דער חקירה אשכול
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
דער חקירה אשכול
אשכול פאר חקירות
די אשכול וועט זיין געווידמעט פאר אלע ערליי חקירות וואס מיר קענען חוקר זיין, א שטייגער ווען מיר זעיען א ספר אויפן טיש, איז די חקירה צי די ספר איז אויפן טיש, אדער ניין די טיש איז אינטער די ספר, און די פאל איז ביידע אמת, אזוי ווי די גלעיזעל איז האלב פיל אדער האלב לער, וואס די אמת איז אז ביידע זענען אמת, די שאלה איז נאר ווי אזוי מען קיקט דערויף, אבער עס זענען דא חקירות וואס די שאלה איז טאקע וואס די אמת איז, און נאר איינע איז אמת, נאר מען ברויך חקרן, גריבלען ביז מען פארשט דעים אמת.
עס איז דא א באוויסטע חקירה וואס אלע ליטפישע בחורים פון אלע לומדישע ישיבות שמירן אן דעים חקירה אויף זייער ראש ישיבה זצקללה"ה, אז א בחור האט אים פארדרייט דעים קאפ מיט חקירות וואס זענען נישט נוגע, האט ער אים געזאגט בחור'ל איך וויל דיר פרעיגן א חקירה צי ווען דער קיטשער אינג שמייסט דעים פערד, פארוואס לויפט דער פערד, צי ווייל דער פערד פארשטייט אז ווען דער קיטשער אינג שמייסט ברויך מען גאלאפירן, אדער ניין ווייל ער וויל אנטלויפן פון די יסורים, ער כאפט דאך אריין מנה אחת אפיים, זאגט אים דער בחור'ל, @ראש הישיבה שליט"א איך בין דאך א ישיבה בחור און נישט קיין קיטשער אינג, ווי אזוי זאל איך וויסן, זאגט אים דער ראש הישיבה, אבער א פערד זענט איר דאך, וואלט איר דאך יע ג'ברויכט וויסן.
אבער אויף למעשה זענען די ליטאים יא אויפגעקימען מיט א מהלך אז יעדע חקירה איז ווערט צי חקרנ'ן, איי למאי נפקה מינה, וואס איז די חילוק אזוי צו אזוי, נאר האבן זיי א פיפיגע תירוץ, וואס הייסט עס איז נוגע לקדושין לנדרים ולמקח וממכר, אז אויב איינער איז מקדש א פרוי נאר מיט א תנאי אז די אמת איז ווי איין צד פון די חקירה, דאן איז די קידושין חל אויב נישט נישט, איז דאך שין איינמאל דא א נ"מ, די זעלבע זאך אויב איינער מאכט א נדר אדער מאכט א קנין אויף די זעלבע תנאי ווי אויבן געזאגט, איז דאך שוין היינט ווייטער נוגע.
א חקירה
איך זעי כסדר ווי מען גייט נאך געלט פאר צוועקן, וואס איז דער פשט אז מען גייט נאך געלט על פי רוב פאר א איד א תלמיד חכם א גרויסער בעל חוב, וואס טיט זיך מיט די עמערצים, צי איז דער פשט אז עמו רצים זענען גיט, זיי זענען נישט קיין בעלי חוב, אדער ניין זיי זענען אויך און די אדמה פונקט ווי די תלמידי חכמים, נאר פאר זיי ברויך מען נישט געיבן קיין דאמבע, אויב איז דער פשט אז די עמערצים גייט גיט, איז דעיס דאך א ביטערע פיל פאר די תלמידי חכמים אראפ צי שלינגען, איך וויל אריין באקען אין מיינע קינדער זיי זאלען אלעס אפלאזן און זיך אריין ווארפען אין די תורה, אבער זיי זענען דאך אלע בעלי חובות, מיט משפחה געבענטשטע קינדער, אויב איז ער א רעביש קינד, דאן האט ער אויך צעצאי וצעצאי צעצאינו, האבן דען עמך אידן נישט קיין גרויסע משפחות, אויב זענען די עמך אויך בעלי חוב, ווי אזוי קען מען גיין צי א עמך וואס איז א בעל חוב, און פאדערען ער זאל אוועק געיבן פון וואס ער האט נישט פאר דעי ת"ח וואס האט אויך נישט.
אם תמצה לומר אז סיי דער עמך איד האט געלט און סיי תלמידי חכמים האבן געלט, נאר געוויסע פון ביידע סארטן מאכט זיך אז עס פעילט געלט, דאן וואלט מען געברויכט מאכן א גרינטליכע אינטערזיכינג, זעין וועלכע ת"ח האט געלט, למשל אויב האט ער א הויז, אויב קויפט ער א טייערע אתרוג, אויב מאכט ער ספעציעלע חבירה פאר מצה, אים איז נישט גיט פשוט וואס יעדער קויפט, מיינט דאך אז ער האט געלט, דאן זאל מען גיין צי אים פאר די ת"ח וואס האבן נישט קיין געלט, און גיין צי די עמך אידן וואס הארעווען אויף לחם צר, פאר די עמך אידן וואס מאכן נישט קיין פרנסה, טראץ זייער שווערע ארבייט, א"כ הלמאי איך האב נאך קיין מאל נישט געזעין א עסקן ארים גיין פאר א עם הארץ א גרויסע ב"ח.
אם תמצא לומר אז לעולם גייט מען יא נאך געלט פאר עם הארצים, נאר היות מיר האבן עפעס מורא אז דער עולם גייט זיך נישט אן ריפן ווארים, דעריבער מחמת חשש חסרון כיס טיען מיר פראמאטירן דעים עם הארץ צים רוים פין תלמיד חכם, דאן מיזן מיר פארשן צי טאקע ווען מען איז משנה פאר אלמנות מיט יתומים מיט גרויסע משפחות, אפשר איז עס דאך עפעס א עם הארץ, און נישט קיין תלמיד חכם,ברויכן מיר אכטונג געיבן.
בכלל ברויך מען חוקר זיין פאר קלערן די עסקנים אז מיר גיבן מער געלט פאר תלמידי חכמים ווי פאר עם הארצים, צי איז עס ווייל עפעס אזוי איז די הלכה, אדער סתם אזוי ווייל זיי ווילן אז דער עולם זאל טאקע געיבן נאר פאר תלמידי חכמים, און פאר עם הערצים ברויך מען טאקע נישט געיבן, דאן ברויך מען חוקר זיין, צי ווען די עסקן וואס גייט נאך געלט, גייט טאקע פארן תלמיד חכם דער גרויסע ב"ח, צי און אמתן גייט ער פאר א עם הארץ, נאר היות ער ווייסט מען גייט נישט געיבן איז ער משנה, איך גיי שוין שיעור אין א צירקל.
דער עולם איז געלאדענדט צי אהערשטעלן חקירות פון אלע סארט.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לויט די דעה אז היינטיגע צייטן איז מער נישט שייך עונת ת"ח משבת לשבת ווייל עס איז מער נישט פאראן קיין דין ת"ח, ומצד שני זעהט מען אז די 'תלמידי חכמים' פאר וועמען מען גייט נאך געלט האבן דאזענס פון קינדער (אפשר ווייל סע טשיעפער ביי דע דאזען) מוז דאך זיין אז ער שפילט ארום מיט זיין תלמיד חכם'שאפט. ער נוצט עס וואו עס קומט אויס גוט און מאכט די טעירע א קרדום לחפור בה, אייב אזעי, שטעלט זיך די חקירה צו מען מעג בכלל שטיצן א ת"ח בדורנו אלה.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פארוואס שטיי איך אויף היינט זינטאג ציפרי,
איז עס ווייל איך חליש צי דאווענען.
איז עס ווייל איך בין שוין אויסגעריט.
אדער ווייל איך וויל כאפן זמן תפילה.
אולי ווייל איך וויל שוין עסן פרישטאג..
אפשר ווייל איך וויל שנעל אפדאווענען און דאן זיך ציריקלייגן.
אפשר שעים איך זיך פינעם אשת חבר, זי זאל נישט טראכטן אז איך בין א פעיפער.
אפשר האב איך א פול דעי סקעדשעל.
אפשר איז פרי בעסער ווייל דאן איז דא ווייניגער שנארערס אין שיל.
איי העוו נא איידיע
איז עס ווייל איך חליש צי דאווענען.
איז עס ווייל איך בין שוין אויסגעריט.
אדער ווייל איך וויל כאפן זמן תפילה.
אולי ווייל איך וויל שוין עסן פרישטאג..
אפשר ווייל איך וויל שנעל אפדאווענען און דאן זיך ציריקלייגן.
אפשר שעים איך זיך פינעם אשת חבר, זי זאל נישט טראכטן אז איך בין א פעיפער.
אפשר האב איך א פול דעי סקעדשעל.
אפשר איז פרי בעסער ווייל דאן איז דא ווייניגער שנארערס אין שיל.
איי העוו נא איידיע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:פארוואס שטיי איך אויף היינט זינטאג ציפרי,
איז עס ווייל איך חליש צי דאווענען.
איז עס ווייל איך בין שוין אויסגעריט.
אדער ווייל איך וויל כאפן זמן תפילה.
אולי ווייל איך וויל שוין עסן פרישטאג..
אפשר ווייל איך וויל שנעל אפדאווענען און דאן זיך ציריקלייגן.
אפשר שעים איך זיך פינעם אשת חבר, זי זאל נישט טראכטן אז איך בין א פעיפער.
אפשר האב איך א פול דעי סקעדשעל.
אפשר איז פרי בעסער ווייל דאן איז דא ווייניגער שנארערס אין שיל.
איי העוו נא איידיע
פליקער: דו האסט מסתמא געהערט פון דעים מאמר. "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב". וואס מער מ'פארשט און מ'דערגייט די סיבות פון סיטואציעס און מצבים, אלס מער קומען ארויף נייע דאגות און זארגן פון וואס מ'האט פריער קיינמאל נישט געטראכט. און וואס ס'קען אלס געשעען. ע"כ איז א סאך מאל געזינטער צו זיין א תמימות'דיג אידעלע וואס גייט זיך זיין ועיג אן וויסן און אן דאגה'ן וואס ס'טוט זיך אלס אפ אין די וועלט...

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
היינט איז זינטאג וויזיטינג דעי, דאס איז טייטש אז מען פירט זיך צי וויזיטן אלע באליבטע,
די חקירה איז ציוואס גיי איך למעשה באזיכן, צי ווייל עס איז וויזיטינג דעי צי ווייל איך האב ליב מיינע קינדער, אויפן צד אז איך האב ליב מיינע קינדער, דאן פארוואס עפעס וויזיטינג דעי און נישט א אנדערע צייט, העסטו דאך אוודאי וועלן זאגן אז מען מיז מאכן א סדר, היות יעדער האט דאך ליב די קינדער נישט נאר די, על כן מיז זיין עטוואס ארדענינג, קען דאך נישט זיין, ווייל עס דאך נישט דא קיין שום איסור צי באזיכן סיי ווען, אבער ווען איך פראביר היינט נישט צי וויזיטן דאן שעלטן מיך אלע בלב אחד, מיז מען דאך יע זאגן אז עפעס ליגט אינטער דעים געהויבענעם טאג, דאן פארוואס טאקע איז נישטא עפעס אזא חוב קדוש אז נאר היינט מעיג מען וויזיטען.
די חקירה איז ציוואס גיי איך למעשה באזיכן, צי ווייל עס איז וויזיטינג דעי צי ווייל איך האב ליב מיינע קינדער, אויפן צד אז איך האב ליב מיינע קינדער, דאן פארוואס עפעס וויזיטינג דעי און נישט א אנדערע צייט, העסטו דאך אוודאי וועלן זאגן אז מען מיז מאכן א סדר, היות יעדער האט דאך ליב די קינדער נישט נאר די, על כן מיז זיין עטוואס ארדענינג, קען דאך נישט זיין, ווייל עס דאך נישט דא קיין שום איסור צי באזיכן סיי ווען, אבער ווען איך פראביר היינט נישט צי וויזיטן דאן שעלטן מיך אלע בלב אחד, מיז מען דאך יע זאגן אז עפעס ליגט אינטער דעים געהויבענעם טאג, דאן פארוואס טאקע איז נישטא עפעס אזא חוב קדוש אז נאר היינט מעיג מען וויזיטען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:היינט איז זינטאג וויזיטינג דעי, דאס איז טייטש אז מען פירט זיך צי וויזיטן אלע באליבטע,
די חקירה איז ציוואס גיי איך למעשה באזיכן, צי ווייל עס איז וויזיטינג דעי צי ווייל איך האב ליב מיינע קינדער, אויפן צד אז איך האב ליב מיינע קינדער, דאן פארוואס עפעס וויזיטינג דעי און נישט א אנדערע צייט, העסטו דאך אוודאי וועלן זאגן אז מען מיז מאכן א סדר, היות יעדער האט דאך ליב די קינדער נישט נאר די, על כן מיז זיין עטוואס ארדענינג, קען דאך נישט זיין, ווייל עס דאך נישט דא קיין שום איסור צי באזיכן סיי ווען, אבער ווען איך פראביר היינט נישט צי וויזיטן דאן שעלטן מיך אלע בלב אחד, מיז מען דאך יע זאגן אז עפעס ליגט אינטער דעים געהויבענעם טאג, דאן פארוואס טאקע איז נישטא עפעס אזא חוב קדוש אז נאר היינט מעיג מען וויזיטען.
דער מנהג צו גיין וויזיטן איז בעצם א לאו הניתק לעשה. ס'דא א לאוו פון נישט גיין באזוכן די קינדער אין היינטיגן טאג. קען מען עס מתקן זיין מיט יא גיין באזוכן. וד"ל ודו"ק ודפח"ח ואכמ"ל..... אט די חקירה האט אזא טעם, און ס'ברענגט אזויפיל נוצן ווי ניין און ניינציג פינטל ניין הונדערט ניין און ניינציג פראצענט פון אלע חקירות...

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
וואס פאר א לאב איז דא אין נישט גיין באזיכן די קינדער? (צעין מינע סמיילי'ס)
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די וואך לייען איך א בריוו אין די פאמיליע אפטיילונג פון דער איד, אונטערגעשריבן "א מאמע".
א גאנץ שבת מוטשע איך זיך מיט מיין חקירה, וואס איז פשט פון אונטערשרייבן 'א מאמע'? לאפוקי מה? אז נישט קיין טאטע? נישט קיין באבע? נישט קיין בעבי? וועט עס האבן א שטארקערע אפעקט אויף די לייענער אז א מאמע האט עס געשריבן?
א גאנץ שבת מוטשע איך זיך מיט מיין חקירה, וואס איז פשט פון אונטערשרייבן 'א מאמע'? לאפוקי מה? אז נישט קיין טאטע? נישט קיין באבע? נישט קיין בעבי? וועט עס האבן א שטארקערע אפעקט אויף די לייענער אז א מאמע האט עס געשריבן?
וירח ה' את ריח הניחוח
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
שמעקי דערמאנסט מיר א מעשה וואס א חבר האט מיר פארציילט עכעהם..
מיין חבר האט אהיים געריפען צי איינעם אהיים,קען איך ביטע רעדן צי מוישי, ווער ריפט ביטע, פרעיגט די טאטע, א בחור, אה א בחור איך האב געמיינט אן עלעפאנט, טראך..