בל ימס לב אחיו כלבבו - ישיבות אין דרום אנטלויפן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

בל ימס לב אחיו כלבבו - ישיבות אין דרום אנטלויפן

שליחה דורך נושא ונותן »

דער ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמאן אין אזוי אויך דער בעלזער רב, דער גורער רבי האבן געהייסען פאר די ישיבות אין דרום פאקן פעק אין זיך אפטראגען פין די שטעט וואס זענען אינעם קו האש. ר' חיים קנייבסקי האט געזרגט אז דער וואס איז דארט דארף נישט אנטלויפן אבער ווער עס איז ארויס פין דארט מאיזה סיבה שהוא זאח נישט צוריק גיין אהיים.
א. לשיטת א"ט איז דאך פשוט אזוי וויבאלד עס איז א מקום סכנה אזוי ירושלים ביי ששת הימים איז ווער ס'בלייבט דארט איז א פושע.
אבער אגודה אין דגל שרייען דאך א גאנצער צייט אז הגם זיי גייען נישט אין מיליטער אבער די מיליטער איז מצליח נאר בזכות זייער תורה וואס היט אפ די סאלדאטען אין די גאנצער מדינה מכל רע, וואס פאר א פנים האבן זיי אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף די תורה זאל זיי אליינס אפהיטען, וועם וועלן זיי פארציילן מעשיות אז סאלדאטען אין פראנט היט די תורה אפ, אלע חילונים אין אשדוד אדער שדרות וואס האבן נישט ווי צי אנטלויפען היט זיי די תורה, אבער די ישיבות דארט ארבעט עס נישט!
דאס נאך אם ארויפברענגען די טענה ובל ימס לבב אחיו כלבבו.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר