רבי בן ציון הכהן קאהן אבד"ק סענפעטער - י"ד תמוז

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

רבי בן ציון הכהן קאהן אבד"ק סענפעטער - י"ד תמוז

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער סענטפעטער רב איז געבוירען געווארען כ"ח תמוז שנת תרע"ד אין שטעטל 'נאמין', צו זיין פאטער רבי אלי' כ"ץ קאהן וואס האט משמש געוועהן דארט ברבנות. זיין מוטער מרת חיה לאה בת הג"ר בן ציון שלעזינגער נאך וועמען ער האט געהייסען. בימי הבחרות האט געלערנט אין דעברעצין ביי הגאון הגדול רבי שלמה שטראססער זצ"ל וואס איז געוועהן רב אין דעברעצין, זיין קוואטיר איז געוועהן ביי זיינס א פעטער רבי שמואל זאב שלעזינגער מיט וועמען ער פלעגט זיך אסאך מפלפל זיין בחידושי תורה. פון דעברעצין איז אריבער קיין פרעשבורג לערנען ביי רבי עקיבא סופר בעל שו"ת דעת סופר.

כאשר בא בימים האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי משה חיים גרינפעלד אבד"ק סענפעטער מח"ס חיים ברצונו, 'הורמנא' האט ער באקומען פון דער קאלוב'ער רב רבי מנחם בראדי בעל באר מנחם, אין אויך פון רבי יונתן שטייף בעל שו"ת מהר"י שטייף ועוד, אויך פון דער אוהעלי רב רבי דוד דוב מייזליש בעל בנין דוד.

נאך דער קריג ווי ער האט פארלוירען זיין וייב אין קינדער האט ער חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרבנית מלכה רבי שאול יחזקאל רייך פין די חשובע בעל בתים פון סענפעטער, א אייניקעל פון רבי שאול ליטשיקער בעל מגן שאול מגדולי תלמידי ה'ישמח משה'. צו לאנג האט מען נישט געקענט וואוינען אין סענפעטער איז ער ארויס געקומען שנת תש"ז קיין אמעריקע, ווי ער האט זיך באזעצט אין דער איסט סייד. תיכף האבען די רבנים הגאונים הזקנים געזעהן אז זיי האבען פאר זיך א אוצר גדול א עילוי נפלא חריעף עצום, מ'האט איהם מכבד געוועהן מיט א דרשה ביי א גרויסע מסיבה וואס דער 'אגודת הרבנים דארה"ב' האט אנגעראכטען.

שנת תשי"ג איז אריבער קיין ברוקלין ווי ער האט זיך באזעצט אין ווילימסבורג, ווי ער האט שטענדיק מתפלל געוועהן בימי החול בביהמ"ד קהל ערוגת הבושם צעלים, איען ס'איבריג צו זאגען אז ער איז דארט געוועהן פון די סאמע חשוב'סטע מתפללים. שבתים אין יו"ט ימים נוראינם האט ער געדאווענט אין דער קיוויאשד בית מדרש, ווי ער האט במשך פערציג יאר, די מיטל נאכט יו"ט, געגעבען א דרשה בדברי דרוש ופלפול בחריפות נפלא בעניני החג.

ווען מ'רעט פון דער סענפעטער רב מיז מען - הגם ס'איבריג - אבער בהכרח ארויס צו ברענגען זיין אהבת התורה וואס האט נישט געוויסט קיין עק. נאך אלץ בחור האט ער מחדש געוועהן חידושי תורה גאר שטארקע אין טיפע פלפולים, וואס ער פלעגט צו פארשרייבען, ווי עס זאגט עדות זיין ספר 'שערי ציון', וואס ער האט געדריקט בשנת תרצ"ח. זיין שו"ת וחידושי אבני ציון, בירורי הלכות אויפן רמב"ם.

זיין חביבות צו ספרים, ער האט זיך אנגעזאמלט טויזענטער ספרים, וואס לא החזיק טובה לעצמה, ווען אימער מ'האט געזוכן אדער געדארפט א ספר האט מען געוויסט אז זיכער האט דער סענפעטער רב דעם ספר אין באזיץ. איינע פון די גרויסע בארגערס איז געוועהן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט אמאהל זייענדיק ביים סענפעטער רב אין שטוב, זיך אויס געדריקט "דא קען מען פרעגן קרח'ס שאלה בית מלא ספרים אם הוא פטור מן המזוזה".

דער גרויסע רב איז נפטר געווארען בהיותו בן פ"ה שנה, ב' פנחס, י"ד לחודש תמוז שנת תשנ"ט, והובל באבל כבד לקרית יואל ושם מנו"כ בחלקת הרבנים.

תולדותיהם של צדיקים:

א. רבי אלי' שאול יחזקאל
זוגתו מרת ברכה שרה בת רבי ישראל דוד ויינבערגער מוהל מומחה

ב. רבי ברוך
זוגתו מרת יכט יודת בת רבי מאיר קליין

ג. רבי אהרן אשר
זוגתו שרה בת רבי יצחק יעקב אינדיק

ד. רבי מרדכי צבי
זוגתו מרת שרה בת רבי שלמה יודא מאשקאוויטש

ה. מרת שיינדל חי' לאה
נישאת זוו"ר לרבי יהודה דוד הכהן פיקסלער נפטר ב' דחוה"מ סוכות תשמ"ח
זוו"ש אשת רבי יעקב יהודה הכהן גליק

ו. מרת גיטל טויבא
אשת רבי יהושע העשיל וואלהענדלער מח"ס גופי הלכות על שו"ע יו"ד, ועוד
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך געדעינק נישט גענוי פון וועים, אבער ער האט באקריגן זעלטענע שיינע הסכמות אויף זיין ספר וואס קיין שים קריג איבערלעיבער האט נישט זוכה געוועין, איך האב ב״ה געהאט די זכיה צי האבן א גאר נאנטע באציאינג מיט דעים גאון.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

זייענדיג א גרויסער ליבהאבער פון פילפולים, פלעגט ער איינמאל א יאר קומען צו רבינו הב"מ זצ"ל,
ביי די חוה"מ דרשה ווען דער רבי האט געזאט א פלפול ברבים
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט