21'סטען יאר 100 אנטיסעמיטען: כאמאס, איראן, מיט סאטמאר.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

21'סטען יאר 100 אנטיסעמיטען: כאמאס, איראן, מיט סאטמאר.

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

ס'שוין נישט קיין סוד היינט, אז רוב סאטמארע חסידים וואס זענען ליידער מזרע ישראל, זענען גארנישט ווייניגער פין פאלנע אנטיסעמיטען, טיעף און הארצען פרייען זיי זיך ווען א איד ווערט געהארגעט אין ארצינו הקדושה, (פאר זיי די טריפה'נע מדינה), ווייל דאס ווייזד אז זייער רבי איז געווען גערעכט....

ווען מ'זעהט אפענע ניסים און ארצינו הקדושה ווערען זיי אויס מענטש, זיי דרייען זיך ארום ווי א אקס פאר א רויטע שמאטע, זיי קענען עס נישט אראפשלונגען, די שנאת ישראל פייערט און זייערע גלידער ווי די גיפט פין א שלאנג, זיי וואלטען זיך געפרייט צי זעהן גאנץ מדינת ישראל אויף אש, ס'וואלט זיי געווען ווי א באלזאם אויף זייער טריפה'נעם הארץ,

אין די צייט וואס דער סאטמארע רב אליינס האט נאך געוויסט צי מאכען א חילוק צווישען די מלחמה אויף ציונות און נישט עס צי אויסטייטשען אויף פאלנע שנאת ישראל, איז אבער סאטמאר היינט דורעכגעווייקט מיט שנאת ישראל, זיי האבען זיך גארנישט צי שעמען פין עראפאט און אכמאדינידזשאד, נישט פין כאמאס, און נישט פין אנדערע אנטיסעמיטען למיניהם, אין די זעלבע צייט האט סאטמאר בריש גלי אוועק געווארפען די הייליגע תורה און האבען נאר געהאלטען די איינציגע מצוה פין די מלחמה אויף ציונות, די היינטיגע "ציונים" האלטען מער מצות ווי וואס סאטמאר האלט, אין שטעלען אויף שענערע דורות פין סאטמאר, סאטמאר איז א שורש פורה ראש ולענה וואס פין דעם איז ארויס געקומען נטורי קרטא אין אנדערע חולאת'ן וואס זענען ביזי צי פארשפרייטען שנאת ישראל בארבע כנפות הארץ, און זיך צי גיין קישען מיט אלע אידען פיינט, פוי.

סאטמאר נעמט זייערע קליינע קינדער אין ברעינוואשט זיי מיט שנאת ישראל פין קליינווייז אן, גענוי דאס וואס כאמאס טוט, זיי ווייקען די הערצעלעך פין זייערע קליינע אין א ים פין שנאת ישראל, מיט כל מיני פארדרייטע פאקטען כדי ס'זאל שטומען מיט זייער פאליטיק פין שנאת אלע אידען חוץ סאטמאר,

די רעזולטאט דערפין איז אז רוב פין די וואס האבען באקומען א סאטמארע חינוך האבען פיינט אידישע קינדער, אין האבען ליב די אראבער, טיעף אין הארצען האבען זיי א געוויסע סארט ציפרידענקייט ווען אידען ווערען געהארגעט, און זיי ווערען אומריאוג ווען דער באשעפער האלט די רעכטע האנט איבער די אידען און ס'דא ניסים פאר אידען בארצינו הקדושה, זיי קענען נישט גלייבען אז דער באשעפער איז נישט קיין סאטמארער,

קיינער זאגט נישט אז ס'נישט געווען פין די ציונים בעת הקמת המדינה וואס זענען געווען רשעים, ס'יא געווען, אבער ס'איז נישט קיין כלל אויף אלע אין נישט אלעמאל, אין אוואדאי היינט איז די בילד אינגאנצען אנדרעש, ווען די עכטע רשעים און די לינקע זענען א קליינע מיעוט פין די מדינה, אין רוב מדינה זענען היינט אידען וואס גלייבען אין באשעפער,

אבער און סאטמאר איז דא א נייע תורה, האלסטע מיט די סאטמארע שיטה ביסטע לויט זיי א איד, אין טאמער נישט לויט זיי נישט, נישט קיין חילוק צי די האלטס די עשרת הדברות צי נישט,

און מיר זאגען פאר סאטמאר, מיר ווייסען ווער ענק זענען, ענק זענען פאלנע שונאי ישראל, ענק זענען נישט אינטערעסירט און דעם באשעפער מיט זיין תורה, נאר אין איין זאך "ציונות", ענק זענען און בעסטען פאל משוגעים, און אין ערגסטע פאל רשעים,

לאמיר מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל שוין העלפען אז די סאטמארער זאלען תשובה טאהן, און צירוק קומען צי תורת משה רבינו און צי די ריכטיגע השקפת התורה, אמן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר