יאג איך מיר אזוי אהיים פון כולל, מיט'ן תפילין אונטערן ארעם, פארזונקען אין מיינע אייגענע מחשבות. טראצדעם וואס די שנה ראשונה איז שוין אדורך און דאס קעלכל פון א קליינטשיגס פארפולט שוין מיין קליינע דירה, דאך שפיר איך נאך ניי און פריש ווי א קינד אין די ווינדלען. אויב וואלט זיך עמיצער אפגעשטעלט מיך באטראכטן פאר עטליכע מינוט וואלט ער לייכט געקענט באמערקן אז די בחורישע בלוטן פלוסן נאך אין מיר. אז איך האב נאכנישט געהעריג ריכטיג באנומען די עול וואס חתונה האבן און קינדער ברענגען מיט זיך. אז איך לעב נאך דערווייל מיט'ן איצט, ענדישער ווי מיט'ן עתיד. די פיס מיינע שפאנען נישט גראד. איך גיי נאך ארויס פון מיין וועג, דא און דארט, כדי צו צעברעקלען א הארטע בלעטל אויף די טראטואר. גיי ווייס פארוואס די קריספליכע גערודער, וואס דאס צעקוועטשן פון בלעטל גיבט ארויס, דערפרייט מיר אזוי.
מיינע טריטן עפעס זענען אויך נישט נאטורליך. די ווייטקייט צווישן איין טריט און דער צווייטער זענען נישט רעגולערע. אוודאי אזוי. וואס האסטו געמיינט? ווען מען גיבט אכטונג איבערצוהיפן די הפסקות אויף די טראטואר, וואס צעטיילן איין צעמענט-פלאטע פונעם צווייטן, און חלילה נישט ארויף טרעטן דערויף, מוז מען אויטאמאטיש אפט טוישן דאס גאנג ראטע. אמאל פארשטאטערן, פארשנעלערן, פארשמעלערן אדער פארברייטערן דעם טריט. באלד קען זיך פאר א פרעמדן פארבייגייענדן דאכטן אז די שפאלטען אויף די סיידוואלק זענען באמת סכנה'דיגע אפענע עלעקטערישע דראטן וואס סיידן אויב מען צעטרעט קודם א בלעטל, טאר מען דערויף נישט ארויפטרעטן צוליב וואס די הויכע געפארפולע מאס עלעקטריציטעט קען חלילה שאטן דעם קערפער.
אבער וואס ווייס איך. מיינע מח זינאפסען זענען אצינד אקופירט מיט נייע ווערטער וואס האבן עפעס נאר לעצטנס אנגעהויבן באקומען א באדייט אין מיין אומשולדיגן יונג לעבן. פרנסה, בילס, אווער דראון, קרעדיט קארד. מיין שטערן האט זיך אביסעלע פארצויגן. מיין חבר אין חדר פלעגט אנווייזן אז ווען די מלמד פארציהט זיין שטערן אזוי, קען מען דאן זעהן וויאזוי ער וועט אויסקוקן ווען ער וועט אלט ווערן. היינט בין איך אביסל מסופק דערין. מיינע מחשבות וואנדערן צוריק צום בייסנדן פראגע. וויאזוי מאכט מען פרנסה.
די פויגעלעך אויף די ביימער טשיפן מיט א פרייליכע געזאנג. וויפיל מאל לויפט ביי מיר אדורך אין מחשבה די הארבע פראגע. פארוואס דארפן נאר מיר זיך מוטשען מיט פרנסה? מ'שטיינס געזאגט, די פויגלעך אויפ'ן בוים זינגען זיך און מאכן א לעבן און נאר מיר מענטשלעך, מובחרים אין דער בריאה, דארפן זיך מוטשען פאר פרנסה. און עפעס זיי ווייסן אויטאמאטיש וואס זיי דארפן טאן כדי אדורכצולעבן דעם טאג. עס איז אין זייערע אינסטינקטן. פארוואס איז נישט אין מיינע אינסטינקטן צו מאכן געלט? און ווי אזוי וואלט געווען פארקערט? וואס וואלט ווען פאסירט, מיינסטו, צו א פויגל וואס איז מחליט איין שיינעם טאג אז זי גייט אנהויבן הנאה האבן פונעם שיינעם זומערדיגן טאג און פארבלייבן אין די נעסט פוילעצן? וועלן די אנדערע פויגלען אויפעפענען א צדקה קאסע אדער ארלעדיגן א טיי אווענט? אפנים, יעדע יתרון קומט זיך מיט זיין חיסרון.
איך הער א קאר קומען פון הינטן. פאאפפפפ... אה, ער פייפט. מיינט ער מיך? ווער קען דאס זיין? זאל איך מיר אויסדרייען? נעה, קען נישט זיין ער מיינט מיך. עס פאסט נישט. פארשטייסטו מיר? מ'וועט נאך טראכטן אז דאס זענען די כולל אינגעלייט. זיי זיצן מכלומרש'ט און לערנען אגאנצן טאג. אבער גייען ארום מיט די אויגן און אויערן אפן איבעראל. קוים הערן זיי א קאר פייפן און שוין מוזן זיי זיך אויסדרייען ווי כאילו אלצדינג דרייט זיך ארום זיי. נו, צום לעצט האט מיין נייגער גובר געווען. נאכ'ן צווייטן פייף דריי איך מיר אזוי זייטיג אויס צו די ראוד. עס איז זעליג. נו שוין, פארוואס האב איך נישט גלייך צוגעטראפן? ווער דען קען עס ארומפארן פייפן אין די גאסן אין די יעצטיגע שעות פון טאג? דער זעליג אזא קליין קעסטעלדיגס געווען אין ישיבה. דא זיצט ער מיר מעשה גביר אין א גאנץ לייטישן אויטא. טונקעלע פענצטער מיט הויכע מוזיק. זאג דו נאַר, טראכט איך צו מיר. ציוואס האסטו טונקעלע פענצטער אויב פארסטו במילא אגאנצן טאג ארום מיט אפענע פענצטער? לייג ארויף א טעדי בער אויפ'ן דאך פארזיכער איך דיר אז יעדער אהן אויסנאם וועט קוקן. ביסט מקנא, דו לוזער? הער איך א אנדערע שטימע אין מיר, “זיי נישט אזא קארג אויג” מוסר איך מיר אליינס אויס.
זעליג פארט צעשטאטעלעך פארביי, בויגט זיך האלב ארויס פון פענצטער, און גיבט אזא מאך מיט די האנט, ווי צו זאגן, "העי מאטל, גוט אז מ'זעט זיך." איך האב לייכט אפגעאטעמט. נו שוין, אבי ער לאכט נישט אפ פון מיר, טראכט איך צו מיר. דו ווייסט דען וואס ער טראכט? מעגליך אז אין הארץ איז ער זיך מחיה מיט'ן פאקט אז ער איז אין ישיבה געווען דער שוואכער בחור אין וועמען אלע מגידי שיעורים האבן געקענט האקן קרויט, און דו ביסט געווען דער עילו וואס האט נאר א בליק געטאן אויף די גמרא און איר געקענט איבערזאגן בטוב טעם, אבער היינט מוזן נעבעך דיינע פיס שוין מסתמא געשוואלן זיין פון די לאנגע שטרעקעס וואס דו שפענדסט גייענדיג יעדן טאג, אהין און צוריק, פון כולל אהיים. וואס א חילוק וואס ער טראכט? האסט שוין באמערקט? יעדער איז שטענדיג ביזי צו טראכטן וואס יענער טראכט, אינדערצייט וואס אלץ וואס יענער טראכט איז "וואס טראכסטו?". איך קען דיר נישט פאר אזא שוטה אז דו זאלסט אליינס נישט וויסן וואס דו טראכסט.
אבער ערנסט גערעדט. ווי קומט דאס צו זעליג אז פון אזא קארטאפל ווי מיין מלמד פלעגט אים רופן. נישט עכט מיין מלמד. איך וואלט אינדזשויט צו קענען אנלייגן די שולד פון 'המכנה שם' אויף מיין מלמד. אבער נאך אלע מעשיות. אפילו מיין מלמד אליינס וואלט מודה געווען אז פון דעם זעליג וועט שוין קיין גרויסע תנא קמא נישט ווערן. פאר זעליג'ן וואלט קיין איין מלמד, ניטאמאל דער גוטהארציגער ר' אלטר פון כיתה ז', נישט גענוצט דער באקאנטער פזמון, "זעליג, ביסט דער קומענדיגער גדול הדור! זעה דיך צוצופלייסן. די וועלט ווארט אויף דיר." זעליג, האט יעדער געוואוסט וועט אדער אויסוואקסן דער טיפישער בעל מלאכה, אדער ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין א באס דרייווער. און היינט ארבעט גאר ער פאר ר' מיכל דער ריעל עסטעיט סוחר. ער פירט א שיינער קאר, גייט אנגעטאן מיט שיין געשניטענע בגדים, מאכט פריינט איבעראל. קוקט אויס אז צו דער גאס דארף מען א אנדערע סארט מח.
אבער העי, האב איך מיך תיכף פרובירט צו טרייסטן, נישט לאזענדיג די יאוש מיך איבערנעמען. ווער זאגט טאקע אז ער פארדינט טאקע ווייסעך וואס. עס איז גאר מעגליך אז דער זעליג ארבעט אלס ביליגער שיק אינגל, און מ'נוצט אים פאר א שלאק שמש אפצונעמען שליסלען, צוזאמקלויבן די רענט קאנווערטן, אריינלייגן געלט אין באנק אדער אריינווארפן א ענוועלאופ אין די פאסט קעסטל. און די גאנצע אפגעקראצטע פאר טאלער וואס ער לייזט דארט פאר א וואך ארבעט גיבט ער תיכף אויס צו קויפן די נייעסטע סידי, א פושקע ציגארעטן, די לעצטיגע פאון אויף די מארקעט און יא, די גאז קאסט אויך געלט.
צוריק צו די געלט. איך זעץ פאר שפאנען מיין וועג אהיים. אבער די געלט דאגה לאזט מיך נישט קיין מנוחה. נישטא וואס זיך צו זארגן. איך בין נישט ממש אויפ'ן וואסער. איך האב נאך א טאטע מיט א שווער. אבער וואו נישט וואו, האלט איך שוין נאך שנה ראשונה. איך פארמאג דאך שוין אצינד א קינד אין שטוב. און נישט מיין טאטע, נישט מיין שווער זענען מחויב מיך אויסצוהאלטן אויף אייביג. עס איז נישט געפערליך. מיין ווייב האט ביז איצט אריינגעברענגט נישקשה. אבער זינט זי האט געהאט דאס קינד מוז זי דאך אביסעלע רוען, און זי האט דערפאר ווייניגער צייט צו ארבעטן. וואס מיינט דאס? וועל איך טאקע מוזן שניידן פון מיין רעפטל קאקאש קעיק יעדן טאג ביי מיטאג? אדער פון די מאס לייען מאטריאל וואס איך קויף יעדן ערב שבת? נישטא קיין מעשיות. מען מוז אנפאנגען מאכן געלט.
אינטרעסאנט, אין ישיבה האב איך געמיינט אז מאכן געלט אלס אינגערמאן ווענדעט זיך אין ווי גוט מ'האט געקענט די בחינה ענדע וואך. איצט זע איך אז אפשר אויב וואלט איך אנשטאט דאן זיין פארנומען מיט'ן אויספיהלן די בחינה געגאנגען אביסל צוקוקן זיך אין די גאס וויאזוי מען מאכט געלט, וואלט איך שוין היינט געווען ווי מ'זאגט אין שוואונג. שנעל געב איך מיר א קלאפ אין מויל. חלילה אזוי צו טראכטן. איך וויל דאך נישט זיין קיין תוהה על הראשונות רח"ל. און לאמיר זיין אביסל אפן. וויפיהל בעסער וואלט זיך געשפירט אויפ'ן הארצן ווען נישט אלעמאל ווען איך וויל עפעס קויפן זאל איך ברויכן אויסשטרעקן די האנט צו שפרינצא'לע כעני בפתח און בעטן פאר אפאר פרוטות נישט בעפארן אפגיבן א פונקטליכען חשבון פארוואס איך ברויך עס. אקעי נישט 'פונקטליכען' ווייל נאך אלעם האט איר די כלה טיטשער אנגעזאגט אז איך בין בעה"ב אין שטוב, אבער א בערך'דיגע חשבון. פשוט ווייל מ'דארף איבערלאזן גענוג פאר ווינדלען און חריף אויף שבת. לאמיך אפ מיט די ווינדלען, טראכט איך צו מיר שטיל. וואס האט מען געטאן פאר ס'איז געווען ווינדלען? א נייע לוקסוס. זעסטו זאג איך איר, ס'באדערט מיר צו דארפן אנהויבן שפארן. איך וויל ס'זאל קענען זיין א רחבות אין הויז. אייביג גענוג עסן אין שטוב. נישט אז מ'זאל ברויכן טראכטן צוויי מאל איידער מ'עסט, אויב מ'האט גענוג געלט פאר ווינדלען...
"לייכט צו זאגן ווען דו ארבעטסט נישט פאר די געלט הא?" ברומט זי מיר ארויס.
אדורכגייענדיג א רייע געשעפטן איז מיין בליק געפאלן אויף א גראסערי. נעכטן, אינמיטן כולל, האב איך אזוי אויפגעכאפט פון א זייטיגע קופקע ווי די יודעי דבר, די בלויע כולל אינגעלייט ווי מ'רופט זיי, גיבן זיך עדווייס איינער דעם אנדערן אין וועלכן ביזנעס ס'לוינט זיך אריינצושטעקן דעם ערשטן פיס. זיי טענה'ן אז האנדלען מיט עסן איז קיינמאל נישט קיין פארלוסט. די בלויע אינגעלייט זענען די דאזיגע וואס דרייען זיך אריין און ארויס פון כולל. זיי זענען שוין מיט איין פיס אינדרויסן. דער פיס וואס איז יא אין כולל איז אויכעט עפעס נישט ממש אינעם היכל. רוב פון די צייט געפינט זיך עס אינדרויסן ביי די קאווע און נעבן די ביסקיסעס. זיי זענען גראדע נישט קיין שלעכטע קעפ. נישט אומזינסט זענען זיי אנגעקומען דא אין ערשטן פלאץ. אבער כאפט אן ערנסטן אפנהארציגע שמועס מיט זיי וועלן זיי דיר מודה זיין אז ס'איז בעצם דער שווער, מיט די הילף פון די אידענע זייערע, וואס לאזט זיי נישט דעם צווייטן פיס אויך עוקר זיי פון דא. און דא וועט ער מיטאמאל דעם קאפ א בויג טאן אראפ און תיכף דערנאך צוריק ארויף מיט א כמו בדיעבדיגן קנייטש, זינגענדיג דערביי דעם באקאנטן ניגון פון -- ג-ר-א-ד-ע -- , האט ער אויך א געשמאק צו לערנען, אבער ער שטייט געווענליך אויף גאר פריה, לערנען פארטאגס, און דערפאר איז זיין קאפ, אין אזא צייט אין טאג, שוין נישט עכט אין די פאסיגע מצב צו קענען זיצן צו לאנג אויף איין ארט, זיך פארטיפן אין די פארצווייגטע הל' שבת'דיגע סגיות. אויסער דעם, זענען נעבעך דא אזויפיהל נצרכים און פולע וויכטיגע צוועקן, אויף וועלכע נאר ער איז דער מערסט צוגעפאסטער פערזאן וואס די ראשי הקהילה האבן געזען פאר ראוי, צו לייגן אויף זיינע פלייצעס די פיהלצאליגע עסקנות וואס דארפן אזוי דרינגענד אויסגעפירט ווערן.
מיינע מחשבות זענען שוין ווידער פארפארן. איך קום שוין באלד אן אהיים. אבער איך וויל דאך אזוי פארטיגן אדורכטראכטן דעם גראסערי עסק, וואס ווערט וואסאמאל, פון מינוט צו מינוט, מער און מער, א פלאן אין קאפ. יא! עסן. ווער איז עס געווען וואס האט געזאגט אז אין עסן שטעקט די הצלחה? שמואל זאנוויל דאכצעך מיר. אמת טאקע. אינטרעסאנט איך האב קיינמאל נישט אין אכט גענומען. עס מאכט אסאך סענס. אויב למשל קומט צומארגנס א רעסעסיע, וועט די לעצטע זאך וואס מענטשן וועלן אויפהערן קויפן, אייביג זיין עסן. אז מ'וועט שניידן, וועט מען די לעצטע שניידן פון די נאשערייען און חריף אום שבת. איך ווייס שוין וואס איך וויל זיין. איך וויל ווערן א גראסערי מאן. אבער איין רגע. אויב איז א גראסערי דער סוד פון הצלחה, דאן פארוואס טוען עס נישט אלע? אקעי, הער מיך אויס. ס'איז נישט קיין לייכטע דזשאב. ארבעטן אהן א היט און רעקל פאר צוואנציג יאהר ארומגענומען מיט היספאנישע און אויפשרייבן פאר יעדעם איינעם איז א מלאכה בזויה.
איך צעשמייכל זיך פון מיין אייגענע שפיהלן תאמעוואטע. ווייס איך דען נישט אז א גראסערי איז א גוטע מקור פון פרנסה? ווייס איך דען נישט וואס די שוועריגקייטן דערפון זענען באמת? איך קען מיך נישט זען ארבעטן אין א גראסערי בשום אופן שבעולם. איך האב קוים די נערוון צו האנדלען מיט די פאר קאמפאניס וואס קאלן מיך כסדר פאר מיינע בילס, מיינסטו האב איך נערוון צו האנדלען מיט די צענדליגע פיפיגע סופלייערס אין שטאט? די חברה'לייט זענען גענוג לאנג אין די ביזנעס. זיי וועלן מיך אויסטאן די הויזן. שינדן פראצענטן פאר יעדן אייטעם וואס איך נעם פון זיי. אפגערעדט פון האנדלען מיט א גאנצע עולם קליענטן. וואס דארפסטו? ראוסטעד מאנדלען? וואס איז דיר נישט גוט פלעינע מאנדלען, דו פוילע רוח. נעם עס אהיים און בראט דיר עס אפ אליינס. ס'דארף נישט נעמען מער ווי אפאר מינוט. מיינסט איך האב נערוון צו יעדעם מיט זיינע משוגעת'ן? און וואס? איך גיי ארבעטן צוואנציג יאר ווי א שלאק כדי נאכדעם צו זיין א פארמעגליכע בעלעבאס? איך וויל מאכן געלט געשיקט. נישט דארפן ארבעטן אזוי שווער דערפאר. "איך וויל טראכטן ברייט" זאגן די קלוגע.