מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע

שליחה דורך ישראל קאפקע »

א מאלאזיער אירליין עראפלאן א באואינג 777 אויפן וועג פון אמסטערדאם צו קואלא לומפור איז אראפגעשאסן געווארן אין די הימלען העכער מזרח אוקראינע נעבן די שטאט דאנעצק וואס ווערט קאנטראלירט פון די רעבלען בערך 20 מייל ווייט פון די רוסישע גרעניץ.
אלע 280 פאסאזשירן און 15 מאנשאפט מיטגלידער ווערן געגלייבט צו זיין טויט, אכציג פאסאזשירן זענען געווען קינדער, 154 זענען געווען האלאנדישע בירגער און דריי אין צוואנציג פאסאזשירן אמעריקאנער בירגער,

אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האלטן אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך פרא רוסישע רעבלען אין אוקראינע וואס האבן געמיינט אז די פליגער איז א טראנספארט פליגער פון די אוקראינישע מיליטער,
אויב שטעטל זיך ארויס אז עס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די רעבלען מיט א רוסיש פראדוצירטע מיסל קען עס זיין א פאליטישע נייטמעיר פאר רוסלאנד און זיכער פאר די רעבלען, סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן און די ערגסטע אוויאציע אומגליק זינט 9/11.

די אמעריקאנער אמבאסאדאר זאגט אז קערפער און ברוכווארג טיילן זענען צעשפרייט איבער צען מייל ארום.

קאנספיראציע טעאריקער באשולדיגן שוין אז מדינת ישראל שטייט אינטער דעם אומגליק, כדאי צו אוועקנעמען די וועלטס אויפמערקזאמקייט פון איר ערד אינוואזיע אין עזה. :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר