איז א פראבלעם צו זיצן מיט די ווייב אין פראנט פון א קאר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

איז א פראבלעם צו זיצן מיט די ווייב אין פראנט פון א קאר?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר וואוין איך אינטער א שטיין, אבער איך האב נעכטען געהערט עפעס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון. אז ס'דא זייער פרומע אידן וואס דריווען א קאר, אבער זייערע ווייבער טארן קיינמאל נישט זיצן אין פראנט פון די קאר. זיי מיזן אייביג זיצן אין די בעק. ס'האט מיך ממש גע'שאק'ט דאס צו הערן , און איך בין נייגעריג צו הערן מער וועגן דעם.

וואס איז פשט פון דעם? וואס איז די פראבלעם לשיטתם??
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויבאלד אין וויליאמסבורג קוקט מען אריין אין יעדע פארבייפארענדע קאר, און פרויען זענען דאך מחיוב מיט די גרויסע מצוה פון זיך נישט באווייזען פאר מענער וואס זוכען זיי, איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז זי זאל זיצען מאחורי.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נא, באמת, וואס איז טאקע פשט?
די האסט שוין אמאל געהערט פון אזא קפידה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יא שוין געהערט און געזעהן (איך קוק אריין אפילו אין די בעק סיט...)
Under influence
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך נאה דורש »

איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאה דורש האט געשריבן:איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.

וואס איז שלעכט בימי טהרה צו זיצען אויף א באזונדערע בענקל?
Under influence
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט, איז אין פארנט אויך געוועזן איין לאנגע באנק.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווייל אויב מען וועט איר מתיר זיין אויפן אויבן-אן, וועט מען נאכדעם טענה'ן מה לי הכא מה לי התם, וואס'א חילוק צי זי זיצט אויף די רעכטע זיץ צו די לינקע (לייען: דרייווערס) זיץ. ממילא האט מען מחמיר געווען משום לא פלוג, ופשוט הוא...
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאה דורש האט געשריבן:איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.

אה, ענדליך זאגט שוין איינער עפעס. אבער וואסי טאקע פשט. אפילו בשעת נדה איז נישט קיין שאלה, און אוודאי איז מאדנע צו מאכן א חשש אויף ווען מ'איז א נדה, וואס אפילו דעמאלטס איז אויך נישט קיין שאלה

-
מ'האקט
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

אמאליגע קארס זענען געווען איין לאנגע סיט אויך אין פארנט, איז דאס געווען שאלה'דיג אין דע נישט ריינע טעג, היינט זענען אלע קארס אין פראנט מיט צוויי באזינדערע סיטס, אין א קאנסיל אינדערמיט, א אויסגעהאלטענע מחיצה, איז טאקע נישט קיין שאלה, אבער משום מנהיג אבותינו בידינו איז דא אזעלעכע וואס פירען זיך ווי אמאל אין מ'זיטץ באזינדער,בד"וו ווען איך געווען אין לאנדאן וואס דער דרייווער זיטץ אויף רעכטער זייט האב איך געמיינט אז נאר פרויען דרייווען,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

elter-zeide האט געשריבן:משום מנהיג אבותינו בידינו,

שוין לאנג נישט געטראפן אזא ריכטיגער טייפא... א גוטע מליצה איז עס זיכער.
וירח ה' את ריח הניחוח
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

ביי מיר זיצט אויך די פרוי אין בעק פשוט אלס פראקטישקייט קעיר צו נעמען פונעם געזונדל ק"עה
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס הייסט וואס די פראבלעם איז, ביי אונז אידן ווייסט מען אז פרויען זענען צווייטע קלאס סיטיזענס, אדער ווי מ'רופט עס אין אפאליגעטיק שפראך "זיי האבן אן אנדערע תפקיד", און זיי ארויפברענגען צום פאדערשטן זיץ אין קאר מכלומרשט זיי צו געבן גלייכע רעכטן און ארויפברענגען צום זעלבן שטאפל ווי די מענער שמעקט פשוט נישט אידיש, אויב עפעס קומט עס פון די משכילים אדער פון די מאדע הייזער אין פאריז.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ס׳איז זײער פשוט. אויב זיצט די װײב אין פראנט איז װער װעט זײן די בעק סיט דרײװער?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:פונקט דאס געליינט אין דער "אוצר" אויסגאבע (בני יואל) פון דעם חודש (תמוז).

אינטערסאנט. ווער איז דער מנהיג וואס האט געהאקט אויף דעם?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

elter-zeide האט געשריבן:אמאליגע קארס זענען געווען איין לאנגע סיט אויך אין פארנט, איז דאס געווען שאלה'דיג אין דע נישט ריינע טעג, היינט זענען אלע קארס אין פראנט מיט צוויי באזינדערע סיטס, אין א קאנסיל אינדערמיט, א אויסגעהאלטענע מחיצה, איז טאקע נישט קיין שאלה, אבער משום מנהיג אבותינו בידינו איז דא אזעלעכע וואס פירען זיך ווי אמאל אין מ'זיטץ באזינדער,בד"וו ווען איך געווען אין לאנדאן וואס דער דרייווער זיטץ אויף רעכטער זייט האב איך געמיינט אז נאר פרויען דרייווען,

די זעלבע זאגט מען אויף א גרויסן אדמו"ר שליט"א פון טויזנטער חסידים. אין די צייטונג פון זיין קהילה איז געוועין א גרויסער בילד ווי די רבי שליט"א זיצט אין פראנט אויף די לינקע זייט. האט אויסגעזעען פאר די חסידים דא אין אמעריקע ווי גלייך די רבי שליט"א דרייווט א קאר... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

ווי קימט אהער דער אדמו"ר? דא שרייבט מען וועגען פרויען זיטצן אין פראנט ביים פארען, דער אמת איז, אז אלע אדמו"רים, איך מיין אלע אלע אדמו"רים טיען אזוי, זיי זיצען אין לאנדון אויף דע לינקער זייט, נאר דער אדמו"ר איז אזוי, אז אלעס וואס ער זאגט אין אלעס וואס ער טיט ווערט פארשפרייט, אין נאר זיינע שונאים פארשפרייטען עס, סיי דע בילדער אין סיי זיינע דרשות,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משבק האט געשריבן:ביי מיר זיצט אויך די פרוי אין בעק פשוט אלס פראקטישקייט קעיר צו נעמען פונעם געזונדל ק"עה

דעיס איז א גוטער תירוץ אויף דערווייל. שפעיטער 'עט מען שוין נישט משנה זיין מפני המסורה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

עס איז דא אזעלכע וואס האלטן אז ווען זי זיצט פון אונטן איז א סגולה עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

איך האב אייביג געמיינט אז ווען די ווייב זיצט פארענט, און עמיצער קומט צום קאר בעטען צדקה קען די מאן נישט געבען ווייל די אשה עיניה צרה גיבט אכטונג אויף אים ער זאל נישט געבען, דערפאר זעצט מען איר פון הונטער אז ער זאל רואיג קענען טיילען צדקה פון די פאדערשטע זיץ אן קיין שטער
פארשפארט