לאנדאנע ישיבות אין ביג טראבל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

לאנדאנע ישיבות אין ביג טראבל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

איבער א מנין ישיבות אין לאנדאן אריינגערעכנט סאטמער, מתיבתא און תורת חסד האבן ערהאלטן בריוון פון די טשאנעל 4 טיווי פראגרעם אז זיי גרייטן זיך ארויסצוגעבן א TV דאקומענטרי איבער די אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון די חסידישע ישיבות אין סטעמפארד הילל צוזאמען מיט פרישע אנטוויקלונגען איבער די קעיס אין צוזאמהאנג מיט די לעצטיגע טראדזשען הארס סקאנדאל, אין בירמינגהעם, וואס האט איבערגעקערט די מדינה ווען מ'האט אנטדעקט אז ראדיקאלע איסלאמיסטן האבן אין אן ארגאנאזירטן פלאט איבערגענומען 25 סטעיט-פינאנצירטע סקולס זיי צו פארוואנדלען אין שטרענגע מוסלעמענער קינדער אנשטאלטן, דורכן איבערנעמען די בארד אף די סקול, אפזאגן די פריערדיגע איינגעשטעלטע, און פעלשן די אפׁסטע"ד (א גארווערמענט באדי וואס טוהט מאָניטערן און אינספעקטן אלע סקולס צו פארזיכערן אז זיי קומען נאך די לעגאלע פארשריפטן) רעפארטס דורכן אריינרוקן אייגענע אינספעקטארס וואס האבן מיט א בלינד אויג פארקוקט איבער די אומלעגאלע אקטיוויטעטן אין די סקולס.

שטעלט זיך ארויס אז א אומגלויבליכע 20! חסידישע ישיבות און חדרים אין ענגלאנד טוען די זעלביגע. די געזעץ אין ענגלאנד פארלאנגט אז סיי וועלכע סקול, אפילו פריוואטע חסידישע סקולס, וואס האלטן קינדער ביז די 16 יאר מוזן זיין רעגעסטרירט ביי די דעפארטמענט אף עדיוקעישן גענוי וויפיהל פיופילס זיי פארמאגן. און אז מ'איז שוין רעגעסטרירט ברויך [מוז] מען שוין אויך לערנען די קוריקולעם וואס די גאווערמענט פאדערט, ווייניגסטנס אויף די סטאנדארטן פון א סטעיט סקול. דאס איז: ענגליש, חשבון (מער ווי בלויז ארטימעטיק), סייענסעס, היסטאריע, איבער אנדערע קולטורן, פיזישע איבונגען, נאכקומען געזונט און זיכערהייט פארשריפטן, גלייכהייט פאר אלע ראסן און געשלעכטער, וויסן געלערנטהערהייט וויאזוי צו האנדלען אלע סארט אביוז, צושטעלן אינפארמאציע איבער אלע סארטן קאריערס, און א געהעריגע וועג פון ערהאלטן רעפארטס און איינגיבן קאמפלעינטס פאר די סקול פירערשאפט.

פארשטענדליך אז אזא סארט חינוך איז עקסטרים שעדליך פאר אפגעהיטענע אידישע קינדער און ע"פ צוואת רבותינו הטהורים איז נאר מותר נאר לערנען ממש לפי וויפיהל דער מינימאלער הכרח פארלאנגט אז מ'זאל קענען איבערלעבן אין גלות. (צו קענען בעטן פון א גוי למשל צו טוהן א מלאכה אום יום טוב אדער צו וויסן וויאזוי אויסצופיהלן אן אפליקאציע פאר סעקשאן אכט) דעריבער האבן די ישיבות, תיכף נאכדעם וואס די קינדער זענען ארויסקומען פון די חדרים, חוץ פון איינגיבן ליגנט אז אין די חדרים לערנט מען בלויז ביז צוועלף, אויך אראפגענומען אלע קינדער פונעם רעגעסטאר אזוי אז אפיציעל גייען די אלע קינדער מער נישט אין סקול פון יאר צוועלף און ווייטער. די ישיבות פון דארט און ווייטער זענען אלע אומלעגאל געווען, אפיציעל געווען איינגעגיבן אלס כוללים וכדומה. ביי עטליכע זענען די בוי אונטערנעמונגען און בילדינג באנוץ בכלל, אויך געווען אומלעגאל. ווי אויך האבן די וואס פארוואלטן בארדינג (בחורים פון אויסלאנד) סקולס אפערירט אומלעגאל.

(אין א באזונדערע פרשה האבן די חדרים כדי אויסצומיידן די זיכערע שלעכטע צייכענעס -- וואס זיי וואלטן אנדערש באקומען ביי די כסדר'דיגע אינסעפקעציעס פון אפסטעד זייענדיג געשלאגן אין אלע הינזיכטן -- גענוצט א געוועזענע מאדערנע איד, ר' חנן טאמלין, וואס האט זיך נישט פונלאנג פארפרומערט, און וואס האט געהאט די געפאדערטע קוואליפיקאציעס וואס א אינספעקטער באדארף, אבער איז אויך מוכן געווען צו מסלף זיין די רעפארטס וואס ער האט אפגעראכטן פאר "אלע" תלמוד תורות אין שטאט. וויכטיג אנצומערקן אז דער אינספעקטער איז איינגעשטעלט געווען ביי די זעלבע קאמפאני וואס האט פראוויידעד די אונטערגעקויפטע אינספעקטערס פאר די איסלאמישע סקולס. פארשטענדליך אז ווען די דעפארטמענט אף עדיוקעישן האט אויסגעפינען איבער דעם אידל האבן זיי אים גיך באזייטיגט אבער נישט נאך וואס ער איז פאר אנגעגאנגען פאר יארן, פראדוצירן וואונדערליכע רעפארטס פאר די ערגסטע סקולס.)

אקראדינג צו די באריכט האבן די אינוועסטיגעטיוו רעפארטערס פון טשאנעל פיהר באוויזן צו שאפן ווידיאו פיד פון אינעווייניג און אויסנווייניג פון די ישיבה איבער די צאל בחורים, לימודים און אומשטענדן פון די ישיבות, בנוסף צו פונקטליכע אינפארמאציע וויאזוי די ישיבות אפערירן. א סך הכול פון צוועלף ישיבות. ווי אויך האבן זיי קאנדאקטירט אינטערוויאוס מיט געוועזענע תלמידים פון די ישיבות און אזוי באקומען א קלארע בילד איבער וואס ס'שפיהלט זיך אפ אונטערן פרוכת. ווי טשאנעל 4 גיבט אן האבן זיי געשאפט ווידיאו דורכ'ן אריינבאקומען זיך מיט א פארשטעלטער קלינער און אזוי פארטאגראפירט דער גאנצער אירוע, ווי אויך גייען ארום שמועות אז זיי האבן אייגענטליך ערווארבן, אויף געהיימע אופנים, מונדליכע הודעות פון די ישיבה פירערשאפטן איבער די עקזעסטירנדע אומגעזעצליכע אינסטיטוציעס וואס זיי זעלבסט פירן. דער פראגראם איז געזאגט צו שפיהלן היינט נאכט אום 8 אזייגער ענגלישע צייט. איך האף צו פאוסטן א לינק ווען דער פראגראם הויבט זיך אן.

די ישיבות זענען געכאפט אין שאק, ספעציעל הרב פינטער פון סטעמפארד הילל וואס פאררופט זיך זעלבסט אלס דער ווארטזאגער און עסקן בשם די יהדות החרדית אין סטעמפארד הילל אין שפיץ פון כדתיה. הרב פינטער איז א באקאנטער פיגור אין סטעמפארד הילל וואס ארבעט שוין יארן לטובת די קאמיוניטי אין אלע זאכן אנבאלאנגט שטאטישע אנגעלעגנהייטן און האט אין די עבר מצליח געווען אויסצופועלן אסאך בענעפיטן פאר די אלטרא און ארטאדאקסישע קאמיוניטיס אין שטאט, און אין אנדערע פעלער אויך איינצושפארן אסאך עגמת נפש און פארשעמונג צוליב זיינע גוטע קאנטאקטן, געשליפן צינגל און אייגענע עדיוקעישן אין די יונגע יארן... הרב פינטער שטייט אויך אין שפיץ פון די יסודי התורה סקול אין סטעמפארד הילל אן אפיציעלע סטעטיט געשטיצטע סקול אבער וואס האט זיך איינגעקויפט א פראמינענטן ארט אין די נייעס אין לויף פון די לעצטיגע יארן צוליב ערנסטע פארגייענישן סיי צווישן די היימישע ציבור, אריינגערעכנט ווען זי האט געגיבן פרעפרענצן בלויז פאר געוויסע קינדער אין שטאט, ספעציעל קינדער פון זייער צווילינג פריימערי סקול וועלכער איז נישט א סטעיט געשטיצטע סקול, און סיי וועגן עדיוקעישן און פירערשאפט אישוס -- מכח איר סטאטוס אלס רעגעסטרירטע סטעיט פינאנצירטע סקול -- נאכוואס עס האט ארויסגערינען דאקומענטן און באווייזן אין וועלכע די סקול האט אויסגעמעקט שורות איבער עוועלוציע, איגנאראנץ אנטקעגן אנדערע קולטורן און אויך א אינטערוויאו פון הרב פינטער אין וועלכער ער שטאלצירט אז זי אנטמוטיגט אירע תלמידות פון גיין אין יוניווערסיטעט און ווי שלעכט יוניווערסיטיס זענען. א זאך וואס איז דירעקט אנטקעגן די אוויר וואס אזא סקול וואלט געזאלט אהערשטעלן אקארדינג צו די געזעץ. נאך פארשידענע אנדערע אומגינסטיגע האנדלונגען זענען ארויסגערינען במשך די יארן.

ספעציעל איז הרב פינטער אין צרות יעצט ווען ער האט בשום אופן נישט מצליח געווען אין די לעצטע מינוט אפצושטעלן דעם פראגראם וואס וועט געלופטערט ווערן היינט ביינאכט טראץ די שטארקע פראפאגאנדע, לויער קרעמל און פינאנציעלע שטיצע וואס די קאמיוניטי האט באוויזן צונויף צושטעלן אין די לעצטע פאר יאר. עס הערשט א מעגליכקייט אז די ציבור וועט איינזען פאר וויכטיג אים צו ערזעצן אין די נאנטע צוקונפט.

די פראבלעם איז נאך אסאך שטארקער נאכדעם וואס עס זענען דא באווייזן אז די דעפארטמענט פון עדיוקעישן האט שוין געוואוסט דערפון א לאנגע צייט, לכה"פ צען יאהר, און זיי האבן זיך דערפון אומוויסענדיג געמאכט. טראצדעם וואס מ'האט זיי דורכאויס די לעצטע יאהר צייט יא פרובירט אויפמערקזאם צו מאכן אויף דעם האבן זיי נישט מער ווי געשיקט בריוון צו די ישיבות און לייכט אויפגעפאדערט צו באקומען א באריכט אויף וויפיהל תלמידים עס לערנען דארט און אזוי דרך אגב געלאזט אנהערן אז פאר'ן נישט רעגעסטרירן א מוסד קען דראהען פארשליסונג. גלייכצייטיג האבן אפסטעד אפגעשטאטעט אפאר באזוכן אין אייניגע פון די ישיבות עטליכע מאנאטן צוריק אבער אויסער א קורצע געים פון קעטש איז גארנישט ארויסגעקומען פון דעם. די בחורים זענען ארויסגעלאפן פון די טירן און פענצטער און די איינגעשטעלטע האבן מיט א צינגל פארפירט אז דער בנין ווערט בלויז אלס כולל גענוצט. די בחורים זענען גיך אוועק געלאפן צו אן אנדערע דערנעבענדיקער ישיבה. ווען די אינספעקטארס זענען אהין אנגעקומען אייניגע מינוטן דערויף האבן דא אודך אלע געהויבן פליטה.

ווי עס שיינט האט די דעפארטמענט אף עדיוקעישן נישט קיין כח זיך אפצוגעבן מיט דעם פראבלעם און ווילן גיכער אוועקשטיין דערפון. פון די קארעספאנדענץ רעקארדס פון א בריוו אויסטויש מיט רב פינטער איבער דעם נושא, א יאר-צענט צוריק, באווייזט זיך ארויס אז די דעפארטמענט אף עדיוקעישן האט אין א קלארע אנצייגונג מרמז געווען רב פינטער אז ווילאנג די היימישע קאמיוניטיס וועלן זיך האלטן שטיל און איינרועהן וועלן זיי פארקוקן אויף די חדרים און ישיבות' אומלעגאלע פּראַוועריי. עס לאזט זיך ציען א מסקנא אז די גאווערמענט זעהט דערין א סארט דעמאקראטיע פון נישט ארויפצווינגען א סעקולאר לעבנס שטייגער אויף עלטערן וואס ווילן אליינס דאס נישט פאר זייערע קינדער, ספעציעל אין א פאל וואו זיי רעדן זיך איין אז זיי שפארן זיך געלט ווייל די קאמיוניטי האלט זיך אליינס אויס... מילא ווען מ'וואלט געלערנט דזשיהאד מיט די קינדער איז איין זאך אבער אזוי איז נישט געפערליך. ערגסטנס פאל ציען זיי אויף אפאר שנארערס.

אנדערע וועלן אבער טענה'ען אז אין א סיסטעם וואו מ'ערציהט קינדער פיינט צוהאבן, ציטערן און חושד זיין די דרויסענדיגע וועלט און אין צוגאב האלט מען צוריק פון זיי עדיוקעישן, וואקסן די קינדער אויף פראודסטערס, מאלעסטערס, סלאמלארדס, אביוזערס, פאראזיטן, פראטעסטירער, און א לאסט פאר די מדינה. כמובן אז די דעפארטמענט אף עדיוקעישן איז אויך אין צרות ווען פון אלע זייטן צייגט מען אויף זיי א פינגער ווי צו זאגן, "היתכן עטס האטס פון דעם געוואוסט און פונדעסטוועגן האבן ענק דאס צוגעלאזט?"

די קאמיוניטי אין סטעמפארד הילל האפט אז זינט די ביוראקראטישע פראצעדורן, ווי אלע ווייסן מסתמא, דויערן אייביג זעהר פאמעליך, וועט מען ווי שטענדיג קענען קויפן צייט און אזוי אפשטופן די דעדליינס, און דעמאלטס וועט -- אדער עמיצער אנדערש ערוועהלט ווערן און טוישן די געזעצן, מאכן אויסנאמען וכו', אדער וועט שוין דעמאלטס משיח דא זיין בב"א עם כ"ק רבינו.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז די רשעי השם ועמו זאלן שוין איינשטילן און די אויגן פון די רעגירונגען זאלן בלינד ווערן אזוי אז מיר זאלן קענען פריי אפאטעמען און ווייטער אנהאלטן מיט אונזער הייליגע טראדיציאנאלע איינציגע אמת'ע מסורה, ובלע המות לנצח במהרה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

הערליך און אויספירלעך באשריבען. כזה ראה וקדש - קאווע שטיבל!
(- - -)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:הערליך און אויספירלעך באשריבען. כזה ראה וקדש - קאווע שטיבל!

אבער אביסל צו בייעסד.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שמערל האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:הערליך און אויספירלעך באשריבען. כזה ראה וקדש - קאווע שטיבל!

אבער אביסל צו בייעסד.

א שרייבער דא אין שטיבל איז נישט א רעפארטער וואס מוז זיך האלטן נייטראל. אבער ער שרייבט עס כאטש מיט א ברייטקייט, פראפעסיאנאל, און עס אינפארמירט דעם לייענער מיט אינטעליגענץ.
(- - -)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווער האט זיי פארציילט?
I have a dream
Martin Luther King ~
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

מיר לעבן אין א גלאזערנע בילדינג. עס זענען דא גענוג טויזנטער וועגן פאר סיי וועמען צו געוואויר ווערן סיי וואס היינטיגע צייטן. געענדיגט די גוטע צייטן אז היימישע אידן האבן געוואוינט אין נירעדהאז, אינמיטן נוא יארק סיטי און אין קראקא אינמיטן לאנדאן, מיר זענען שוין עקספאסד. ארויס פון אידישלאנד
מודה אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 3:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מודה אני »

זענט איר אפשר א בלוט רעלעטיוו מיט דעם פון אנטווערפען ????
מודה אני השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

הירץ אייכל גומפרץ

א הערליכע שיינע ארבעט!
א ברכה אויף דיין קאפ!

חזקו ואמצו!
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

א גרויל עס זענען נאך דא אזעלכע סעלף העיטינג אידן, אזוי שיין אין זאפטיג צולייגן אלע באשולדינגונגען מיט אזא אפעטיט,
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

Watch "illegal Haredi schools in London" on YouTube - illegal Haredi schools in London: http://youtu.be/E5hczAh9Hyc
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שוואכע מאסעס ,לוינט זיך אפילו נישט זיך צו צוקראטצן דערפון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דאס נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז דארט איז פארהאן ערנסטע מיסברויכן מצד דער פירערשאפט, א שטייגער ווי די יסודי התורה שולע וואס איז א געווארמענט פאנדעט שולע וואס דארף ווען נאכקומען אלע אירע רעגולאציעס און אין פאקט פירט זיך עס מיט א סיסטעם כמעט ווי אלכסנדר ישיבה...
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

דאס מילא. כאטשיג זאג פון וואו דו נעמסט עס און געב קרעדיט פאר'ן מקור
http://bshch.blogspot.co.uk/2014/07/blog-post_2548.html
אבער דאס איז שוין טאקע אן אומגעלונגענע ירושלימער לאקשן קוגל, צוגעלייגט זאלץ און פעפער.
http://bshch.blogspot.co.uk/2014/07/12_15.html
נישט קיין יד אחת, נישט סתם א געלט אישו, נישט ערגער ווי די איסלמים, נישט בלויז פארנאכלעסיגט פאפיר ארבעט, מ'ארעסטירט נאכנישט קיין מענטשן, נאך צוועלף איז מען גענצליך אראפ פונעם רעגעסטראר און מכאן ואילך האט מען גארנישט מער איינגעגעבן.
ווי האט נאר די קעלעמער מגיד געזאגט פאר זיין דאפלגאנגער, "ווי לאנג דו ברעכסט אויס מיינע וועל איך שווייגן, אז דו הויבסט אן ברעכן דיינע קען איך מיר שוין נישט צוריקהאלטן מער."

נישט אומזינסט זאגט מען, ווילסט וויסן אויף א הולך רכיל צו וואס ער טראגט ארום איז וואר? פארצייל אים דו א מעשה און זע מיט וואספארא בארד עס קומט צוריק צו דיר...
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

זענען די ישיבה קטנות אין ניו יורק אין א סכנה?
עס זעעט אויס ווי א כדור שלג קודם קאנאדע אנטוועפען יעצט לאנדאן, ווי גייט עס זיך אפשטעלען?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מיר קענען קוים ווארטן מיט שפאנונג ווען די א. ג. "סכנה" וועט אנקומען קיין ניו-יארק.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

.Meanwhile, everyone should educate themselves
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פארוואס? האט געשריבן:מיר קענען קוים ווארטן מיט שפאנונג ווען די א. ג. "סכנה" וועט אנקומען קיין ניו-יארק.

ליידער זעט נישט אויס אז ס'דא גרויסע שאנסען אז די "סכנה" זאל אנקומען קיין אמעריקע, די געזעצן דא זענען אויסגעשטעלט צו פראטעקטן רעליגיעס אפילו ווען ס'איז אויפן חשבון פון די קינדער, און די קהילות האבן צו א שטארקע כח דא.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

פארשפארט