פרעה זאגט לכו נא הגברים אבער משה זאגט ניין! בבנינו ובבנותינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

פרעה זאגט לכו נא הגברים אבער משה זאגט ניין! בבנינו ובבנותינו

שליחה דורך געפילטע פיש »

פרעה זאגט לכו נא הגברים אבער משה זאגט ניין! בבנינו ובבנותינו כי חג ה' לנו

מאז היתה ישראל לעם איז אלעמאל געווען א מלחמה צווישן די צד הקדושה און די סתרא אחרא, ווי די צד הטומאה וויל אפטיילן און מאכן חילוקים ביי כלל ישראל, אפטיילן צווישן מענער און פרויען. די חרטומים שטייען און בעטן זיך ביי פרעה לאז שוין די אידן גיין דינען זייער גאט, שוין גענוג מיט די מכות! אבער שיק נאר די מענער, אזויווי ס'איז די מנהג דא ביי אונז אין מצרים, אז נאר די מענער טוען די ריטואלע געצענדינעריי, די מענער זענען די וואס זענען מקריב קרבנות, שיק שוין די מענער, לאז זיי מקבל זיין זייער תורה, לאז זיי מקריב זיין קרבנות צו זייער מדבר גאט, די פרויען דאגעגן לאז איבער דא אין מצרים, וואס פארשטייען זיי צו דינען א גאט? לאז זיי עוסק זיין אין כמעשה ארץ מצרים, די נשים מסוללות, דאס קענען זיי, און דעטסיט, -שלח את-האנשים, ויעבדו את ה' אלוקיהם.

משה לאזט זיך אבער נישט, און שרייט צוריק בלא! בנערינו ובזקנינו נלך; בבנינו ובבנותינו נלך--כי חג-ה' לנו, לנו פאר אונז אלע, דאס אידישע פאלק שיידט נישט אפ די ריטואלען צווישן די מינים, נאר סיי מענער און סיי פרויען קענען אנקומען צום שטאפעל פון דינען אונזער גאט, אין אונזער בית המקדש וואס מיר גייען אויפשטעלן גייען סיי מענער און סיי פרויען ברענגען קרבנות צוגלייך, חטאת, אשם, תודה, אן קיין אפשייד אפצוטיילן דעם פאלק.

לעצטענס איז אנשטאנען א פירוד ביי כלל ישראל, מ'וויל אפטיילן צווישן די מענער און פרויען, אבער דאס מאל איז עס פארקערט, כאילו חלילה נאר פרויען קענען דינעם דעם באשעפער, און מענער נעמען חלילה די בעק סיט ווען ס'קומט צו עבודת ה'. נאר פרויען קענען זיך פירן בדרך הסלולה לנו מדור דור? נאר פרויען זענען אומשטאנד צו זיין די פאנטרעגער פון אידישע שטאלץ? מיר מענען פארלאנגען גלייכבארעכטיגקייט! מיר ווילן אויך האבן די זכות אז די וועלט'ס פרעניות זאל ווערן אפגעטוהן אין אונזער זכות! מיר ווילן אויך שיצן אויף אונזערע ברודער אין ארץ ישראל פון די רעקעטן! נאר די פרויען קענען צוריק ברענגען די דריי בחורים לעבערידגערהייט מיט זייער ליכט צינדען און קבלות אין צניעות? מיר מענער זענען נישט ווערד דערפאר? איז דאס וואס משה רבינו האט געוואלט ווען ער האט צוריק געשריגן פאר פרעה בבנינו ובנותינו?

על כן, ווילן מיר מענער בעטן אז די מוסדות וואס שיקן אהיים צעטלעך פאר די נשים צדקניות וועגן תקנות אין כל מיני געביטן, גיבט אונז מענער גלייכע רעכטן, און גיבט אונז אויך אפאר שאלות. אט גיבן מיר אייך אפאר פארשלאגען וואס איר קענט פרעגן, גענומען פוענם צעטיל וואס איז לעצטענס ארויסגעקומן פון מוסדות דרבינו יואל.

טאטע'ס מוסד אלס קינד__ ישיבה קטנה___ ישיבה גדולה____ כולל____ וויפיל יאר אין כולל___
אויף וועלכע נומבער שערט זיך די טאטע___ שמש אדער בארבער?___ סקווער בעק___ פריזאר___
שערט איר זיך גענוג אפט?___

וואס איז די קאפ לבוש?___ פלאכע ביבער הוט___ הויכע___ שטאפענע___ טשאלענט טאפ___ דאשיק___ אנדערע___

וואסארא מין גלעזער? אייזערנע__ פלעסטיק דינע___ פלעסטיק דיקע___ לינזען___ האט איר א היתר פון א רב צו האבן לענזעס?___ וועלכע רב?______
גייט איר ווייסע זאקן שבת? ____ אויב יא, נוצט איר בענדליך אדער וועלקראו? ____
(כידוע איז אד"ש שטארק מקפיד אויף בענדליך מ'זאל קענען מקיים זיין א מצוה און בינדען די לינקע פוס ערשט, און די רבי זאגט אלעמאל אז דאס איז בסוד אברהם אבינו, קושר ומתיר וכו')
וואס פאר א רעקל גייט איר? לאנגע___ קרוצע___ דריי פערטל____ ריפסענע____
וועלכע קאליר רעקל? שווארץ____ בלוי____ אנדערע (גרוי\גרין וכדו') ____
נוצט איר דעאדעראנט? יא____ ניין____
אויב יא, שמעקעדיגע? יא____ ניין____
וועלכע קאמפאני____ וועלכע שמעק____
האט איר א היתר פון א רב דאס צו טראגן? ____ וועלכע רב________
גייט איר אין שטוב מיט א הוט? ____ רעקל?
גייט איר אין גאס מיט א הוט? ____ רעקל?
גייט איר אין כולל מיט א הוט? ____ רעקל?
גייט איר אין ארבעט מיט א הוט? ____ רעקל?
גייט איר אין בית מדרש מיט א הוט? ____ רעקל?
גייט ביים שבת סעודה מיט א שטריימל? ____בעקיטשע? ____
זאגט איר נאך דברי תורה ביים שבת סעודה? ____ אויב יא, פון וועלכע ספר? ____
קניפט איר איין די בארד? ____ אויב יא, ווי אזוי? ראבער בענד ____ באבי פין ____ דיפידידו ____ האר ספריי ר"ל ____
ווארט איר אלעמאל זעקס גאנצע שעה צווישן פליישיג און מילכיג? (כידוע די רבי שליט"א איז שטארק מקפיד דערויף, און מיר ערווארטן פון עלטערן אין אונזער מוסדות אויך מקפיד צו זיין און נישט מקיל זיין אין דעם) ____
פארבארגט איר אמאל געלט פאר א צווייטן? ____ האט איר סטאקס אדער באנדס? ____ האט איר א היתר עיסקא? ____ ביי וועלכן רב? ____ פאון נאמבער ____
(כידוע איז דאס א הארבע ענין וואס איז גאר גרינג אונצוקומען צו א דאורייתא)
טראגט איר מיטן עירוב ____ בצינעה? ____ בפרהסיא? ____
גייט איר מיטן אויבערשע קנעפל אפען?____ אינדערהיים ____ אין גאס ____ ארבעט ____
וועלכע קאר דרייווט איר? מעיק ____ מאדעל ____ יאר ____ קאנדישען ____ ליעס אדער געקויפט ____ קאליר ____
ווי אפט נעמט איר עס צו א קאר וואש? ____ וואו ____ פאון נאמבער ____ נאמען פונעם רב המכשיר ____
ביי וועלכע רב זענט איר בודק די חמץ פאר פסח? ____ פאון נאמבער ____ אויב איר נוצט א טעקנישען ווער איז דאס? ____ וועלכע זייף נוצט ער ____

וויפיל אזייגער שטייט איר אויף יעדע טאג? ____
לערענט איר פארן דאווענען? ____ וואס לערענט איר? ____ מיט א חברותא? ____ נאמען ____ פאון נאמבער ____
וועלכע מקוה גייט איר יעדן טאג? ____ ווי לאנג נעמט עס ____ נעמט איר א שויער פארן ____ נאכן ____ טבילה אדער ביידע? ____
פאון נאמבער פונעם רב המכשיר אויפן מקוה ____
וואו דאווענט איר ____ כאפט איר זיך מיט פאר ברכו? ____ נאך ברכו ____ , דאווענט איר שמונה עשרה מיטן ציבור ____
ווען לייגט איר רבינו תם תפילין? ביי חזרת הש"ץ ____ אשרי ובא לציון ____ נאכן דאווענען ____ ביי די ארבעט ____ פאר'ן שקיעה ____

דאס זענען נאר אפאר ביישפילן ווי אזוי מ'קען אריינדרינגען אין אונזער פריוואטע לעבן אזויווי מ'טוט מיט אונזערע חשובע פרויען, וויאזוי מיר גייען אנגעטוהן, וויאזוי מיט פירן זיך מיט דאורייתא'ס און דרבנן'ס, מנהגים און קפידות, ווייל מיר ווילן אויך האבן א חלק אין קיום העולם להשיב את חמתו מעל בני ישראל. לאמיר אלע שרייען צוזאמען, מיר ווילן איקוואליטעט! גענוג מיט די פרויען סופיריאריטעט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

פיפעלס, רבותי, געפילטע האט געמאכט אן אשכול! אבער א באמבע'דיגע, קומט, ליינט און לייקט! wow! שניידט שטיקער!
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

יענע צעטל פון מוסד איז פאלש
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מ'מעג נישט נעמען אינספיראציע פון א פאלשע צעטל? ביסייד, אויב יענס איז פאלש איז דא גענוג אנדערע וואס זענען עכט.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אמת אמת, נאר געוואלט קלאר מאכן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זאגט איר ערליך תפלת הרמב"ן?
מיט א גארטל אדער אן?
מאכט איר זיכער די דאכענע זאל זיין גוט צוגעדעקט (כידוע דברי התוס' בשם הירושלמי)?
זענען די ווינדא שעידס גוט פארמאכט?
האט איר רום דארקענערס?
מאכט איר זיכער אז אלע ספרים זאלן זיין אינדרויסן פון צימער?
איז די מזוזה גוט פארדעקט?
וויפיל מאל א וואך פאסירט עס ביי אייך?
איז אייער פרוי אויף ב'ק?
האט איר א היתר פון א רב?
האבן אייערע בדיקות א השגחה?
זענט איר געווען ביי די שובבי'ם שיעורים פון ארגון שיעורי תורה?
שפריצט איר וואסער ארום די בעט ווען איר זענט פערטיג?
וואשט איר זיך די הענט פאר דעם און נאכדעם?
וויאזוי פירט איר זיך בנוגע אשר יצר?
האט איר דורכגעלערנט דעם מאור ושמש אין פ' אמור?
ווי אפט איז אייער פרוי מרמז?
מיט דעם אונטערשריפט נעמט איר זיך פאר צו האבן נאר הייליגע מחשבות, וואס כידוע פון ספרים אז אין דעם איז תלוי דער עתיד פון אונזערע קינדער און נאר אזוי וועלן זיי זיין ראוי צו קענען לערנען אין אונזער ת'ת על דרך הסלולה און חלילה נישט שאטן פאר אנדערע קינדער.
חתימת ההורים_____________________
אייער צעטל וועט געהאלטן שטרענג פריוואט און וועט איבערגעגעבן ווערן בלויז פאר די זיבן חברי ההנהלה
מיט דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

געפילטע, אשפגתי!!! :lol: :lol: :lol: אבל בושתי וגם ונכלמתי... :( :( :(

ס'וועט קומען א טאג וואס דאס וועט שוין ווייט נישט זיין קיין וויץ.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

די טאג איז אסאך נענטער וויא וויטער
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

געפילטע זאגסט זייער גוט.

דאס אז מען נעמט קער פון די אידישקייט פון די פרויען איז שוין אן אור אלטע מסורה נאך פונעם נחש הקדמוני וואס האט געגעבן א תקנות צעטל פאר חוה אז זי זאל אויספילן פון וועלכע ביימער זי עסט, אויב זי עסט נישט פונעם עץ הדעת און אויב זי רירט עס אפילו נאר אן. און די סיבה פארוואס עס האט אים אזוי אינטערעסירט איר ערליכקייט זאגן חז"ל ווייל ער האט געזעהן וכו' ונתאווה לה. און זינט דאן, ווען איינער איז נתאווה צו אנדערע פרויען גייט מען ווייטער אין די מסורה און מען הויבט אן אויספרעגן די פרויען וואו זיי האלטן אין זייער אידישקייט.

ווי נאר די חוקי תועבה וועלן זיך מער אריינכאפן ביים היימישן ציבור, וועט מען אנהויבן קער נעמען אויך פון די אידישקייט פון די מענער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

געפילטע פיש האט געשריבן:
טאטע'ס מוסד אלס קינד ניקולשבורג חדרה ישיבה קטנה ספינקא אשדוד ישיבה גדולה נדבורנא נתיבות-אלעד כולל תהלים כולל וויפיל יאר אין כולל נאכאלץ, ביז אלע אידן ווערן געהאלפן
אויף וועלכע נומבער שערט זיך די טאטע פיר מאל אפס זולתו שמש אדער בארבער? שמש סקווער בעק וואס איז דאס? עניוועיס כ'בין נישט א סקווערער פריזאר יא מיין רעבעצין געלויבט גאט
שערט איר זיך גענוג אפט? יא אויב א נס פאסירט און די מיטן לערקייט ווערט פיל.

וואס איז די קאפ לבוש?__יא_ פלאכע ביבער הוט הויכע___ שטאפענע___ טשאלענט טאפ דאשיק___ אנדערע___ אויף פדיון הבן'ס א טשולענט טאפ ווייל ס'גייט אריין מער קנאבל און צוקער

וואסארא מין גלעזער? אייזערנע__ פלעסטיק דינע__ שאר_ פלעסטיק דיקע לינזען___ האט איר א היתר פון א רב צו האבן לענזעס?___ וועלכע רב?______
גייט איר ווייסע זאקן שבת? ____ אויב יא, נוצט איר בענדליך אדער וועלקראו? וילקרא כככאב א היתר וועגן די בענדלעך קראצן מיר אין די גיד הנשה והמתעסף
(כידוע איז אד"ש שטארק מקפיד אויף בענדליך מ'זאל קענען מקיים זיין א מצוה און בינדען די לינקע פוס ערשט, און די רבי זאגט אלעמאל אז דאס איז בסוד אברהם אבינו, קושר ומתיר וכו')
וואס פאר א רעקל גייט איר? לאנגע___ קרוצע___ דריי פערטל____ ריפסענע יא מיט דענטראף בלומען
וועלכע קאליר רעקל? שווארץ____ בלוי____ אנדערע (גרוי\גרין וכדו') ווייס, כהאב דאך שוין געשריבן דענטראף בלומען
נוצט איר דעאדעראנט? יא יא ניין____
אויב יא, שמעקעדיגע? יא יא ניין____
וועלכע קאמפאני טעיסטעס טשאויס וועלכע שמעק א קאפי שמעק
האט איר א היתר פון א רב דאס צו טראגן? ____ וועלכע רב________ וואס? די רבנים האבן אויך די שמעק!
גייט איר אין שטוב מיט א הוט? ____ רעקל? אוודאי
גייט איר אין גאס מיט א הוט? ____ רעקל? שאר
גייט איר אין כולל מיט א הוט? ____ רעקל? זיכער
גט איר אין ארבעט מיט א הוט? ____ רעקל? זעכער
גייט איר אין בית מדרש מיט א הוט? ____ רעקל? יא
גייט ביים שבת סעודה מיט א שטריימל? ביז יה אכסוף דערנאך איז צו הייס בעקיטשע? ביז די גאלא, דערנאך פיט איך מער נישט אריין
זאגט איר נאך דברי תורה ביים שבת סעודה? שאר אויב יא, פון וועלכע ספר? די תורה חלק פון די צייטונג אזעלכע שיינע ווערטער אההה
קניפט איר איין די בארד? אוודאי, משום אל תטוש תורת אמך, די מאמע ע"ה פלעגט אזוי טוען אויב יא, ווי אזוי? ראבער בענד יא באבי פין ח"ו ס'איז פרויעריש, ס'הייסט דאך באבי דיפידידו ____ האר ספריי ר"ל ____
ווארט איר אלעמאל זעקס גאנצע שעה צווישן פליישיג און מילכיג? (כידוע די רבי שליט"א איז שטארק מקפיד דערויף, און מיר ערווארטן פון עלטערן אין אונזער מוסדות אויך מקפיד צו זיין און נישט מקיל זיין אין דעם) איך בין מחמיר אויף 12 שעה כדין אומגעשניטענע וואנצעס וואס זענען בשר בחלב
פארבארגט איר אמאל געלט פאר א צווייטן? איר מיינט מסתמא צו פרעגן אויב איך בארג . זעכער. האט איר סטאקס אדער באנדס? וואס זענען די מילהאוויץ גע'אסרטע ווערטער? האט איר א היתר עיסקא? ____ ביי וועלכן רב? ____ פאון נאמבער ____
(כידוע איז דאס א הארבע ענין וואס איז גאר גרינג אונצוקומען צו א דאורייתא)
טראגט איר מיטן עירוב ניין בצינעה? ____ בפרהסיא? ____ יעדער אויף מיין גאס טראגט אבער בצינעה ווייל איך שריי שבת
גייט איר מיטן אויבערשע קנעפל אפען?____ אינדערהיים ____ אין גאס ____ ארבעט ____ איך גיי נישט מיט קנעפלעך כמנהג אבותינו ורבותינו שרפי מעלה
וועלכע קאר דרייווט איר? מעיק ____ מאדעל ____ יאר ____ קאנדישען ____ ליעס אדער געקויפט ____ קאליר ____ איך היטש געווענדליך מיט שטילע אינגערמאן
ווי אפט נעמט איר עס צו א קאר וואש? ____ וואו ____ פאון נאמבער ____ נאמען פונעם רב המכשיר ____
ביי וועלכע רב זענט איר בודק די חמץ פאר פסח? ____ פאון נאמבער ____ אויב איר נוצט א טעקנישען ווער איז דאס? ____ וועלכע זייף נוצט ער ____

וויפיל אזייגער שטייט איר אויף יעדע טאג? צווישן 10:30 און 11:15 גענוי
לערענט איר פארן דאווענען? אוודאי וואס לערענט איר? א גוט מארגן, לוח הציבור, קול ברמה, און תהלים כולל. מיט א חברותא? ____ נאמען ____ פאון נאמבער ____ איך פלעג האבן א חברותא אבער ער האט א סמארט פאון ר"ל
וועלכע מקוה גייט איר יעדן טאג? מונקאטש אדער סטיטשין 50 ווי לאנג נעמט עס א שעה מיט 10 מינוט נעמט איר א שויער פארן ____ נאכן ____ טבילה אדער ביידע? ____ פוי חלילה מדעת, לאזט מיר וויסן אויב אנדערע יא איך וויל נישט מיין קינד זאל זיך חבר'ן מיט קינדער פון אזעלעכע משפחות
פאון נאמבער פונעם רב המכשיר אויפן מקוה ער הייבט געווענדליך נישט אויף, ער איז רוב טאג אין בור
וואו דאווענט איר אין שומר שבת סוכה כאפט איר זיך מיט פאר ברכו? ____ נאך ברכו ____ , דאווענט איר שמונה עשרה מיטן ציבור ____ איר פרעגט שוין צו פריוואט!!
ווען לייגט איר רבינו תם תפילין? ביי חזרת הש"ץ ____ אשרי ובא לציון יא ביזן שקיעה (ס'איז ממילא נישט צו לאנג פון שחרית ביז'ן שקיעה) נאכן דאווענען ____ ביי די ארבעט וואס איז דאס ארבייט? פאר'ן שקיעה

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

לעצטענס קימט פאר א שטורם אינערהאלב פונעם היימישען עולם, איבער דעם וואס די מוסדות ניצן די קינדער פאר א שטעקן צו רעדן צו די עלטערן, אזוי אויך אויף די ברייטע רעכטן וואס די מנהלי המוסדות האבן זיך לעצטענס רעזעווירט, אריין צו קריכען אין די קישקעס פון די מענטשהייט, און נאך גיין יעדע אפליקאציע וואס קימט אן צו זייער טיש, בשבע חקירות ובשבע בדיקות.

לאמיר זען דער מצב אמאל, און דער מצב היינט:

אין די יארן נאך די צווייטע וועלטס מלחמה, ווען אונזערע זיידעס און באבעס די אודים מוצלים מאש, האבן גענימען דעם וואנדער שטעקן אין דער האנד, און זיך ארויס געלאזט פון אנדערן זייט אטלאנטיק אויפן וועג אהער קיין אמעריקא, האבן זיך אנגעהויבן צו ארגעזירן די מוסדות החינוך, אקוראט אויפן זעלבן שטייגער אזוי ווי עס איז געווען אין דער אלטער היים, די מלחמה איבערלעבער האבן נאר געוואלט ווייטער ממשיך זיין די הייליגע מסורה פון דער אלטער היים, אזוי ווי זיי האבן געזען ביי זייערע עלטערן וואס זענען נעבאך אומגעקימן עקד''ה, און מיט דעם האבן זיי געהאפט צו געפינען א שטיקל טרייסט אין די ביטערע צרות וואס זיי זענען דירך געגאנגען אין די מלחמה יארן, וואו אויך האבן זיי געוואלט דערלעבן א נקמה אין דעם פארשאלטענעם דייטש, וואס האט ח''ו געוואלט פארשניידן דעם אידישן פאלק.

די מחלמה איבער-לעבער האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג איינגעגלידערט אין דעם אמעריקאנער שמאלץ טאפ, דער אמעריקאנער גן עדן האט זיי גאנץ קנאפע אונטערעסירט, דער קאפ איז זיי נאך געליגן אין דער אלטער היים, זיי האבן אראפגעקיקט דעם גוי, און דעם גאנצן אמעריקאנעם סיסטעם און קולטור, דער קולטור אין וואס זיי האבן געלעבט, איז געווען א ריין אונגארישער, מען האט גערעד אונגאריש, מען האט געגעסן אונגאריש, דערמאנט אייך נאך וואו די באבעס פרעגן אנצופארן די פלעשער זויער-בארשט פאר פסח, און די גריווען מיט אייער צוויבל, דעם פאפריקאש און גולאש, די ראפפאגאש מיט די ראנטוטואש, די מאטיאש הערינג מיט די שליוואביץ בראפן, אד''ג. אפי' די בתי מדרשים וקהילות האט מען געריפן נאך די שטעט פון דער אלטער היים, ווילימסבורג איז געווען אונגארן בזעיר אנפין.

דעריבער זענען די קינדער זייערע אויפגעצויגן געווארן אויפן ערליכן אידישן גייסט, אפי' עס האט זיך געמאכט אמאל א פויער דא און דארט, האט עס אבער געטראגן א צירה פון א מארמארישער פויער פון די קארפאטען בערג, זיינע חטאים זענען געווען אז ער האט געגסן טשולענט פארן דאווענען, ער האט געשעפעט מיט יחזקאל שמש, ער האט אנגעדרייט נפתלי אינדיג אין די מקווה, ער האט געליינט דעם פעפער ביי טיני לאצי אין געשעפט, אזעלכע מיני שטיתים.

דעריבער זענען די מוסדות פארבליבן מיט זייער ערליכע היימישע אידישע סטרוקטור, און עס האט געהערשט א חסידישער ערליכער אידישער גייסט און די מוסדות, און מען האט טאקע יעדן אריין גענימען אן קיין חקירות ודרישות, די טאטעס האבן געוויסט אז ווען דער קינד ווערט 3 יאר אלט פירט מען אים אין חדר אריין, מען לייגט ארויף אויפן קאנווער פאסיג, און עס הייבט זיך אן צו דרייען, כיתה א' כיתה ב' .... פעוטים, ישיבה קנטה, סניף, צעירים, מתיבתא.... אזוי איז דאס קינד אזוי פארבליבן אונעם סיסטעם, ביז ער איז אלט געווארן 20 יאר און דער טאטע האט זיך דערמאנט אז מען דארף שוין רעדן צו ר' דוד מרדכי מייזעלס ע''ה וועגן א שידוך, און וועלעכע מיידל עס האט געזאגט יא! האט זוכה געווען.

אזוי איז אלעס געפארן על מי מניחות.

אבער היינט איז שוין א אנדערע פרשה.

דער היימישער עולם איז זיך ערענסט צו וואקסען, און עס זענען פארהאן מאנכע וואס שפירן זיך שוין נישט וואו זיי זענען א חלק פונעם סיסטעם, און דאס נאטירליכע גליסט פאר אויפמערזאמקייט צושפילט זיך אין אים, ער וויל זיין א יש, א גבר בגברין, ער וויל נישט סתם אזוי זיין א נימער, דאס איז גורם אז עס ערוועקט זיך אין אים א אפשיי צו דעם גאנצן ארגענעזירטן אידישען לעבנסשטייגער, און ער הייבט זיך אן צו זיכען גליקן ערגעץ אנדערש וואו, ער זיך זיך מער אריין צו גלידערן אינען אמעריקאנעם לעבנס-שטייגער.

דער פועל יוצא דערפון איז וואו פאלגענד:

ער הייבט זיך אן צו פיצן, א פלענע ווייסע העמעד איז אים נישט גענוג, ער מיז גיין דווקא מיט א ווייט אן ווייט העמעד מיט קירצע ארבעל, די פייקע'לעך זיינע ווערן אים שיין און קורץ און פארהארטעוועט, די בארד זיינער הייבט אן צו וואקסן אויף אריין אנשטאט אויף ארויס, וואקט אויפן גאס וואו א רייסער אן א רעקל, נאר מיטן שיינעם ווייסן אויסגעביגלטן העמעד, ער צירט אויס דאס ווייב זיינעם וואו א ריכטיגע מאדאמקע, און ער איז מקפיד בלויז צו גיין שפאצירן מיט איר אין די היימישע געגענט, אז יעדער זאל זען עין בעין וואס פאר א שיינע חפצא ער האט זיך איינגעהאנדלט, הערט אויף צו דאווענען געהעריג, קימט אין שול שבת בלויז צו סאשעלאזירן מיט פרענד'ס, וכו וכו....

ווען דאס קינד זיינער ווערט אים 3 יאר, זעט ער זיך אין א פלאנטער, ער וויל טאקע זיין אזוי ער איז, אבער די קינדער וויל ער האבן גיטע, דעריבער וויל ער נישט שיקן דאס קינד און א ת''ת וואס איז געמאכט פאר אזעלעכע שיינע גאטשעס וואו אים, ער וויל שיקן דווקא אויף סאטמאר, דער סאטמארע שטאלץ האט בליצלונג ערוועקט.... ער פילט אויס אן אפליקאציע.

און דער מוסד זעט זיך דא אין א פראבלעם, ווייל א קינד וואס קימט פון אזא שטוב געווענדליך וויל ער זיך פירן וואו דער טאטע אין מאמע. און דער מוסד וויל בלייבן מיט איר ארגיניעלן סטראקטור, אזוי אויך רוב עלטערן וואס האבן די קינדער אין די מוסדות ווילן אויך אז דער מוסד זאל זיין אויפן העכסטן רוחנות'דיגען ניווא, און זיי וואלטן נישט געוואלט אז זייערס א קינד זאל גיין אין איין קלאס מיט דעם קינד וואס קימט פון אזא שטוב, אלזא וואס טיט מען דא???

נארמאל דארף מען ווען רעדן צו די עלטערן, מען פראבירט טאקע פול מאל, אבער ליידער איז דער פאקט אז עס העלפט א מכה, דער טאטע האלט נישט אז ער האט א פראבלעים, ער איז אויפגעקלערט, און האלט זיך פאר א גאנצע חכם, און פיסקעט ציריק פאר די הנהלה, ממש מען קען צו אים נישט רעדן, אלזא וואס טיט מען?

מען פארקנאקט אים די טיר, און מען זאגט אים אז די ווילסט די קינדער זאלן דא לערנען, מיזטו נאכקימען די סטאנדאטען פונעם מוסד, אז נישט לך לך: א טייל מאל העלפט עס און א טייל מאל נישט! עס אי דא אזעלעכע וואס זאגן פארן מוסד, איך וועל מיר ווייטער פירן וואו אזוי איך וויל, און איך וועל ענק ווייזען אז מיינע קינדער וועלן יא אריין גיין אונעם מוסד.

ער נעמט זיך אויסניצן יעדע פראטעקציע מיטל וואס איז נאר שייך, און אז געלונגט אים, געלונגט עס אים, און א נישט קימט ער אהער און קאווע שטיבל שפילן רחמנות...... און שוטים האבן נאך מיט לייד מיט אים.....
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיט די טאלאנט וואס גיסט זיך דא אפשר גרינדן מיר א קאווע שטיבל קאמעדי קלאב?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע'ס מאמר ווערט שוין דעליווערט צו אלע סמארטפאונ'ס דורך דעם וואטסעפפ פאסט טרעגער...
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געשניטענעהייט.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך האב בײקומען געפילטע פיש ארטיקל אויף װאטסעפפ אן א נאמען און איך האב גלײך פארשטאנען אז
ס׳קומט פון קאװע שטיבל.

געפילטע פיש :like :like :like
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי געפילטע. איך שטארב פאר געלעכטער.......
אוי מיי גאד!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:געשניטענעהייט.

די קוועסטשונעיר איז די זעלבע, נכלל אלע ספעלינג מיטעיקס :P נאר די הקדמה איז אראפגעשניטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כוכב האט געשריבן:איז אייער פרוי אויף ב'ק?
האט איר א היתר פון א רב?

וויפיל פלאנט איר צו האבן?_________ וופיל האט איר שוין?__________
מוזט איר צוקומען צו הילף? בוני עולם?____________ עי.טיים__________
(ענטפער בלייבט שטרענג קאנפידענשל)
וירח ה' את ריח הניחוח
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

מיין בעט האלט ביים איינפאלען,איך ווארף זיך פאר געלעכטער און מיין בעט שפרינגט מיט.
נ.ב. אפשר טוט איינער א חסד און לייגט ארויף די qusteioner פון די נשים.
די מוסדות ווי איך שיק,פארגינט מיר נישט,און זיי שיקען מיר נישט דיע סחורה, ווער סהאט ביטע ארויפלייגען און מהנה זיין דעים עולם.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

Boxers?
Briefs? Solid color or designs
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[tag]קאך_לעפל[/tag] איך האב דיר געלייקט צוליב געוויסע אויסדריקן וואס דו האסט געשריבן, בכל אופן, דיין תגובה קומט ענדערשט אין דעם אשכול
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

קאך_לעפל האט געשריבן:לעצטענס קימט פאר א שטורם אינערהאלב פונעם היימישען עולם, איבער דעם וואס די מוסדות ניצן די קינדער פאר א שטעקן צו רעדן צו די עלטערן, אזוי אויך אויף די ברייטע רעכטן וואס די מנהלי המוסדות האבן זיך לעצטענס רעזעווירט, אריין צו קריכען אין די קישקעס פון די מענטשהייט, און נאך גיין יעדע אפליקאציע וואס קימט אן צו זייער טיש, בשבע חקירות ובשבע בדיקות.

לאמיר זען דער מצב אמאל, און דער מצב היינט:

אין די יארן נאך די צווייטע וועלטס מלחמה, ווען אונזערע זיידעס און באבעס די אודים מוצלים מאש, האבן גענימען דעם וואנדער שטעקן אין דער האנד, און זיך ארויס געלאזט פון אנדערן זייט אטלאנטיק אויפן וועג אהער קיין אמעריקא, האבן זיך אנגעהויבן צו ארגעזירן די מוסדות החינוך, אקוראט אויפן זעלבן שטייגער אזוי ווי עס איז געווען אין דער אלטער היים, די מלחמה איבערלעבער האבן נאר געוואלט ווייטער ממשיך זיין די הייליגע מסורה פון דער אלטער היים, אזוי ווי זיי האבן געזען ביי זייערע עלטערן וואס זענען נעבאך אומגעקימן עקד''ה, און מיט דעם האבן זיי געהאפט צו געפינען א שטיקל טרייסט אין די ביטערע צרות וואס זיי זענען דירך געגאנגען אין די מלחמה יארן, וואו אויך האבן זיי געוואלט דערלעבן א נקמה אין דעם פארשאלטענעם דייטש, וואס האט ח''ו געוואלט פארשניידן דעם אידישן פאלק.

די מחלמה איבער-לעבער האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג איינגעגלידערט אין דעם אמעריקאנער שמאלץ טאפ, דער אמעריקאנער גן עדן האט זיי גאנץ קנאפע אונטערעסירט, דער קאפ איז זיי נאך געליגן אין דער אלטער היים, זיי האבן אראפגעקיקט דעם גוי, און דעם גאנצן אמעריקאנעם סיסטעם און קולטור, דער קולטור אין וואס זיי האבן געלעבט, איז געווען א ריין אונגארישער, מען האט גערעד אונגאריש, מען האט געגעסן אונגאריש, דערמאנט אייך נאך וואו די באבעס פרעגן אנצופארן די פלעשער זויער-בארשט פאר פסח, און די גריווען מיט אייער צוויבל, דעם פאפריקאש און גולאש, די ראפפאגאש מיט די ראנטוטואש, די מאטיאש הערינג מיט די שליוואביץ בראפן, אד''ג. אפי' די בתי מדרשים וקהילות האט מען געריפן נאך די שטעט פון דער אלטער היים, ווילימסבורג איז געווען אונגארן בזעיר אנפין.

דעריבער זענען די קינדער זייערע אויפגעצויגן געווארן אויפן ערליכן אידישן גייסט, אפי' עס האט זיך געמאכט אמאל א פויער דא און דארט, האט עס אבער געטראגן א צירה פון א מארמארישער פויער פון די קארפאטען בערג, זיינע חטאים זענען געווען אז ער האט געגסן טשולענט פארן דאווענען, ער האט געשעפעט מיט יחזקאל שמש, ער האט אנגעדרייט נפתלי אינדיג אין די מקווה, ער האט געליינט דעם פעפער ביי טיני לאצי אין געשעפט, אזעלכע מיני שטיתים.

דעריבער זענען די מוסדות פארבליבן מיט זייער ערליכע היימישע אידישע סטרוקטור, און עס האט געהערשט א חסידישער ערליכער אידישער גייסט און די מוסדות, און מען האט טאקע יעדן אריין גענימען אן קיין חקירות ודרישות, די טאטעס האבן געוויסט אז ווען דער קינד ווערט 3 יאר אלט פירט מען אים אין חדר אריין, מען לייגט ארויף אויפן קאנווער פאסיג, און עס הייבט זיך אן צו דרייען, כיתה א' כיתה ב' .... פעוטים, ישיבה קנטה, סניף, צעירים, מתיבתא.... אזוי איז דאס קינד אזוי פארבליבן אונעם סיסטעם, ביז ער איז אלט געווארן 20 יאר און דער טאטע האט זיך דערמאנט אז מען דארף שוין רעדן צו ר' דוד מרדכי מייזעלס ע''ה וועגן א שידוך, און וועלעכע מיידל עס האט געזאגט יא! האט זוכה געווען.

אזוי איז אלעס געפארן על מי מניחות.

אבער היינט איז שוין א אנדערע פרשה.

דער היימישער עולם איז זיך ערענסט צו וואקסען, און עס זענען פארהאן מאנכע וואס שפירן זיך שוין נישט וואו זיי זענען א חלק פונעם סיסטעם, און דאס נאטירליכע גליסט פאר אויפמערזאמקייט צושפילט זיך אין אים, ער וויל זיין א יש, א גבר בגברין, ער וויל נישט סתם אזוי זיין א נימער, דאס איז גורם אז עס ערוועקט זיך אין אים א אפשיי צו דעם גאנצן ארגענעזירטן אידישען לעבנסשטייגער, און ער הייבט זיך אן צו זיכען גליקן ערגעץ אנדערש וואו, ער זיך זיך מער אריין צו גלידערן אינען אמעריקאנעם לעבנס-שטייגער.

דער פועל יוצא דערפון איז וואו פאלגענד:

ער הייבט זיך אן צו פיצן, א פלענע ווייסע העמעד איז אים נישט גענוג, ער מיז גיין דווקא מיט א ווייט אן ווייט העמעד מיט קירצע ארבעל, די פייקע'לעך זיינע ווערן אים שיין און קורץ און פארהארטעוועט, די בארד זיינער הייבט אן צו וואקסן אויף אריין אנשטאט אויף ארויס, וואקט אויפן גאס וואו א רייסער אן א רעקל, נאר מיטן שיינעם ווייסן אויסגעביגלטן העמעד, ער צירט אויס דאס ווייב זיינעם וואו א ריכטיגע מאדאמקע, און ער איז מקפיד בלויז צו גיין שפאצירן מיט איר אין די היימישע געגענט, אז יעדער זאל זען עין בעין וואס פאר א שיינע חפצא ער האט זיך איינגעהאנדלט, הערט אויף צו דאווענען געהעריג, קימט אין שול שבת בלויז צו סאשעלאזירן מיט פרענד'ס, וכו וכו....

ווען דאס קינד זיינער ווערט אים 3 יאר, זעט ער זיך אין א פלאנטער, ער וויל טאקע זיין אזוי ער איז, אבער די קינדער וויל ער האבן גיטע, דעריבער וויל ער נישט שיקן דאס קינד און א ת''ת וואס איז געמאכט פאר אזעלעכע שיינע גאטשעס וואו אים, ער וויל שיקן דווקא אויף סאטמאר, דער סאטמארע שטאלץ האט בליצלונג ערוועקט.... ער פילט אויס אן אפליקאציע.

און דער מוסד זעט זיך דא אין א פראבלעם, ווייל א קינד וואס קימט פון אזא שטוב געווענדליך וויל ער זיך פירן וואו דער טאטע אין מאמע. און דער מוסד וויל בלייבן מיט איר ארגיניעלן סטראקטור, אזוי אויך רוב עלטערן וואס האבן די קינדער אין די מוסדות ווילן אויך אז דער מוסד זאל זיין אויפן העכסטן רוחנות'דיגען ניווא, און זיי וואלטן נישט געוואלט אז זייערס א קינד זאל גיין אין איין קלאס מיט דעם קינד וואס קימט פון אזא שטוב, אלזא וואס טיט מען דא???

נארמאל דארף מען ווען רעדן צו די עלטערן, מען פראבירט טאקע פול מאל, אבער ליידער איז דער פאקט אז עס העלפט א מכה, דער טאטע האלט נישט אז ער האט א פראבלעים, ער איז אויפגעקלערט, און האלט זיך פאר א גאנצע חכם, און פיסקעט ציריק פאר די הנהלה, ממש מען קען צו אים נישט רעדן, אלזא וואס טיט מען?

מען פארקנאקט אים די טיר, און מען זאגט אים אז די ווילסט די קינדער זאלן דא לערנען, מיזטו נאכקימען די סטאנדאטען פונעם מוסד, אז נישט לך לך: א טייל מאל העלפט עס און א טייל מאל נישט! עס אי דא אזעלעכע וואס זאגן פארן מוסד, איך וועל מיר ווייטער פירן וואו אזוי איך וויל, און איך וועל ענק ווייזען אז מיינע קינדער וועלן יא אריין גיין אונעם מוסד.

ער נעמט זיך אויסניצן יעדע פראטעקציע מיטל וואס איז נאר שייך, און אז געלונגט אים, געלונגט עס אים, און א נישט קימט ער אהער און קאווע שטיבל שפילן רחמנות...... און שוטים האבן נאך מיט לייד מיט אים.....


נעבעך אז עס איז דא מענטשען וואס טראכטען אז איינער גייט אן א רעקל איז ווייל ער וויל ווייזען... אז עס איז פשוט הייס און מער באקוועם אן א רעקל איז דיר נישט בייגעפאלען?

ווען איינער גייט שפאצירען מיט די ווייב איז דאס ווייל ער איז מקפיד בלויז צו גיין שפאצירן מיט איר אין די היימישע געגענט, אז יעדער זאל זען עין בעין וואס פאר א שיינע חפצא ער האט זיך איינגעהאנדלט?

פאלט נישט ביי אז ער וויל ״פשוט״ שפאצירען מיט די ווייב. פירועד!
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גנדי האט געשריבן:פאלט נישט ביי אז ער וויל ״פשוט״ שפאצירען מיט די ווייב. פירועד!

נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט