צווייטע וועלט מלחמה היסטארישע פילם'ס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

צווייטע וועלט מלחמה היסטארישע פילם'ס

שליחה דורך פליקער »

איך זעי נישט קיין שום אשכול וואס זאל אראפ ברעינגען קליפ'ס, פילם'ס וואס זענען אוועילעבל פאר בחינם ווי יו טוב וכדומה,
על כן וועל איך דא עפענען דעים אשכול ווי מען זאל ציברעינגען אזעלכע קליפס וואס טיען קאווערן די צווייטע וועלט מלחמה,

איך בעיט מען זאל קודם איבער קיקן די פילם זעלבסט, אראפ לייגן א שטיקל הקדמה איבער וואסערע חלק פון די קריג עס רעדט די פילם, אולי וועל איך אדער עימעצער עפענן נאך א אנדערע אשכול ווי מען קען לייגען לעינגערע באשרייבינגען איבער די מלחמה און האלאקאסט.

ובזה אפתח

עס איז באוויסט אז עס איז פארגעקימען א אויפשטאנד און ווארשע, די אויפשטאנד איז נישט געוועין די איינציגע אינעם קריג, עס זענען געוועין מעררע אויפשטאנדען משך פינעם קריג, א שטייגער ווי סאביבאר, אבער עס איז געוועין די ערשטע, און עס האט אינספערירט פילע אנדערע אויפשטאנדען,

עס איז דעשפילט געווארן א הארצרייסישע פילם איבער די הלוך ילך פינעם אויפשטאנד, די פילם ברעינגט דאך גאר אסאך טרערן, עס ברעינגט ארויס די געפערליכע ירודה, און ווען דער עולם הייבט זיך אן צי כאפן איז שוין צי שפעיט, אבער עפעס האט זוכה געוועין איבערצו לעיבן אבער ממש גארנישט, מען האט זיי אלע נעבעך פארטיליגט מיט שיינעם אדער מיט מיסען, אבער דאס איז זיכער אז די אויפשטאנד האט געהאט א ווייט גרייכענדע אפעקט, ביז צים היינטיגען טאג.

צי עס איז געוועין מותר די מרודה איז שוין באשריבן געווארן אן א שיעור, טייל גדולים האבן מיטגעהאלטן, טייל זענען געוועין דערגעיגן, אבער די אויפשטענדלער זענען נישט געוועין פון די סארט וואס האבן זיך געקימערט מיט וואס די סטאטוס קוואה האט געהאלטן.

https://www.youtube.com/watch?v=2fT5MBHWZpY

דא איז די פילם איבער די גרויסע אנטלויף פון די סאביבאר לאגער, עס איז געוועין דורך א טאנעל וואס איז געגראבען געווארןת זייער א געוואגטע אקציע, עס איז נישט אריבער ווי געפלאנט אבער דאך זענען געוועין פיל איבערלעיבער

https://www.youtube.com/watch?v=DNjRR9Sfl2c

דא איז דא איבער די אקציע פון די בעלסטקי ברידער ווי זיי האבן געראטעוועט לויט געשאצטע ציפערן אריבער צוועלעך הינדערט פיפציג אידען, עס איז געוועין באשריבן אין די שטערן א וויילע ציריק, זיכער האבן זיי עס ג'גנב'ט פינעם זעלבן שווארצען פאסטעך

עס איז דא אויך א פילם וואס איז נישט אוועילעבל נאר און שיל אדער דורך א די ווי די וואס איז דערווייל אסור, ווער עס האט א לינק איז וועלקאם ארויף צי לאדענען,
אופס איך האב יא געפינען א לינק, איך האב עס נאך נישט געזעין איך האף עס איניש חזריש

https://www.youtube.com/playlist?list=PLF049B7F6E7E15BD6

עס הייסט דיפייענץ, אבער א דאקעמענטרי איז דא אוועילעבל

https://www.youtube.com/watch?v=BmXQ8Ldy-Bk&list=PLQd7PaxuJhuN690sr1Df5zpDh0V0mywld

עס איז דא אזויפיל צי לייגן אי"ה מיט די צייט וועט זיך עפעס מאכן דא א שיינע קאלעקציע וואס דער עולם וועט הנאה האבן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר