שיר השירים קאפיטל 1
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שיר השירים קאפיטל 1
האט דער מסבב כל הסיבות מיר דערפירט מיין קאנטרי האט אינעם ביידל דמתקרי שוהלכל קיין ספר פאר א רפואה געהאט בלויז סידור קול יעקב לימי הקץ נא וואס טוט מען אגאנצן ליבן דאווענען? האט מיין אויג געלאנדעט אויפן אור אלטן שיר השירים האב איך אנגעפאנגען זי איבערזעצן אין קאפ אויף מאמע לשון. אויב דער מצב וועט נישט ווערן בעסער קען איך נאך האבן גאנץ שיר השירים נאך אכט וואכן קאנטרי.
שיר השירים...
צו שלמה ליבע קלאנגען
אה! א געזאנג פון געזאנגען
ישקנו...
לאז ער מיר קושן אויפן מויל אליין
דיין ליבע איז געשמאקער פון וויין
לריח...
צום שמעק פון דיינע גוטע איילן
ווי פארפום גיסט דיין נאמען
דעריבער ליבן דיר אינגע דאמען
משכינו...
נעם מיר אוועק, איך וועל לויפן נאך דיר
לאמיר זיך דערקוויקן אן א שיעור
שחורה אני..
איך בין שווארץ, אבער אטראקטיוו אה! טעכטער פון ירושלים
ווי די פירהענג פון שלמה ווי די געצעלטן פון קדרים
אל תראוני...
זעה מיר נישט איך בין שווארץ און טינקל
דען עס האט מיר אפגעברענט די זון
זיי האבן אויף מיר געצערנט די מאמע'ס זין
מיין גארטן איז הפקר אין ווינקל
הגידה לי..
זאג'זשע מיין לעבנ'ס ליבער
ווי פאשעסטו ווי רוהסטו אין אוונט היינט
פארוואס זאל איך וואנדערן אין די פעלדער פון דיינע פריינט
אם לא תדעי לך...
אויב ווייסטו נישט דו הערליכע פון פרויען
גיי נאך די פוס טריט פון די שאף זייערע קלויען
נאוו לחייך...
מיין ליבלונג, דיינע באקן זענען שורות חן
דיין האלז גאלד שנירלעך שיין
צרור המור..
ווי א בינטל באלזאם איז צו מיר מיין ליבער
צווישן מיינע ברוסטן אה! וועט ער נאכטיקן איבער
הנך יפה רעיתי...
אוי ווי שיין ביסטו ליבע מיין
דיינע אויגן ווי א טייבעלע מלא חן
הנך יפה דודי...
ווי גוט ביסטו מיין ליבער דיין שמועס
פריש איז אונזער בעט אה ווי זיס

- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
תמליון געוואלדיג!
וגם אני בחלומי כ'האב אמאל געהאט אסאך צייט שבת חול המועד פסח, האב איך אשטאט אפ-מירמלען דעם שיר השירים געטראכט מ'האט דאך דאס היצט געזאגט ביים סדר, שיין וואלט ווען געיוועהן ציזאגן איעדע פרייטיג צינאכטס אבער אז עס איז צייט וואס יעדער זאגט און צייט איז אויף מיין זייט האט איך געבארגט פון א חבר א שיר הישרים'ל וואס האט פלעין באבע טייטש און שטייט געזאגט מיט בלויז טראכטן פשוט פשט... עס האט מיך באנימען ביז גאר אזש ביז טרערען! עס ברענגט דאך ארויף די מורא'דיגע אהבה און געגיעון וואס די רבוש"ע האט צי אונז און אונז צי איהם, אזוי ווייט אז ווען איך טראכט פון א גיטע מינוט וואס איך זאל טוהן אויף געוויסע מקומות הקדושים (מקום המקדש וכדו') קימט מיר אלז אפיר דעם שיר השירים.
אלזא תמליון טייערע גוי עהעד! מי שמתחיל במצוה אומרין לו גמור

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שלמה המלך האט געשריבן:תמליון געוואלדיג!

שלמה המלך אליינס קומט מעיד זיין און געבן א הסכמה אויף די שיינע טייטש!! ומי לנו גדול, האסטו דאך א הסכמה מן השמים!
שיר השירים אשר לשלמה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שלמה המלך האט געשריבן:תמליון געוואלדיג!
וגם אני בחלומי כ'האב אמאל געהאט אסאך צייט שבת חול המועד פסח, האב איך אשטאט אפ-מירמלען דעם שיר השירים געטראכט מ'האט דאך דאס היצט געזאגט ביים סדר, שיין וואלט ווען געיוועהן ציזאגן איעדע פרייטיג צינאכטס אבער אז עס איז צייט וואס יעדער זאגט און צייט איז אויף מיין זייט האט איך געבארגט פון א חבר א שיר הישרים'ל וואס האט פלעין באבע טייטש און שטייט געזאגט מיט בלויז טראכטן פשוט פשט... עס האט מיך באנימען ביז גאר אזש ביז טרערען! עס ברענגט דאך ארויף די מורא'דיגע אהבה און געגיעון וואס די רבוש"ע האט צי אונז און אונז צי איהם, אזוי ווייט אז ווען איך טראכט פון א גיטע מינוט וואס איך זאל טוהן אויף געוויסע מקומות הקדושים (מקום המקדש וכדו') קימט מיר אלז אפיר דעם שיר השירים.
אלזא תמליון טייערע גוי עהעד! מי שמתחיל במצוה אומרין לו גמור
יא שיר השירים איז א געוואלדיק שיינער ליבע פאעזיע מיט א טיפן באדייט. כ'האב אמאל אנגעהויבן זאגן מיין בני בית שיר השירים אין פשוט מאמע לשון האט זי שיעור פארשטאפט די אויערן. נו אין בית רחל האט מען אזאנע לידער אנגעקאטשקעט מיט שווארצע פארב.
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:תמליון געוואלדיג!
וגם אני בחלומי כ'האב אמאל געהאט אסאך צייט שבת חול המועד פסח, האב איך אשטאט אפ-מירמלען דעם שיר השירים געטראכט מ'האט דאך דאס היצט געזאגט ביים סדר, שיין וואלט ווען געיוועהן ציזאגן איעדע פרייטיג צינאכטס אבער אז עס איז צייט וואס יעדער זאגט און צייט איז אויף מיין זייט האט איך געבארגט פון א חבר א שיר הישרים'ל וואס האט פלעין באבע טייטש און שטייט געזאגט מיט בלויז טראכטן פשוט פשט... עס האט מיך באנימען ביז גאר אזש ביז טרערען! עס ברענגט דאך ארויף די מורא'דיגע אהבה און געגיעון וואס די רבוש"ע האט צי אונז און אונז צי איהם, אזוי ווייט אז ווען איך טראכט פון א גיטע מינוט וואס איך זאל טוהן אויף געוויסע מקומות הקדושים (מקום המקדש וכדו') קימט מיר אלז אפיר דעם שיר השירים.
אלזא תמליון טייערע גוי עהעד! מי שמתחיל במצוה אומרין לו גמור
שלמה המלך אליינס קומט מעיד זיין און געבן א הסכמה אויף די שיינע טייטש!! ומי לנו גדול, האסטו דאך א הסכמה מן השמים!
שיר השירים אשר לשלמה.
דיין תגובה איז מיר זייער "שמעקעדיג"
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בן תמליון האט געשריבן: יא שיר השירים איז א געוואלדיק שיינער ליבע פאעזיע מיט א טיפן באדייט. כ'האב אמאל אנגעהויבן זאגן מיין בני בית שיר השירים אין פשוט מאמע לשון האט זי שיעור פארשטאפט די אויערן. נו אין בית רחל האט מען אזאנע לידער אנגעקאטשקעט מיט שווארצע פארב.
איך וויל נישט פארפארן פון די נושא, דאס באלאנגט אינעם אנדערן אשכול, אז ליידער קאטשקעט מען אן אין סקול די סארט לידער מיט שווארצע פארב (נישט ממש, באט פוינט וועל טעיקען....), אפשר טאקע זאל מען אריינרוקן דעם אשכול אין "מאחורי הפרגוד", און דארט אלעס פארטייטשן כהלכתו, אויף הלכה למעשה....
וירח ה' את ריח הניחוח
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אגב איך זוך שוין לאנג א שיר השירים איבערגטייטשט אויף פשוט אידיש נישט די פארדרייטע וואס זאגן אלעס אויסער טייטש.
וויאזוי למשל טיישט מען אין אידיש שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה?
כי עזה כמות אהבה רשפיה רשפיה רשפי אש שלהבתיה. טייטש: ליבע איז שטארקער פון טויט אירע פונקען זענען פונקען פייער א פלאם פון גאט? עס זאגט זיך עפעס שווער אין אידיש.
וויאזוי למשל טיישט מען אין אידיש שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה?
כי עזה כמות אהבה רשפיה רשפיה רשפי אש שלהבתיה. טייטש: ליבע איז שטארקער פון טויט אירע פונקען זענען פונקען פייער א פלאם פון גאט? עס זאגט זיך עפעס שווער אין אידיש.
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אגב איך זוך שוין לאנג א שיר השירים איבערגטייטשט אויף פשוט אידיש נישט די פארדרייטע וואס זאגן אלעס אויסער טייטש.
וויאזוי למשל טיישט מען אין אידיש שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה?
. טייטש: ליבע איז שטארקער פון טויט אירע פונקען זענען פונקען פייער א פלאם פון גאט? עס זאגט זיך עפעס שווער אין אידיש.
עס איז דא אידיש טייטש פון עוז והדר (אויב איך האב נישט קיין טעות) אויך געזהן אמאל מיט א ווייכע דעקל פון ר' אלי' שפיצער (טאהש) זייער שיין פשוט פשט
שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה = ע"ט, דיינע צוויי בריסטן זענען אזוי ווי צוויי יונגע אינדן צווילינג הערשעלעך (כ'האף איז זאג נישט גרייזיג - כ'האב נישט יעצט א טייטש פארנט פון מיר)
כי עזה כמות אהבה רשפיה רשפיה רשפי אש שלהבתיה = ע"ט, מיין אהבה איז שטארק ווי דאס טויט (די שטערקסטע זאך וואס שייך) אירע פינקן זענען פייער-פינקן מיט א געטליכן פלאם!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 241
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
- האט שוין געלייקט: 116 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
בן תמליון האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:תמליון געוואלדיג!
וגם אני בחלומי כ'האב אמאל געהאט אסאך צייט שבת חול המועד פסח, האב איך אשטאט אפ-מירמלען דעם שיר השירים געטראכט מ'האט דאך דאס היצט געזאגט ביים סדר, שיין וואלט ווען געיוועהן ציזאגן איעדע פרייטיג צינאכטס אבער אז עס איז צייט וואס יעדער זאגט און צייט איז אויף מיין זייט האט איך געבארגט פון א חבר א שיר הישרים'ל וואס האט פלעין באבע טייטש און שטייט געזאגט מיט בלויז טראכטן פשוט פשט... עס האט מיך באנימען ביז גאר אזש ביז טרערען! עס ברענגט דאך ארויף די מורא'דיגע אהבה און געגיעון וואס די רבוש"ע האט צי אונז און אונז צי איהם, אזוי ווייט אז ווען איך טראכט פון א גיטע מינוט וואס איך זאל טוהן אויף געוויסע מקומות הקדושים (מקום המקדש וכדו') קימט מיר אלז אפיר דעם שיר השירים.
אלזא תמליון טייערע גוי עהעד! מי שמתחיל במצוה אומרין לו גמור
יא שיר השירים איז א געוואלדיק שיינער ליבע פאעזיע מיט א טיפן באדייט. כ'האב אמאל אנגעהויבן זאגן מיין בני בית שיר השירים אין פשוט מאמע לשון האט זי שיעור פארשטאפט די אויערן. נו אין בית רחל האט מען אזאנע לידער אנגעקאטשקעט מיט שווארצע פארב.
דערמאנסט מיך פון א שיעור פון ר' מאטל פראנק שליט"א
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אלבערט האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:תמליון געוואלדיג!
וגם אני בחלומי כ'האב אמאל געהאט אסאך צייט שבת חול המועד פסח, האב איך אשטאט אפ-מירמלען דעם שיר השירים געטראכט מ'האט דאך דאס היצט געזאגט ביים סדר, שיין וואלט ווען געיוועהן ציזאגן איעדע פרייטיג צינאכטס אבער אז עס איז צייט וואס יעדער זאגט און צייט איז אויף מיין זייט האט איך געבארגט פון א חבר א שיר הישרים'ל וואס האט פלעין באבע טייטש און שטייט געזאגט מיט בלויז טראכטן פשוט פשט... עס האט מיך באנימען ביז גאר אזש ביז טרערען! עס ברענגט דאך ארויף די מורא'דיגע אהבה און געגיעון וואס די רבוש"ע האט צי אונז און אונז צי איהם, אזוי ווייט אז ווען איך טראכט פון א גיטע מינוט וואס איך זאל טוהן אויף געוויסע מקומות הקדושים (מקום המקדש וכדו') קימט מיר אלז אפיר דעם שיר השירים.
אלזא תמליון טייערע גוי עהעד! מי שמתחיל במצוה אומרין לו גמור
יא שיר השירים איז א געוואלדיק שיינער ליבע פאעזיע מיט א טיפן באדייט. כ'האב אמאל אנגעהויבן זאגן מיין בני בית שיר השירים אין פשוט מאמע לשון האט זי שיעור פארשטאפט די אויערן. נו אין בית רחל האט מען אזאנע לידער אנגעקאטשקעט מיט שווארצע פארב.
דערמאנסט מיך פון א שיעור פון ר' מאטל פראנק שליט"א
אדרבה זיי אונז מזכה. ווער איז מאטל פראנק?
א דאנק אלע פאר די דברי חיזוק, כ'האב נישט ג'חלומט דער עולם וועט עס אזוי גוט אויפנעמען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל