היימישע עסקנים העלפן א היספאנישע פאמיליע!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

היימישע עסקנים העלפן א היספאנישע פאמיליע!

שליחה דורך איש צדיק תמים »

טייערע ברודער.

די וואך איז און ספרינג וואלי ניו יארק אראפגעקלאפט געווארן א צוואנציג חדשימ'דיג קינד אויף טויט ל״ע.

דאס קינד קומט פון א ארימע היספאנישע פאמיליע, וואס האט ממש נישט קיין געלט צו באגראבן דאס קינד. די גויים האבן צוזאמגענומען געלט און צום באדויערן האט עס א פינסטערער גנב גע'גנב'עט.

ווי מיר זענען אלע באקאנט, קומט ליידער פאר שרעקליכע העצע׳ס אויפן היימישען ציבור איבער גאנץ ניו יארק, אבער און ראקלענד קאונטי בפרט, אז מיר היימישע אידן רעכענען זיך נישט מיט די גוישע קאמיונעטי׳ס און מיר קערן נאר פאר די אייגענע וד״ל.

העסקן הדגול ר׳ אהרן ווידער דער היימישער לעגיסלאטאר און ראקלענד צוזאמען מיטן היימישע ארגאנאזאציע OJPAC האבן זיך אינאיינעם צוזאם גענומען אויפצוטרייבן געלט פאר די פאמיליע.

אין הלכה שטייט וקוברין את מיתיהם מפני דרכי שלום. רבותי! דורך העלפן דא אין דעם פאל ווי אן ארימע פאמיליע פון ראקלענד׳ס ארימסטע שכונות, הארט ביי די חרדי'שע ספרינג וואלי\מאנסי, האט נישט די עטליכע טויזנט דאלאר צו באגראבן זייער קינד וועלכער איז אומגעקלאפט געווארן קען מען מאכן א געוואלדיגע קידוש השם טאקע מפני דרכי שלום

לאמיר ווייזן פאר די און די דרויסענדיגע געמיינדעס אז מיר קערען דווקה יא, און מיר העלפן ארויס אפי׳ אונזער נישט יודישע שכנים, ביטע מאכט א קידוש השם און זייט מנדב אפאר דאללער פאר די ארימע פאמיליע.

בזכות דעם קידוש השם זאל אייך דער באשעפער באצאלן מכל טוב וטוב.

http://www.ojpacfoundation.org
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

פארוואס נוצן זיי נישט א וועבסייט וואו מ'זאל קענען געהעריג מיט האלטן וויפיל געלט ס'איז שוין אריינגעקומען?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב וואלטן זיי מיר געפרעגט וואלט איך זיי גע'עצה'ט זיי זאלן אראפנעמען די נעמען פון יוסי געשטעטנער און בעני פאלאטשעק פונעם סייט. ס'איז זייער א שיינע זאך צו טוהן, און וועט גורם זיין א געוואלטיקע קידוש השם, אבער אסאך וועלן פילן ווי זיי פיטערען די פאר וואנאבי גאט'ס פארטרעטער צו קענען אויפווייזן וואסארא גרויסע קידוש השם אונז מאכן און פארוואס ס'קען נישט זיין קיין מאלעסטער אדער שווינדלערס אין אונזער קאמיוניטי וואס טוט אזוי פיל צדקה און טובות אפילו פאר די שלעכטע גוים.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אבי נעגעטיוו! אין פאקט איז נישטא קיין עסקנים אין מאנסי, נא אז אהרן ווידער, -וואס אגב גייט לויפן פארן אסעמבלי זיץ-, יוסי געשטעטנער און בעני פאלאטשעק שטעלן זיך ארויס סיי ווען מ'דארף פארטיידיגן די קאמיוניטי און סיי ביים העלפן די אינדרויסענדע, איז תבוא עליהם ברכה. ס'זיצן חוץ פון זיי סתם אלט געזעסענע טשיקענס וואס האבן מורא צו זאגן זייער אפיניאן אלס שרעק אז מ'וועט זיי מער נישט רופן צום חנוכה פאדי, זאלן זיי ווייטער שטיל זיין, און לאזן די אינגערע נייע ג'ענעראציע גיין זייער וועג און טוהן וואס זיי פילן אז ס'איז גוט.

פארגעס נישט, מאנסי איז אסאך אין די נייעס לעצטענס איבער די אידן דארט, אביסל גוטע פאזעטיווע נייעס און דעקונג, אפילו עס ברענגט נאר איין פראצענט גוטס, האט זיך עס שוין אויך געלוינט.

האמער געגעבן געלט מקיים צו זיין דעם הלכה....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דעי קאמפיין דערמאנט מיר אין דעם חסידישען איד וואס האט זיך דאס ערשטע מאל ארויסגעכאפט פון די גבולי העיר, אריין אין א גויאישע קלאב, נאך א כוסה צוויי גייט ער צו צום ערשטן שחור און נעמט אים ארום מיט אהבה, "זאלסט וויסן, מיר אידן האבן זייער ליב שחורים. מיר האבן גארנישט קעגן ענק!"
הויך געשעצטער געשטעטנער מיט פאלאטשעק וועלן מער אויפטוהן וועלן זיי וועלן קאמפיינען אינעווענדיג אין אונזערע מוסדות מ'זאל שוין אויפהערן מיט דעם עשו שונא ליעקב מאקסים ווי ארויסגיין אינדרויסן און אנשטעלן א פנים ווי כאילו ס'גייט אונז אן א ספאנישע גוי אינדערצייט וואס שומרים איז ביזי אנהאקן געיס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

#בלא בלא בלא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יעצט געזען די קליפ. כ'מוז זאגן כ'בין גערירט געווארן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

טאמבעל סאס, כשמו כן הוא, פארדרייט.
אידן טוען עפעס וואס לכל הדעות איז א פאזעטיווער זאך פון א מענטשליכען שטאנדפונקט, תורה׳דיגער שטאנדפונקט, און א זאך וואס האט געברענגט אביסל פאזעטיווע דעקונג פאר אינזער געמיינדע.

פארוואס דארף מען דא אריינמישן ״זאל מען בלא בלא בלא?

פריי דיך אז אפאר יודן האבן געטאן צו די זאך, מאך א טאמבל סאס און דריי דיך איבער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ארי מאנדעל זאגט אמאל אויך גוט.

They helped a non-Jew. Did you hear that? A non-Jew!! STOP THE PRESSES!! Did I mention it was a NON-JEW?! Somebody alert the Nobel committee!!
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

איך וואלט נישט געווען סופרייזד אויב די פיש ווערט סערווירט מיט מאנדעלעך אויף איין טעלער. וד״ל
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

געפילטע פיש האט געשריבן:ארי מאנדעל זאגט אמאל אויך גוט.

They helped a non-Jew. Did you hear that? A non-Jew!! STOP THE PRESSES!! Did I mention it was a NON-JEW?! Somebody alert the Nobel committee!!


[left]YES!!! when he and other self hating former JEWS would not be busy that the JEWS are stealing from NON-JEWS nobody would talk about JEWS and NON-JEWS, do you NON-JEW former JEW understand?[/left]
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דאס אז א איד העלפט א נישט איד ווערט א סענזאציע מיט אן עקסלעמעשן מארק איז די גרעסטע סענזאציע, והמבין יבין.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:ארי מאנדעל זאגט אמאל אויך גוט.

They helped a non-Jew. Did you hear that? A non-Jew!! STOP THE PRESSES!! Did I mention it was a NON-JEW?! Somebody alert the Nobel committee!!

ניין. ער זאגט נישט גוט. ווייל ווען די גוי'אישע מידיא האקן אויף אידן און זענען מדגיש די נעגאטיווע זייט פון די אישוס, און וואס פארא "וויקטימס" די גוי'אישע שכנים זענען נעבעך פון דעם אידישן אראגאנץ, איז נישט דא קיין איינער וואס זאל אויפהייבן א שטימע אקעיגן דעים און זאגן אז ס'איז נישט אמת. און ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א נישט אידישע גרופ , נישט קיין פאליטישנ'ס פאר אן עלעקשאן, זענען ארויסגעקומען און אפגעלייקנט סיי וועלכע באשולדיגונג אדער באשמוצונג אויף די אידן אלס גרופ. :roll: :oops: :o
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דאס אז א איד העלפט א נישט איד ווערט א סענזאציע מיט אן עקסלעמעשן מארק איז די גרעסטע סענזאציע, והמבין יבין.


אנטשולדיגט! זעהט אויס איר ווייסט וואס איך ווייס נישט.
ווען א גוי דארף סיי וועלכע הילף גייט ער צו זיין פאמיליע און חברים. וואס דאן באקומט ער עס אדער יא אדער נישט...
קוים קוים אמאל וואס ער באקומט עפעס בענעפיטס פון זיין קאמיוניטי.
וויפעל מאל האט איר שוין געזעהן א גוי דארף פינאנציעלע הילף און זיין גלח מאכט א טיי אווענט פאר אים...?


ביי אונז איז דא יעדן צווייטן טאג א טיי אווענט פאר א נצטרך, וואו צענדליגע מענטשען וואס קענען ניטאמאל די נצטרך קומען זיך משתתף זיין.
האסטו איין מאל געזעהן א שווראצער קומען צו א טיי אווענט פאר א איד???
האסטו איין מאל געזעהן א ספאנישער קומען זיך משתתף זיין ביי א טיי אווענט פאר א איד???
צו סיי וועלכער גוי זיך משתתף זיין ביי א טיי אווענט פאר א איד???
דרכו של עולם הוא אז א מענטש העלפט זיינע ארומיגע און פון די אנדערע פארגעסט מען...
אונז העלף מיר אונזערע און זיי העלפן (?) זייערע...

ממילא יא! אז א אידישע ארגניזאציע איז ארויס פונעם סדר העולם און אנגעפאנגען א קאמפיין צו העלפן א גוי קומט עס מיט א SHOUTOUT!
נאכדערצו ווען רוב נדבות זענען געקומען פון אחינו בנ"י.

אלע וואס זוכן מיט לעכט שמוץ אויף כלל ישראל זאלן זיך גיין באהאלטן אין א מייזן לאך!!!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

יין שרף, די ביזט גערעכט, צי העלפן א גוי איז נישט קיין חיוב על פי תורה, ווייל די סיבה פאר וואס א איד ברויך העלפן א צווייטן איד איז ווייל היינט בין איך דער וואס גיבט און די דער וואס נעמט, אבער מארגען און מארגן מיין איך יש מחר לאחר זמן, ביי קינדער אדער אייניקלעך, איז די מעשה פארקערט, דעריבער גיב די היינט, און מארגן גיבט זיין אייניקל פאר דיין אייניקל, משא"כ א גוי וועט זיין אייניקל נישט געיבן קיין מאל פאר דיין אייניקל, ממילא איז נישט דא קיין חיוב.

טראכט די מצוה פון צדקה ווי א אינשורענס פאליסי, ווער עס איז א חלק פון די פאליסי, דער איז דערין, אבער א גוי איז נישט אינשורעד, ממילא ברויך מען אים נישט געיבן פון די פארדינסען, נאטינג פערסאנעל.

מהאי טענה קלער איך אז היות רעבעלעך זענען זיי מיט זייערע קינדער און אייניקלעך נישט קיין חלק פינעם ארבייט'ס פארס, זענען זיי עקסקלודעד פון די פאליסי, און לכאורה איניש דא קיין מצוה זיי צי געיבן, ווייל זייערע אייניקלעך וועלן אויך קיין מאל נישט שטיצען א נויטבאדערפיגטע איד, און זיי זענען אלע מאל די מקבלים, קיין מאל קיין נותן.

וועסע דאך אוודאי קלערן אז דעיס האב איך אויסגעטראכט פון מיין געדעירעם, וועל איך דיר זאגן אז דאס איז א גמרא מפורשת, מסכת שבת דף קנ"א עמוד ב, וז"ל,
תניא ר' אלעזר הקפר אומר לעולם יבקש אדם רחמים על מדה זו שאם הוא לא בא בא בנו ואם בנו לא בא בן בנו בא שנאמר (דברים טו, י) כי בגלל הדבר הזה תנא דבי ר' ישמעאל גלגל הוא שחוזר בעולם א"ר יוסף נקיטינן האי צורבא מרבנן לא מיעני והא קא חזינן דמיעני אם איתא דמיעני אהדורי אפתחא לא מיהדר אמר לה רבי חייא לדביתהו כי אתי עניא אקדימי ליה ריפתא כי היכי דלקדמו לבניך אמרה ליה מילט קא לייטת להו אמר לה קרא קא כתיב כי בגלל הדבר הזה ותנא דבי ר' ישמעאל גלגל הוא שחוזר בעולם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יעדעס יאר ווערן אויפגעטריבן ביליאנען דאלארן פאר כל ערליי וואויל-טעטיגע ארגאנעזאציעס. ביי יעדע קאטאסטראפע עפענען זיך צענדליגע פאנדס צו העלפן די געשעדיגדע און פארוואונדעטע צו זאל עס זיין א צונאמי אין יאפאן אדער א פארפלייצומג אין נוי אורלענס, א ערדציטערניש און הייטי אדער א הונגער אין קאנגא. די אלע געלטער קומען נישט פון מענטשן וואס קענען זיך איינער דעם צווייטען. איך רעדט שוין נישט פון דעם אז א יעדע אנדערן טאג עפענט א צווייטער א קאמפיין אויפ סאשעל מידיע פאר א פרישע נצרך און עס פליסט אריין געלט אזווי די אידן האבן געגעבן ביים משכן. פון מענטשן פין אלע ערליי שיכטן און ראסן צו מענטשן פון אלע ערליי שיכטן און ראסען, מענטשן וואס האבן זיך קיינמאל פריער נישט געזעהן.
למעשה וויפיל אידן קענט איר וואס באשטייערען צו אזעלעכע צוועקען ארויס פון אונזערע דלת אמות? אדער ווען למשל האט איר די לעצטע מאל געזעהן א איד ביישטייערען צום רעד קראסס?
איך מיין נישט מקטרג צו זיין ח"ו און אויך נישט צו קריטיקירן, סך הכל וויל איך לעכערן דעם גרויסען עקסטאז פון טייל דא איבער דעם גרויסן ערייכונג אז מיר האבן באוויזן עפעס וואס קיינער אויף דער וועלט האט נאך פריער נישט באוויזן, נישט ממש, אבער יוא געט מיי פוינט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

למעשה פרעגט מען א גוטע שאלה: ווען איז דער לעצטער מאל א היספאנישער איז געקומען צו א טיי אווענט. איך האלט יא אז מען האט געטון אן אייגענארטיגער זאך אז א גאנצע פרעמדע קאמיוניטי איז געקומען צו הילף צו פרעמדע מענטשן און כ'האב צוליב דעם מנדב געוועהן א פאר דאללאר. אפילו די גוי'אישע מידיע האט עס באריכטעט מיט אדמאראציע און וואונדער.

ס'איז אבער יא אביסל גערעכט אז חסיד'ישע אידן קומערן זיך גאנץ ווייניג מיט אלטוועלטליכע טראגעדיעס. ווער פון אונז האט פארלאזט א טרער אויף די רייזענדע פון די מאלאזיע פליגערס? ווער פון אונז האט שוין אמאל באשטייערט פאר די הונגעריגע און אפריקע? הגם וואס מ'קען פארענטפערן אז די גוים געהערן נישט צו קיין קאמיוניטיס אזוי ווייט, זיי האבן נישט קיין טיי אווענטס יעדע שני וחמישי, דערפאר געבן זיי זייערע צדקות פאר אינטערנאציאנאלע צוועקן. משא"כ אונז אידל'ך וואס זענען פארנומען שפייען געלט ביי שחרית מנחה מעריב.

אויב ווילט איר דווקא מקטרג זיין אויף כלל ישראל קענט איר לייקן אן אשכול איבער די נושא וואס כ'האב געשריבן א צייט צוריק.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס א חילוק פארוואס מען טוט עס, רוב צדקות און טובות ווערן געטון צוליב זייטיגע אינטערעסען. דער עיקר איז ס'איז א הערליכע זאך צו זען חסידישע אידן ארויסהעלפן היספאנישע מענטשן, און דער באשעפער זאל העלפן ס'זאל זיך אריבערטריקלען צו אנדערע פלעצער, זאליס זאלן אנהויבן העלפן ארונים, בעלזער זאלן העלפן סאטמארער, חסידים זאלן העלפן או טי דיס, און אזוי ווייטער. ומתוך שלא לשמה בא לשמה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט