רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
אפאר טעג צוריק האב איך געמאלדן אז דוד גרינפעלד האט אינדארסירט לו פידלער (viewtopic.php?f=3&t=160). דער עולם האט דארט קאמענטירט אז כ'האב געמשיט די יוצרות. זעט אויס אז די רושם פון פורים האט נאך געשוועבט אין די ליפט.... איצטער אבער קום איך צו אייך מיט די פולע באריכט. די מעשה איז וואו פאלגנד: קארל קרוגער איז געווען א סטעיט סענעטאר פאר די 27'סטער דיסטריקט אין ניו יארק (נעמט אריין: פלעטבוש, בארא פארק, ברייטאן ביטש, מאנהעטען ביטש, מיל בעסין און שיפסהעד בעי). קרוגער האט געדארפט רעזעגנירען צוליב קארופציע קלאגעס. א ספעציעלע פארמעסט איז פאררופן געווארן צו ערעצן זיין זיץ. אין די ספעציעלע פארמעסט לויפן דעמאקראטישער לואיס (לו) פידלער, אנקעגן רעפובליקאנער דוד סטאראבין. ווי פארשטענדליך איז פידלער פרא תועבה געזעצן (נישט ווי איך האב געמאלדן פאריגע מאל). אידישע עסקנים שטיצן אבער פידלער צוליב זיין פלאן צו געבן שטיצע פאר ישיבות. מצב באריכטעט אבער אז נאנט צו 50 רבנים פון ניו יארק האבן אינטערגעשריבען אז מיר קענען זיך נישט לאזן פון די שוחד געלט וואס פידלער פארשפרעכט און אז וויילן פאר א פרא-תועבה קאנדידאט איז א חילול השם. ווי עס שיינט גייט פידלער געווינען דעם פארמעסט, חוץ אויב די רבנים'ס קול קורא וועט האב ןגאר א שטאארקע אפקלאנג אין די אידישע געגנטער וואס די זיבן און צוואנציגסטער דיסטריקט נעמט אריין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
ס'ווערט פארשארפערט:
http://www.politicker.com/2012/03/16/re ... nd-of-jew/
http://www.politicker.com/2012/03/16/re ... nd-of-jew/
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
לו פידלער האט חתונה געהאט מיט א זכר?
ער האט ערפינדן משכב זכור?
ער פראטעסטירט פאר זייערע רעכטן?
אדער איז ער א דעמאקראט און האט טיילמאל געשטימט פארטייאיש?
עס איז שוין צייט צו קוקן אזוי, נישט יעדע דעמאקראט איז תועבה.
ער האט ערפינדן משכב זכור?
ער פראטעסטירט פאר זייערע רעכטן?
אדער איז ער א דעמאקראט און האט טיילמאל געשטימט פארטייאיש?
עס איז שוין צייט צו קוקן אזוי, נישט יעדע דעמאקראט איז תועבה.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
אנשטאט די קריטיק זאל פארשארפערט ווערן, מעלדט ישיבה וועלט נייעס אז רבנים האבן גאר צוריקגעצויגן פון זייער שטיצע פאר דעיוויד סטאראבין, דער אנטי-תועבה קאנדידאט! http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=121823
אינעם זעלבן ארטיקל דעקט ישיבה וועלט אויף אז לכל הפחות פיר פון די נעמען אויף די אריגענעלע קול קורא אין שטיצע פון סטאראבין זענען גאר געווען געפעלטשט. אינעם זעלבען צייט האב ןאויך פילע עסקנים אונטערגעשריבן מ'זאל וויילען פארן פרא-תועבה קאנדידאט:

אינעם זעלבן ארטיקל דעקט ישיבה וועלט אויף אז לכל הפחות פיר פון די נעמען אויף די אריגענעלע קול קורא אין שטיצע פון סטאראבין זענען גאר געווען געפעלטשט. אינעם זעלבען צייט האב ןאויך פילע עסקנים אונטערגעשריבן מ'זאל וויילען פארן פרא-תועבה קאנדידאט:

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
וועט איר דאך אודאי פרעגן ווער ס'האט געוואונען דעם פארמעסט? דער ענטפער איז... ביידע. http://www.nytimes.com/2012/03/21/nyreg ... .html?_r=2
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
פארוואס לינקס????
שרייב וואס דארט שטייט און בקיצור און נאכדעם אז די ברענגסט א לינק פאר מער אינפארמאציע הכל רוויח
שרייב וואס דארט שטייט און בקיצור און נאכדעם אז די ברענגסט א לינק פאר מער אינפארמאציע הכל רוויח