ווער דענקט נאך ארויס לויפן צום דאמיטארי אינמיטן סדר (יענס סדר געוועזן...) עפענען די פענסטער אינמיטן א שטורעם ארויסשטעקן די הענט טאקע זיכער מאכן אז עס רעגענט..., זיך פאקן אינטערן קאלטן דאכענע, נאר צו הערן די שרעקליכע קולות פון די דונערן... צום סוף איז געווען טאקע שרעקליכע קולות! אבער פון די משגיח...
אנטלויפן אינמיטן ישיבה צו א "רעסטאראנט" נישט ווייל איך בין הונגעריג, נאר ווייל די ראש ישיבה האט נישט געלאזט... קויפן א הייסע פיסטראמי סענדוויטש גג על גג, מיט פרישע קאלטע "קאול סלאו", וואס נאכן מקיים זיין די אכול שליש מוז מען אריינשטיפן די נעקסטע דריטל פשוט "כ'האב שוין געצאלט דערפאר"... און בלית ברירה הנח שליש און ס'גייט און גארביטש... אבער די נעקסטע מאל די זעלבע מעשה...
פארשטייטזעך מען ווערט אביסל דארשטיג אימיטן, גייט מען כאפן א באטל "טריפה'נע" קאוק וואס האט "נאר" א OU פונעם פרידש, מיט א שנעלע עפן איז די באטל האלב ליידיג געווארן אין איך האלב פיל...אבער נאכן גיין צום קעשיער דערזעה איך זיך נאר מיט אפאר ניקלס און דיימס... אוי...
ווער רעדט נאך פון די "איליגעל" דרייווען אין ישיבה... וואס "יא איך קען, כ'זאג דיר צו איך האב שוין..." איז געווען א טעגליכע געבעט צו א פריש פארהייראטע אינגערמאן מיט זיין זיידע'ס כמו-קאר...
וואס נאכן "וואטש זייער שטארק, ס'איז א נייע קאר" איז עס צוזעצט געווארן אויף שברים תרועות... איך גיי דיר צאלען, נאר זאג נישט אויס פאר מיין טאטע, און זיך אנגעבארגט 3,000 דאללער צו צאלן פאר די דעמעדשעס, און גאגאנגען שערן אין ביהמ"ד צוריק צו מאכן דאס געלט...
דאס אהיימגעשיקט געווארן אויף א טעגליך פארנעם, און געגאנגען און ביהמ"ד קויפן דענישעס אין די ווענדינג מאשין, און זיך איינגערעדט מיין טאטע ווייסט עכט נישט...
ווען אין חדר האט מיין טאטע געהאט די שטערסטע שיך און די בלוטיגסטע פאסיק... פארשטייט זיך ער איז אמאל געווען א פאליציאנט, און אמאל אן הצלה וואלענטיר, צומאל גאר ביידע ביינזאם...
ווער דענקט נאך ווען מ'איז אהיימגעקומען פון חדר, און צו מיין גוטע מזל האט מיין טאטע פארגעסן צו שפארן די "סטעישאן וואגאן"... (אדער האט ער גאר געהאט קיין נערווען צו ארומקריכן צו אלע ד' כנפות ה'קאר צו אראפשטיפן די שלאס מיט די הענט...) דאן האבן מיר מיט די שכנים זיך צוריבן די הענט פאר פרייד, אין אריין ביים טיר און ארויס פון פענסטער הלוך וחזור, ביז די מאמע איז ארויסגעקומען מיטן שמוציגען שירצל נאך אנגעטאן, מיטן וואלגער האלץ און הענט, און פארשטייט זיך אלע האבן גלייך באמערקט און אפגעפיצט, נאר איך שלומיאל האב איר נישט געמערקט ביזן איר זעהן מיט אלע קנייטשען אויפן פנים קלאר... פארשטייט זיך דעמאלס האט מען געמאכט א ויברח מיט אפאר הקפות רינגעלדיג די גארטן מיט די ביימער, ביז... OUCH! דערמאנט מיר נישט....
זיסע זכרונות געוועזן אמאל.... וואס געדענקט איר?