלות בפרט שאלות וואס זענען ממש פאליטיש און וואס זענען שייך צו מלחמה און סעקיוריטי, געפינט זיך דער חרדי אין א געוויסע בראך. מצד אחד האט ער דאך א הנהגה פאר אלעס, מצד שני איז די גאנצע תורה וחרדיות זיינע האט נישט קיין אות אחת צו זאגען וואס איז באמת רעלעוואנט צו אזא קריזיס, עס פארשטייט יעדער איינער אז פון מחליט זיין וועלכע קאפיטעל תהלים צו זאגען אדער וועלכע מסכת גמרא צו לערנען האט נאך קיינער נישט געוואונען קיין מלחמה. און דאך מוז דער חרדישער מנהיג האבען א שטארקע ווארט אין אזא זאך, ממילא קומט ער ארויס מיט אזוינע מוגזמ'דיגע קינדערישע און נישט שכל'דיגע הוראות ווי פארמאכען א ישיבה און אוועקמופען וויבאלד עס געפינט זיך אין א שטאט ווי די סכנה איז בערך א זעקסטל פראצענט מער ווי בביתו נאווה קודש של כ"ק אדמו"ר שליט"א, אדער איז מבטל א שבת נסיעה קיין ירושלים ווי איך האב געליינט אויפ'ן גערער רבי'ן ווייל אפאר אראבישער בחורים האבען זיך געמאכט עפעס א הפגנה אין שועפאט. איי מה ענין שמיטה אצל הר סיני, נאר דער עיקר גערער רבי האט אויך הוראות מעשיות וואס צו טוהן בעיניני השעה און ער שטייט פעסט מיט זיין פירערשאפט.

(דער זינלאזער מארד פון דער אראבישער בחור אין ירושלים לעצטע וואך דורך חרדישע בחורים און יונגעלייט טראגט אויך די אלע סימנים פון א חרדישע תגובה צו אזא מצב וואס האט בכלל נישט קיין שייכות צו גארנישט און איז צאמגעשעלט אויפן מערסטע שלימזלדיגע און בארבארישער אופן וואס מעגליך, אבער אבי מען האט עפעס געטוהן, און נאך מיט די גאנצע ברען. ודי בזה.)
I have a dream
Martin Luther King ~
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

א ישיבה מיט בחורים אין א מקום סכנה איז א געוואלדיגע אחריות, די זיצט ווייסעך ווי איו דע קאנטרי אין טיילסט איין פאר מנהיגם פון הונדערטער בחורים, וואס איו ווי אזוי צי טאהן,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

שוין יעצט איז דא א אזעקה אין בני ברק. הרה"ג רבי חיים קנייבסקי האט נישט קיין פראבלעם ווייל די חזו"א שטייט דאך און היט, אבער וואס וועט די בעלזער גורער רעביס יעצט טוהן?
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

נושא ונותן האט געשריבן:שוין יעצט איז דא א אזעקה אין בני ברק. חיים קנייבסקי האט נישט קיין פראבלעם ווייל די חזו"א שטייט דאך אין היט, אבער וואס וועט די בעלזער גורער רעביס יעצט טוהן?

נושא ונותן
איך פארשטיי אז די ביסט געגאנגן אין איין קלאס ציזאמען מיט אים, אין וועלעכע חדר האט עטס געלערנט?
זאג מיר די מחוצף ס'קומט זיך אים נישט קיין ר'?
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

ר איז זייער ביליג פאסט נישט
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

נאך די אלע סטאטיסטיק'ס פין פאריגע וואך ווי סעף ארץ ישראל איז שיילט זיך ארויס ס'איז די גרעסטע מקום סכנה דארט היינט צי וואינען פאר א יוד

קליינע קינדערלעך לויפן אין שעלטער דאס הארץ רייסט דאס צי ציקוקן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

[tag]לעיקוואד[/tag], די בארבארישער מארד פון דעם אראבער צייגט נישט גארנישט כלפי חרדיזם
עס איז דער אקט פון אייניגע יחידים פון וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש עקלט זיך עד עומק נשמתו און צייגט אויף חרדיזם בערך וויפיל לוי אראן צייגט אויף חרדיזם.
אגב, ערגעץ האסטו צו געברענגט פון א מתנחלישע ראש ישיבה איבער נקמה בשם דעם אבן עזרא. מיינט ער מיליטערישע נקמה קעגן די שולדיגע אדער בלינדע נקמה לשם נקמה?
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

כוכב האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag], די בארבארישער מארד פון דעם אראבער צייגט נישט גארנישט כלפי חרדיזם
עס איז דער אקט פון אייניגע יחידים פון וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש עקלט זיך עד עומק נשמתו און צייגט אויף חרדיזם בערך וויפיל לוי אראן צייגט אויף חרדיזם.

שמים וארץ בין לוי אראן והמתנחלים, דער מתנחל איז ברענעדיגער חרדי פונקט ווי דער וואס גייט מיט די אראבער אויפן קנאי'שען זייט, עס ברענט און אים א חרדישער פייער, און הארגענען איז ביי זיי א תגובה, וואס דער תגובה ווערט געשטופט דורך דער חרדי'זיסטשער פייער וואס ברענט און זיי, לוי אראן וואס הארגעט בלויז פאר רציחה, און ואלי למלאת תאוותו, די שטעלטס צזאם די צוויי, די זעסט באמת נישט קיין חילוק???
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בני ברק איז ידוע אז ס'פארמאגט א שמירה פון די כח התורה. מ'דארף פארוואנדלן בני ברק אין איין גרויסע עיר מקלט.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

smartinof האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag], די בארבארישער מארד פון דעם אראבער צייגט נישט גארנישט כלפי חרדיזם
עס איז דער אקט פון אייניגע יחידים פון וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש עקלט זיך עד עומק נשמתו און צייגט אויף חרדיזם בערך וויפיל לוי אראן צייגט אויף חרדיזם.


שמים וארץ בין לוי אראן והמתנחלים, דער מתנחל איז ברענעדיגער חרדי פונקט ווי דער וואס גייט מיט די אראבער אויפן קנאי'שען זייט, עס ברענט און אים א חרדישער פייער, און הארגענען איז ביי זיי א תגובה, וואס דער תגובה ווערט געשטופט דורך דער חרדי'זיסטשער פייער וואס ברענט און זיי, לוי אראן וואס הארגעט בלויז פאר רציחה, און ואלי למלאת תאוותו, די שטעלטס צזאם די צוויי, די זעסט באמת נישט קיין חילוק???


לוי אראן איז מער קראנק ווי א רוצח

די מתנחלים זענען רוצחים לשם תאות הנקמה
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סתם שטותים, וויפיל מתנחלים האבן שוין געהרגט אראבער? עס איז פונקט אזוי ווילד פרעמד ווי סתם רציחה ביי א ברוקלינער איד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אלנפאלס, די רציחה פון די דריי בחורים איז אויך זינלאז און א תגובה נישט באזירט אויף גארנישט. דאס צייגט אז די אראבישער מענטעליטעט ענדלט צו חרדיזם לדעת לעיקוואד...
וויאזוי עס גוישט זיך אזוי אידישט זיך...
איין מינוט דעמאלט וואס האט עס מיט חרדים באזונדער?...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עמיצער האט זיך בטעות באגעגנט מיטן ניק טיטאניק, איך זיך אים נייטיג איך וויל פון אים בארגן א שירעם......

דער פארגאנגענע וואך ווען מען האט געטראפן די געשענדעטע קערפער פון די 3 קדושים, האט ער געשריגען וואו א וואנזיניגער: נקמה! נקמה! ער האט אדש געוואלט מחיה מתים זיין דעם פארשטארבערנער אידישער טעראריסט מאיר כהנא שר''י.

קיקט היינט אן די מצב.... כמאס האט פראקאלאמירט זייער קלאר, אז זיי האבן גארנישט צו טאן מיט די קידנעפינג פון די 3 קדושים, און אויף יעדע מלחמה אקציע פון מדינות ישראל קעגען איר, ןןילן זיי טעלארירן מיטן גרעסטן מאס גרויזאמקייט... זיי וועלן זיך נישט אפהאלטן פארגארנישט.... מדינת ישראל האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פו זייערער סטראשערייען, און האבן דירך געפירט גאר אגרעסיווע נקמה אקציעס קעגן כמאס... און איצט... כאמאס האקט ציריק מנה אחת אפיים...

גיוואלד וואו פול אידישע נפשות גייט דאס קאסטן????????? וועם איז דאס צו באשילדיגען??????
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

דער פותח האשכול האט א טעות. דאס וואס מ'זאגט אז מיר גייען נישט אין די ארמיי וועגן תורה איז מגינה ומצלה איז נאר די אפיציעלע תירוץ. די אמת'ע תירוץ איז דאך אז ערליכע אידן טארן נישט גיין אין מיליטער. פינטעל.
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט א טעות. דאס וואס מ'זאגט אז מיר גייען נישט אין די ארמיי וועגן תורה איז מגינה ומצלה איז נאר די אפיציעלע תירוץ. די אמת'ע תירוץ איז דאך אז ערליכע אידן טארן נישט גיין אין מיליטער. פינטעל.

פארוואס נישט? איך בין נישט קיין תלמיד חכם אבער א ביסעל האב איך געלערענט איך געדענק נישט אזא הלכה, אדרבה זיי מלמד א טועה בינה.
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

חוץ פין דעם איך האב קלאר גערעדט וועגן וואס וועלן אונז זאגן פאר די פרייע
פארשפארט