שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.
נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.