תנו רבנן בתענית אסתר אסור לקנות סעודה לפועלים נכרים. פועלים נכרים אמאי לא כנוס את כל היהודים כתיב? אמר רב ספרא חסורי מחסרי והכי קתני מי שיש לו פועלים נכרים מותר לקנות להם סעודה בתענית אסתר מי שאין לו אסור לקנות סעודה לפועלים נכרים. אין לו פועלים נכרים פשיטא? מהו דתימה כיון דבשעת קנין מפיק אדעתיה דלפועל נכרי הוא לא חיישינן שמא יאכל הוא קא משמע לן דאסור. ורמינהו, אמר ר' נחמן אני הייתי במושי'ס פלעיס וראיתי כחמשה כעשר אברכים שקונים סעודה לפועלים נכרים ויודע אני בהם שאין להם מסחר כלל וקראתי עליהם ועמך כולם צדיקים אלו אברכים שקונים סעודות בתענית לפועלים נכרים ואוכלים אותם כלאחר יד? אמר רבא ההוא ללימוד זכות הוא. רב פפא אמר ההוא בתענית נדחה הוא. ובתענית נדחה מי שרי והאמר ר' זירא תענית נדחה הרי הוא כתענית לכל דבר? אמר רב פפא כיון דאדחה אדחי. רב חסדא אמר כיון דנדחה בתענית זו נדחה בכל תענית וכיון דאדחי בשנה זו נדחה לעולם. רש''י נדחה לעולם: ושרי לאכול בכל תענית אם הוא אומר שקונה לפועל נכרי
מ'פירט זיך אז פאר'ן גוי קויפט מען נאר א מזונות ראלל, נישט המוציא. איי דער גוי דארף זיך דאך נישט וואשן פאר המוציא? אבער ס'שטייט דאך א בפרוש'ע מעשה רב אין פרק "הפועלים", מעשה ברבי יוחנן בן מתיא שאמר לבנו, צא שכר לנו פועלים. הלך ופסק להם מזונות.
זר זהב האט געשריבן:איך אויך. פיין מיט א פינטעל אין די פ
און ווייל עס פאסט נישט אנדערש, מיט א פינטל אין די פ
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
אין מיינע יונגע יארען איז א פאסט טאג ביי מיר נישט געווען א ביג דיעל, איך פלעג אפי' מעריב'ן ביי די 72 זייענדיג א פרומער, אבער לעצטענס ווי א יאר שפעטער ווערט מיר שווערער עד כדי כך אז צומאל ברויך איך אויסצופאסטן, מיין נישט איך בין אזוי אלט איך בין נישט צולאנג ארויס פונעם שנה ראשונה, סוי עני העלפ?? פארשטייט זיך כ'נעם כל מיני הווייטעמינים,
אז מען רעדט שוין איז אפשר כדי א קוק צו טוען אולי פאר די שווערע פאסטערס איז דא א היתר טועם צו זיין, דאס איז אמאל זיכער אז חז''ל זעהנדיג אונזער שוואכע בייכער ליגענדיג אין בעט אריינגעטון אין קווה 10 שעה ברציפות וואלטן זיי עס שוין זיכער מבטל געווען, איך פארשטיי מ'קען עס נישט מבטל זיין איך רעדט פון שווערע פאסטערס וואס זיי האלטן שוין אט אט מ'קאלט שוין ר' געצל פאר די היתר, צו מעג ער זיך מורה היתר זיין א מינוט ביפאר,
איך פאסט ב"ה זייער גוט, נאר איך בין פשוט זייער זייער הינגעריג, און נישט אין די בעסטע גיסטע, איך בין גרייט צו איינשלינגען די וועלט, איז דא א היתר פאר אזא פראבלעם, סיי וועלכער לעדל איז ביי מיר גוט.
עס איז אצינד שנת ג' אלפים ת''ח, און מיר געפינען זיך אין א הערליכען לאנד, ממש א ארץ זבת חלב ודבש, יעדער פארמאגט פעלדער און וויינגערטנער, א שטאל פול מיט בהמות, עבדים ושפחות לרחצה, דער לאנד געפינט זיך אינעם סאמען מיטל מזרח, עס איז דער הארטץ און דער צענטער פון די וועלט, ממש ביים ברעג פונעם מיטלענדישער ים, די אקאנאמי בליט אויפן שענטסטן פארנעם, און עס זעט זיך ניטאמאל א וואלקענדל אויפן ברייטן האריזאנט, בקיצור ממש א גן עדן התחתון.
אויפן רוחניות'דיגען פעלד איז ב''ה אויך פארהאן ערענסטע פארשריט, דער גרויזאמער הודרוס המלך האט אקארושט איבער געבויעט דעם בית המקדש וואס די עולי בבל האבן געבויעט, און דער בנין איז ממש א פראכט, א כליל יופי, עס איז אונגאצען איבערגעדעקט מיט הערליכע ווייסע - בלויע טיערע מארמאר שטיינער, און ווען די זון שיינט ארויף אויף דעם בנין, זעט עס ממש אויס וואו די רוישיגע כוואליעס פונעם דערנעבנדיגען שטורמישען ים הגדול, שיינע הערליכע גאלדענע טירן, דער פראכטפולער שער הנקנור וואס איז פלאצירט אויף די מזרח זייט פונעם ריזען גרויסן הויף פונעם בנין, שטייט מיט איר פולע פראכט.
דער גערויש און א געטימל וואס טיט זיך דארט אין בית המקדש פארטייבט דאך די אויערן, די געשרייען פון די שניי-ווייסע אנגעטונע כהנים הילכעט אפ אונעם גאנצען ארום, איינער שרייט: ברענג אהער א רביעית ההין פון פיינע רויטע וויין, ווייל עפעס א אידעל האט זיך געדאכט אז ער האט עפעס געטאן אן עבירה בשוגג, האט ער געברענגט א שיינעם פעלער-רייינעם שעפסעל פאר א חטאת, און מען דארף האבן נסכים, א צווייטער כהן שרייט אז מען האט פארגעסן ארויף צו לייגען א פארציע פונעם פיינעם פרושע ווארעך אויף די קרבן מנחה, וואס עפעס א ארים אידל האט געברענגט, א דריטער כהן שטייט מיט א פאלקע אין די הענט, און א זייגער און די צווייטע הענד, און עס גיסט זיך פון אים שווייס, ער איז אנגעצויגן ווייל ער דארף כאפן די שקיעה אז די פלייש זאל נישט ווערן נותר. א פערטער כהן לויפט מיט א ווילדן גאלאפ צום גרויסען ריזן מזבח, או שלעפט זיך ארויף מיט א שיסל באזאלצענע פעטענ'ס וואס ער מיז שוין איצט פאר עס ווערט נאך נאכט דעמפן אויפן מזבח.
איי איי איי דער פיינער גרוך וואס עס שפירט זיך אין די לופט, עס צוגייט דאך ממש אין אלע ביינער... די געשמאקע קטורת וואס דער כהן וואס איז שוין פארזיכערט מיט עשירות, האט אקורשט געדעמפט אויפן גאלדענעם מזבח, פארשפרייט איר געשמאקע איינגענעמענעם גרוך און פילט אן דעם גאנצען אטמוספערע, שמעון ריפט זיך אן פאר יוסי, א שאד אז מען שמייסט נישט ארין א ביסל האניג אין די קטורת... נאר וואס קען מען טאן שהתורה אמרה....
אט הערט מען שוין א הערליכע געזאנג באגלייט מיט צימבלען אין פויקן, די לווים פארגייען זיך אין א הערליך געזאנג, זייערע הערליכע און זיסע שטימעס פאראורזאכט אז מען זאל ממש אויסגיין פאר נעימות.
שא! דער קעגיג גייט! אגריפס המלך איז אקורשט אנגעקימען אין בית המקדש מיט זיין קארב בכורים אויף די פלייצע אונגאנצען פארשוויצט, און דער כהן כאפט אן זיינע הענט אונאיינעם מיטן קארב, און פראוועט נענועים, מוליך, מביא, מעלה, מטה....
פון די אנדערע זייט איז דאס מצב אביסל אנגעצויגען אויך, דא איז א כהן טמא געווארן, און יעדער שמיעסט אז יא! עפעס האט פאסירט אין מיטן שלאפן..... ער שפאצירט ארויס פון בית המקדש מיט בישות און חרפות, שווער צו גלייבן אז עס וועט נאכאמאל פאסירן.....
א ביסל ווייטער שטייט א כהן און באהאנדלט א פרוי וואס מען האט געכאפט ביי די מעשה.... זי שטייט נעבאך מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, און שיסל מאכל בהמה אין די הענט, און זי ווארט בכליון עניים אז דער כהן זאל שוין ענדליך ענדיגען נאך שרייבן די פרשת סוטה פונעם שפאגל-נייעם גאלדענע טבלא וואס הילני המלכה האט אקורושט מנדב געווען פארן בית המקדש....או די בישות איז דאך איום ונורא.....
ממש אין הויף דארט אויפן הר הבית זיצט דאס העכסטע גריכט אין לאנד, דער סופרים קארט, וואו עס זיצען 71 אלטע לייט, פון די סאמע גרעסטע יורעסטריקטן אין לאנד, מיט זייער פאטריאכישע צירות, און יא! און מען גיבט ארויס פסקים, דעם גייט מען הענגען, אים גייט מען נאר פארברענען, א דריטער גייט סתם אזוי אריין כאפט 39 גיטע שמוץ, דער געשלאגענער האפט כאטש אז ער וועט איינמאכן אונמיטן כאפן די שמיץ אזוי ארום וועט ער זיך ראטעווען פון די איבריגע שמיץ.
דא שטייט רבי יוחנן בן זכאי און לערענט פאר א שיעור פאר טויזענטער צוהערער, וואס טרעפן שוץ פון די ברענעדיגע זון פונעם שאטן פונעם היכל.
אבער אויפן זיכערהייטס פראנט איז די מצב נישט אזוי איי איי איי...
אין לאנד שלאגט מען זיך און מען רייסט זיך צוישען זיך, די פארטייען אין לאנד וואקסען ארויס וואו שוואמען נאך א רעגן, דער איז פון די פרושים, דער איז פון די צדוקים, ער איז פון די סיקריקים, בקיצור אין אלע מיקוואות און אין די בתי מדרשים רייסט מען זיך ביי בערד, איינער שרייט יא ניסוך המים, א צווייטער שרייט נישט ניסוך המים, איינער שרייט אז דער כהן וואס מאכט די פרה אדומה מיז זיין טהור, א צווייטער שרייט ניין! ער מעג אפי' זיין א טבול יום, די יודע דבר ווייסן צו פארציילן אז דער הויפט פון די פרושים רבי יוחנן דער זון פון זכאי האט זיך אמאל צוגעדאכט אז דער כהן וואס מאכט די פרה אדומה איז טהור, האט ער אים גאר אראפגעביסן די אויער... בקיצור ראדני סטריט בתפאארתה....
און פון דרויסן פון די 3 מעכטיגע מויערען וואס שיצן די שטאט, שטייט דער מעכטיגער מיליטער פון דעם לעגענדארען רוימישער גענעראל טיטוס, דער זון פונעם מעכטיגען רוימישען קיסר אספיונוס, און ער דראהט יעדע מינוט אריין צו שטורמען אין די שטאט, און פארברענען דעם פראכט פונעם פאלק דעם הייליגן בית המקדש.
אמת טאקע אז די העלדישע אידישע קעמפער שטעלן טאקע א העלדישער ווידערשטאנט, און שלאגן אפ די רוימישע אריינדרינגער ביזדערוויל נאך מיט סוקסעס, אבער די מלחמה גייט אן מיט איר פולן שטארקייט, די בארימטע אידישע סאלדאטען, אונטער די געניטע אנפירערשאפט מיט די אויסגעצייכענטע בראווע אידישע גענעראלן, יוחנן פון גוש חלב, אלעזר בן עננו הכהן, שמעון בן גיורא, אבא סיקרא, און נאך און נאך..
אבער ווי לאנג וועלן זיי נאך קענען אנציען? עס איז נישט דא קיין עסן, קיין טרינקן, גארנישט! די ריזען שפייז מאגאזינען וואס די שטאטישע מאגאנעטן האבן צוגעגרייט פאר די איינוואוינער, איז שוין פארברענט געווארן צילוב די אינערליכע ראבערייען פון די פארטייען...
דער מצב איז גארנישט אזוי פויגל'דיג,
או דער טאג איז אנגעקימען..... דעם הינטיגען טאג.... יום גבר האויב ותבקע העיר, די ציושטע רוימישע סאלדאטען האבן דירך געבראכען די לעצטע פארטיידיגס ליניע, און זיך אריין געריסן און די שטאט, און זיך גענימען הארגענען אויף רעכט'ס און לינק'ס, די גאצע כעס וואס האט זיך אנגעזאמעלט אין זיי במשך פון די 3 יעריגען באלאגערינג, האבן זיי אצינד אויסגעגאסן אויף די קעפ פון די יהודה איינוואוינער, זיי האבן געפלינדערט און גערויבט, מאנס געווען נשים ובתולות אויף א מאסענשטראבליכן פארנעם...
דאס ביטערע וויי געשריי און די געיאמער פון די בני ציון היקרים המסולאים בפז. האט זיך געהערט אויף מיילן ווייט, אדש די מלאכים האבן מיט געוויינט, די צרות וואס די טייערע אידען האבן געליטן די 3 וואכן ביז טיטוס האט פארברענט דאס בית המקדש איז דאך ממש אומבאגרייפליך..... אנשי יהודה האבן אלעס פארלוירן, זייער שטאלץ, רייכטום, ווייבער, קינדער, פעלדער, הייזער, זעלבסשטענדיקייט אלעס האבן זיי פארלוירן.
מען האט זיי געפירט אויף רוים געשמידט אין אייזענע קיייטן, און פארקויפט פאר קנעכט, און זיי געצווינגען זיך צו שלאגן מיט לייבן אין בערן מיט די בלויזע הענט, די אידישע פרויען האט מען אריין געשטעלט אין די בתי זונות מט געוואלד....
קאך_לעפל האט געשריבן:דער גערויש און געטימל וואס טיט זיך דארט אין בית המקדש פארטייבט דאך די אויערן, די געשרייען פון די שניי-ווייסע אנגעטונע כהנים הילכעט אפ אונעם גאנצען ארום, איינער שרייט: ברענג אהער א רביעית ההין פון פיינע רויטע וויין, ווייל עפעס א אידעל האט זיך געדאכט אז ער האט עפעס געטאן אן עבירה בשוגג,
א כהן שטייט מיט א פאלקע אין די הענט, און א זייגער און די צווייטע הענד, און עס גיסט זיך פון אים שווייס, ער איז אנגעצויגן ווייל ער דארף כאפן די שקיעה אז די פלייש זאל נישט ווערן נותר. א פערטער כהן לויפט מיט א ווילדן גאלאפ צום גרויסען ריזן מזבח, או שלעפט זיך ארויף מיט א שיסל באזאלצענע פעטענ'ס וואס ער מיז שוין איצט פאר עס ווערט נאך נאכט דעמפן אויפן מזבח.
פון די אנדערע זייט איז דאס מצב אביסל אנגעצויגען אויך, דא איז א כהן טמא געווארן, און יעדער שמיעסט אז יא! עפעס האט פאסירט אין מיטן שלאפן..... ער שפאצירט ארויס פון בית המקדש מיט בישות און חרפות, שווער צו גלייבן אז עס וועט נאכאמאל פאסירן.....
א ביסל ווייטער שטייט א כהן און באהאנדלט א פרוי וואס מען האט געכאפט ביי די מעשה.... זי שטייט נעבאך מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, און שיסל מאכל בהמה אין די הענט, און זי ווארט בכליון עניים אז דער כהן זאל שוין ענדליך ענדיגען נאך שרייבן די פרשת סוטה פונעם שפאגל-נייעם גאלדענע טבלא וואס הילני המלכה האט אקורושט מנדב געווען פארן בית המקדש....און די בושות איז דאך איום ונורא.....
ממש אין הויף דארט אויפן הר הבית זיצט דאס העכסטע גריכט אין לאנד, דער סופרים קארט, וואו עס זיצען 71 אלטע לייט, פון די סאמע גרעסטע יורעסטריקטן אין לאנד, מיט זייער פאטריאכישע צירות, און יא! און מען גיבט ארויס פסקים, דעם גייט מען הענגען, אים גייט מען נאר פארברענען, א דריטער גייט סתם אזוי אריין כאפט 39 גיטע שמוץ, דער געשלאגענער האפט כאטש אז ער וועט איינמאכן אונמיטן כאפן די שמיץ אזוי ארום וועט ער זיך ראטעווען פון די איבריגע שמיץ.
זאג איר זענט נאך הינגעריג????????????
די פאר אומבא'טעמ'טע זאצן האט אביסל אפגע'הרג'עט דעם זיסן בילד, און נאר צוליב דעם בין איך ליידער געבליבן הונגעריג!!