א תענית: סעקרעטערי דעי..

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

א תענית: סעקרעטערי דעי..

שליחה דורך שעפטל »

‎היינט -ווי אין א יעדע תענית...- איז דער "סעקרעטערי'ס טאג"... דער טאג וואס אסאך בעלי בתים קויפן איין און האבן די וועלטס נערווען צו זיין אויפן טעלעפאון בשעת זייערע סעקרעטערי'ס באשטעלן ביי זיי ס'עסן וואס זיי דארפן....‏

אריינשפאצירענדיג אין א רעסטעראונט, צו קויפן ס'עסן פאר מיין ווייב (כ'וועל נישט זאגן צ‏ו זי איז א מעוברת צו א יולדות) באטראכט איך ווי איינס ביי איינס אינגעלייט שטייען מיט א רואיגקייט און רעדן אויפן טעלעפאון נעמענדיג אינסטראקציעס פון זייערע סעקרעטערי'ס און געבן עס ווייטער איבער פארן סענדווידזש מעיקער און שפאצירן זיך אזוי שיין ארויס פונעם געשעפט... אנדערע האבן נאר געכאפט א קאפי...

דער שמועס וואס איך האב געהערט פון דעם אינגערמאן וואס איז געשטאנען פאר מיר אין ליין איז בערך אזוי צוגעגאנגן:
"העלאו?! יא כ'בין דא ביי ...(נאמען פונעם געשעפט געהאלטן אין געהיים צוליב גילו..), ‏וואס דארפט איר? אקעי, א טאוסטעט באגעט? רעגעלור צו האל-וויט, אקעי".
יעצט שרייט ער אויס צום מענטשן פון די אנדערע זייט קאונטער, "מאך מיר א רעגולער טאוסטעט באגעט, לייג מיר אריין... "
פרעגט ווידער אויפן טעלעפאון "נא וואס דארפט איר אינעווייניג?"
זאגט נאך "אייער שפייז, דזשיס, צוויבל"
פרעגט איבער אויפן טעלעפאון "מאושרומס אויך? אקעי" 
געט ווייטער איבער די באפעלן "אקעי אויך מאושרומס"
פון דא אין ווייטער איז ער שטיל... ווארט דער טאוסט זאל זיך ענדיגן, און ס'אייער שפייז זאל זיין וועל דאון...
"האלא" שרייט ער צום אייער שפייז מאכער "לייג מיר זאלץ און פעפער"
איינמאל ס'טאוסט ליגט אויסגעשפרייט אויפן טיש'ל, פאנגט זיך ערשט יעצט אן די ארדער..
"אקעי, געמער פיטער און סחוג (האקט איבער צום סעקרעטערי "האט-פעפער מיינסטו, יא?) יא, יא, האט פעפער, ביידע זייטן"‏
פרעגט צום סעקרעטערי "עני וועדזשעטעבעלס?"
אפיציעל פלאפעלט נאך.... "טאמעיטאו'ס, לעטטעס, סאוער פיקעלס, וואס עגפלענט? איין מינוט"
פרעגט דעם סארווירער "זאג נאר דו האסט עפעס פריידט עגפלענט?
סארווירער ענטפערט "יא, דאס איזעס"
רעדט ווייטער אריין אינעם טרייבל "יא ער האט דא, דארפסט עס?  אקעי, ו‏וואס נאך?"
זאגט ווייטער נאך "אקעי געמער דע עגפלענט, אקעי דעציט פארן סענדווידזש. געמער נאך א קאלטע קאפעטשינאו"
פרעגט מיט א רואיגקייט "א קליינע? א גרויסע? שוגער פרי?"
ארדערט ווייטער "אקעי, א גרויסע רעגולער קאלד קאפעטשינאו"
זאגט מיט א שנעלקייט צום טעלעפאון "אקעי, נאו פראבלעם, כ'קום סטרעיט אין אפיס, נאך עפעס? שאאאר?? אקעי, ביי"
פרעגט דעם קעשיר, "נא וויפיל איז דאס?"‏
‏ווארפט אראפ זיין קרעדיט קארד, כאפט אפאר נעפקינס, מיט א שטרוי, זעצט זיך אריין אין קאר און פארט זיך די אנדערע ריכטונג פונעם אפיס... 

אינטעסאנט אז ס'איז ממש אקוראט פון זיין גאנץ אפטע סענדווידזש דא...‏

די וואס נעמען נאר א קאפי, גייט די שמועס אויפן טעלעפאון שנעלער... אבער צו זיין שווארץ מזל האט זיך די טעלעפאון צוקלינגן אינמיטן פרעגן "א גרויסע אדער קליינע? מיט ציקער? ספלענדע? צו גארנישט..."

דאס אהבת ישראל, און געטריישאפט צו אנדערע זאל אודאי מגין זיין אין די דאזיגע דריי וואכן און מ'זאל מיר זוכה זיין לביאת המשיח בב"א

א גרינגן תענית!‏
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כפארשטיי נישט קיין תיבה,
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

גדולה לגימה שמקרבת את הלבבות, בעסער איינער וואס עסט אין א תענית ווי איינער וואס האט אזא ווארעמע ריעלעישען מיטן סעקרעטערי
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איז דא איינער וואס גלייבט אז א באלעבאס קויפט צו עסן פאר א סעקראטאר?
איך האב נאכנישט געהאט די זכי' צו זען אזא מראה, פארקערט יא, אז די סעקראטארשע זאל קויפן פארן בעל הבית.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך האב געמיינט יענער איז א יורד, דערווייל האלט ער אויס א גאנצע סטעף פון פרויען.

די קלוגערע ארדערן דורך דעליווערי אזוי זעהט אים נאר די דעליווערי גוי, ער פארשטייט נישט פארוואס ער באקומט פונקט היינט אזא ווארימע טיפ.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שטיי איך אין דעם רעסטאראנט איינצוקויפן עסן פאר מוצאי תענית. איך זע ווי א יונגערמאן שטיייט מיט די נאז אריינגעשטעקט אין מויל, די אויגן פארגלייזט, און אויף די אויערן א בלו טוט. איך בייג זיך צו און איך הער:
"נו, וואס ווילסטו שוין?"
"אם, איך ווייס נישט..."
"זאג שוין, איך האלט אויף די גאנצע שורה!"
"איך קען נישט דעסיידן. עפעס וואס איז געזאלצן."
"אקעי, זאל זיין אן אניאן ראול."
"ניין! נישט קיין צוויבל!"
"אקעי סתם א ראול."
"יא, א ראול מיט א געמיש פון טונא און אוואקאדא."
"זאל זיין אזוי."
דער סארווירער לייגט אים עס אריין און פרעגט אויב ער וויל נאך עפעס.
איך זע ווי דער יונגערמאן בייגט אוועק דעם סעלפאן און גיבט א זאג פאר'ן ארבעטער: "לייג מיר צו נאך א ראול, אנגעפילט מיט נאר טונא און זויערע פיקל, זי איז עס ווערד, מיין בעסערע האלב."
"נו, וואס נאך" שרייט דער יונגערמאן אריין.
"וועזשטעבלס. נישט קיין קיוקאמבערס, טאמעיטאס, אדער לעטוס."
"וואס יא?!"
"פאפריקע. א סאלאט פון אלע קאלירן. מיט אסאך פעפער."
"זאל זיין אזוי."
"עפעס א טרונק?"
"יא, א סלאש מיט קאוע."
אויסגעמישט?"
"יא, דאס שמעקט מיר יעצט."
"שוין, כ'וועל קויפן ביידע און כ'וועל שוין אויסמישן אליין."
איך זע ווי דער יונגערמאן גיבט אזא האלבע שמייכל, און כ'פארשטיי שוין ווער עס וועט אויסטרינקען האלב פון יעדן גלעזל איידער עס קומט אן אהיים.
איך בייג זיך צו און רוים אים אריין אין אויער: "מעוברת אדער יולדת?"
דער יונגערמאן פאררויטלט זיך און גיבט א מורמל: "איך קען נישט זאגן."
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

היינט קויפט ער די זעלבע סענדווידזש אנעם זיין אויפן טעלעפאון... זיך שנעל דערלערנט....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט