היימישע עסקנים העלפן א היספאנישע פאמיליע!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

היימישע עסקנים העלפן א היספאנישע פאמיליע!

שליחה דורך איש צדיק תמים »

טייערע ברודער.

די וואך איז און ספרינג וואלי ניו יארק אראפגעקלאפט געווארן א צוואנציג חדשימ'דיג קינד אויף טויט ל״ע.

דאס קינד קומט פון א ארימע היספאנישע פאמיליע, וואס האט ממש נישט קיין געלט צו באגראבן דאס קינד. די גויים האבן צוזאמגענומען געלט און צום באדויערן האט עס א פינסטערער גנב גע'גנב'עט.

ווי מיר זענען אלע באקאנט, קומט ליידער פאר שרעקליכע העצע׳ס אויפן היימישען ציבור איבער גאנץ ניו יארק, אבער און ראקלענד קאונטי בפרט, אז מיר היימישע אידן רעכענען זיך נישט מיט די גוישע קאמיונעטי׳ס און מיר קערן נאר פאר די אייגענע וד״ל.

העסקן הדגול ר׳ אהרן ווידער דער היימישער לעגיסלאטאר און ראקלענד צוזאמען מיטן היימישע ארגאנאזאציע OJPAC האבן זיך אינאיינעם צוזאם גענומען אויפצוטרייבן געלט פאר די פאמיליע.

אין הלכה שטייט וקוברין את מיתיהם מפני דרכי שלום. רבותי! דורך העלפן דא אין דעם פאל ווי אן ארימע פאמיליע פון ראקלענד׳ס ארימסטע שכונות, הארט ביי די חרדי'שע ספרינג וואלי\מאנסי, האט נישט די עטליכע טויזנט דאלאר צו באגראבן זייער קינד וועלכער איז אומגעקלאפט געווארן קען מען מאכן א געוואלדיגע קידוש השם טאקע מפני דרכי שלום

לאמיר ווייזן פאר די און די דרויסענדיגע געמיינדעס אז מיר קערען דווקה יא, און מיר העלפן ארויס אפי׳ אונזער נישט יודישע שכנים, ביטע מאכט א קידוש השם און זייט מנדב אפאר דאללער פאר די ארימע פאמיליע.

בזכות דעם קידוש השם זאל אייך דער באשעפער באצאלן מכל טוב וטוב.

http://www.ojpacfoundation.org

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר