B.P.D - ב. פ. ד. מהו?

הילף, עצות און טיפס
[NAMELESS]

B.P.D - ב. פ. ד. מהו?

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וואלט זייער געוואלט וואוסן וואס די גדר איז, וואס זענען די סימנים, דוכט זאך אז סדא פארשידענע שיטות דעריין, סוי ווער ס'ווייסט דערפון בעט איך אל תמנע טוב, עס איז מיר נוגע, תודה
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

מאנכע ריפן עס RMD פאר רשע מרושע דיסארדער, אבער דאס איז זיכער אז די סימנים עינדלען זייער,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

עם איי מיסינג סאמטינג ? כ'פארשטיי נישט וואס מען רעדט דא. בין איך דען אזוי פלאך...? :רח"ל :רח"ל :רח"ל :roll: :roll: :roll:
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לייב שטערנליכט האט א ים מיט שיעורים אויף דעם אויף קול מבשר, דרוק 5 דערנאך 6, פון 91# און ווייטער, וואס ער זאגט ווייס איך נישט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

Bpd אין אידיש קען מען עס אנרופן מער ווייניגער א מענטש מיט מדות משחתות. In general, איז אזא מענטש וואס האט ליעב צו אינטערדריקן, פייניגן און אויסניצן אנדערע מענטשן אפילו די נאנטסטע מענטשן ווי די ווייב און קינדער, טאטע מאמע, און דער מענטש וועט עס טהון מיט רשעות און אפילו זיינע אקציעס וועלן אים פערזענליך שאטן. די גרעסטע פראבלעם פון אזא מענטש איז, ער קען נישט זעהן אז ער טוהט עפעס שלעכט ממילא קען מען אזא מענטש נישט העלפן. נאך א גרעסערע פראבלעם איז אז ער קען גורם זיין אז זיינע קינדער זאלן האבן דעם זעלבן פראבלעם און דאס איז unfortunately די גרעסטע לימוד זכות אויף אזא מענטש. איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין לעסאן אין פסיכילאגיע, אבער בקיצור נמרץ. דער מענטש דעוועלפט א פערסאנעליטי אין די טינעידזש יארן. אין געוויסע אומשטענדן קען דער מענטש דעוועלאפן א פערסאנעליטי דיסארדער. Bpd ווערט דעוועלאפט אין א מענטש וואס ווערט כסדר ארפגעקלאפט, אויסגענוצט, געפייניגט און ווערט נישט געוויזן קיין שום ליעבשאפט פון זיינע נאנטע, געווענליך איז עס טאטע מאמע. דער מענטש דעוועלאפט אזא מהות און ער טוהט די זעלבע זאך צו אנדערע און דאס ווערט זיין מהות פאר זיין גאנץ לעבן און געווענליך געט ער דאס אריין צו זיינע קינדער, זאל נאך א דור הנאה האבן. דאס איז באמת בקיצור נמרץ, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב אין כמה וכמה וועבסייטס און ביכער.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]yatzmachp[/tag] אין אלע מענטשן וואס ליידן פון די מחלה BPD עפענען זיך א ביהמ"ד?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אין די ערשטע אויסגאבע 'חזק' פון די מעלות, האבן זיי געהאט לענגערע ארטיקלן איבער די נושא.
אויך אין די המספיק גאזעט ווערט עס לעצטנס שטארק דיסקוסירט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]yatzmachp[/tag] אין אלע מענטשן וואס ליידן פון די מחלה BPD עפענען זיך א ביהמ"ד?


ניין. זיי האבן געווענליך npd
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

This is a problem that began when machines were invented and people don't know what to do with their time
מודה אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 3:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מודה אני »

BPD = איינער וואס טוט שלעכטס לשם שלעכט....
האט הנאה ווען יענער ווייטאגט.
ווען יענעםס בלוט גיסט זיך וועט ער זיך צוקוקן מיטט א ספעציעלע הנאה אין מיט א שמייכל אויף די לעפצן

אך און וויי ווער עס פאלט אריין מיט אזא איינעם, עס קען דויערן יארן ביז מען כאפט זיך ווי מען האלט, און ווען ווייסט שוין אז ער איז נישט דער שילדיגער איז מען שוין טיף טיף......................
מודה אני השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

און זינט מיר האבן געשריבן דא וועיגן NPD דא ווייסט יעדער דערפון

עס איז ליידער דא מער מענטל דעזיזעס ווי פיזיקאל דעזיזעס

און פאר מענטל דיסארדערס איז דא גאנץ קנאפ הילף

א שטייגער ווי בייפאלער, סקיצעפרעניע, מעניק דיפרעשן, פי-טי-עס-די, פעניק דיסארדער, אבסעסיוו קאמפאלסיוו, אמניזיע, עפילעפסיע,

ועוד כמה וכמה וואס אויף יעדען באזינדער קען מען שרייבן אן אויפהער, כמעט נישט דא קיינע רפואות נאר צי קאנטראלירן, דורך דאפעמין אינהיביטארס אדער סערעטאנען אן נארעפינעפרין. ליידער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייש''כ פאר אלע,
דאס ווייסט יעדער צוזאגען אז בפד איז מידות רעות איינער האט שוין אפי' א ר''ת, לדעתי דארף מען קענען אפטיילען די צוויי און אטעדאס איז מיין שאלה,

לאמיר אייך בעסער מסביר זיין איך קען א איד וואס איז געבענטשט מיט מידות רעות א דל גאה א דיקטאטור כדבעי' למעשה אין די אלגמיינע גאס איז ער א איש החסד באמת ביז... מען רוהט עם זיין פינטל,
דער איד איז נישט קראנק, ער כאפט טאקע נישט וואס ער טוהט, אבער דאס איז נאר ווייל ס'פאסט עם נישט קער צונעמן פון זיך וכדו', כאטש בטבעו איז ער א רך לב.

וואס איז יא בפד כ'ווייס נישט באד זיכער עפעס מיט חולי נפש, מ'זעהט ווי ער אליין מוטשעט זיך אויך וכדומה,
אין המספיק איז נאר דא אנגעווייטאגטע בריווען וואס בדרך כלל רעדן נאר פונעם געלוטענעם, איך וואול וויסן בעיקר פונעם חולה,
סוי אויב קען איינער א טובה טוהן און שרייבן אין יודיש א ביאור איי וואלט עפרישיעט.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

מר עמעזאן, דו ביסט אייזן. דו קומסט מיר פאר ווי יענער וואס וויל וויסן וואס דאס איז אימפרעשאניסט ארט. נאכדעם פארשטייט ער שוין אז עס האט צוטוהן מיט פאטאגרעפי ווייל די ארגינעלע סיבה ער האט געפרעגט זיין שאלה איז ווייל ער האט געזען א גרויסע פיקטשער ביי איינעם אויף די וואנט.

דו קענסט איינעם וואס האט פראבלעמען מיט זיין באנעהמונג מיט אנדערע מענטשן, האסטו קודם ארויסגעכאפט פון א ריזיגן בעג איין דיאגנאז וואס דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דאס איז און יעצט פראבירסטו עס צו פיטן אויף יענעם בעל כרחו. אויב דו ווילסט טרעפן א ריכטיגן דיאגנאז אויף יענעם טוה עס פארקערט. קודם ביסטו טאקע געקומען צום ריכטיגן פלאץ ווי עס דרייען זיך ארום די גרעסטע פראפעסארן און זיי ווילן דיר העלפן פאר אומזיסט. נאכדעם לייג אראפ וויאזוי יענער פירט זיך אויף און מען וועט דיר שוין זאגן פונקטליך א דיאגנאז. די איינציגסטע זאך וועסטו האבן א פראבלעם איז דו וועסט מוזן יענעם צווינגן צו אננעמען דעם פסק.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אין צוגויב צו וואס ראובן זאגט וואס מען ווארפט זיך ביי אונז מיט נעמען אויף יעדעם איינעם אבי אין די וועלט אריין, איז העכסט אינטרעסאנט, ווען איינער וואס "לערנט" זיך אויף מענטאל פראבלעמען, ווי ער לייגט ארויף אויף יעדעס פראבלעם וואס קומט לדרכו, לויט דער בלאט וואס ער האלט אין דער בוך............
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

במחילת כבוד פין די פריעדיגע הודעות. מאכט דאס ווי די זענען שלעכט אין בייז וויליג. נישט אמת אין דאס איז די ריכטיגע וועג צי קוקען אויף א bpd פערזאן.
על פי רוב איז דאס biological. אין עס איז פארמישט ptsd. דאס הייסט אז אין די אינגע יארען האט ער געהאט זייער שווערע צייטען אין די environment מחמת איזה סיבה שיהיה איז נישט געוועהן עוועלעבל פאר חיזוק אדער support.
נישט צי ח״ו באשילדיגען די עלטערן קען זיין אז. די עלטערן מיט א גרויס משפחה מיט געלט פראבלעמען. קינדער פין מלחמה געליטענע וואס בטבע האבען זיי נעבעך געהאט trauma אין געלעבט מיט emotional issues.
ואידך זיל גמור. אויף youtube איז דא א טשעננאל פין NEA.org
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איינער ווייסט אפשר וועלכע פון די צוויי דיסארדערס איז מער שווער פאר די ארימיגע אדוריכצוטראגן די אביוס אין טראמא, BPD אדער NPD?
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

ביידע זייער שווער. די חילוק איז. Bpd איז די מענטש דיפרעסט אין אויך כעס זייער אסאך. ממילא די נאנטע פילען שילדיג אין די פאסירינג.
ווידער NPD איז געהעריג גאווה אויף די ערגסטע פארנעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@ארבעס ס'קוקט אויס איר האט ארויס די זאך, סוי אפשר שרייבט איר עפעס א בילד פון bpd און פון npd לזכות הרבים,
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]עמעזאן[/tag] וואס ווילסטו נאך? איך בין אריינגעקומען אין דער אשכול אהן קיין שום ידוע וואס BPD איז.
איך וואק ארויס ווי א גאנצע תלמיד חכם איך בין זיך שוין גרייט צו טענה'ן מיט אלע אידן אין מיין ביהמ"ד אין דער נושא
וואס פאר א באשרייבונג ווילסטו אזוי פון די ציבור דא?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געבנדיג א שנעלן זוך אויף מר. גוגל, האב איך דאס געטראפן. עס זענען זיכער פאראן מערערע באשרייבונגען.

http://psychcentral.com/lib/symptoms-of ... er/0001063
וירח ה' את ריח הניחוח
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

פליקער@ אדער אנדערע וואס ווייסען ביטע ארויס העלפן אנדערע אידען
אין ווי מער מסביר זיין איבער דעם ענין פון bpt
עס איז א געוואלדיגע זכות פון מזכה את הרבים,

איך כהאב מיך ספעציעל איינגעשריבן וועגען דעם
איך ווייס אסאך מענטשן וואס צאלען נעבעך אוועק זייער ברויט פון מויל פאר אזוי גערופענע פיסכעייטערס וועגען זיי זענען נעבך קרבנות פון אזאלכע עלטערן

איך כהאב פראבירט צו ליינען די לינק וואס איינער לייגט דא אבער עס איז זייער שווערע ענגליש און איך פארשטיי נישט, איך זע אז ער שרייבט דארט מוירעדיגע זאכן איך האלט עס וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת ווען איינער קען דאס איבער טייטשען אויף אידיש
ייש״כ להבא פאר די וואס העלפן ארויס אנדערע אידען בגופם
און פארשטיי זיך וואס זענען די עצות פאר קרבנות זיך צו העלפן

נ.ב וועגען חייך קודמין (אויף אזא מין אופן) לגבי כבוד אב ואם וועט מען שפעטער דן זיין
איך זאג ייש״כ פארן אוועקגעבן פון ענקערע טייערע צייט צו העלפן אנדערע (צובראכענע) אידען
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

עס איז א mental disorder לויט דעם nimh.
דאס מיינט צי זאגען, עס זענען פארהאן ניין הנהגות וואס אויב א מענטש האט פינעף פין די ניין קען ער ווערן אנגערופען א bpd.
למאי נפקא מינה?
מען טוט סייווי נישט טריטען די נאמען bpd. נאר די הנהגות אין די שורש הדבר???
איז, היות עס זענען דא אזוי פיל personality disorders and recommendation וויאזוי זיי צי טריטען איז וויכטיג צי פארשטיין די category.

למשל. אז עס זענען דא שטאדיעס אז פאר ADHD העלפט א געוויסען therapy אדער medicine איז קריטיש אז מען טיט וויסען די ריכטיגע personality disorder. ווייל פאר bpd העלפט נישט דער מהלך פין א ADHD טריטמענט.

יעצט ווייטער. עס זענען דא צוויי פין די ניין הנהגות קען זיין אז ביי די היימישע עולם וועט אפילו אן ערענסטע bpd נישט ווייזען. באמת איז דאס נישט א סתירה. ווייל ווי דערמאנט טריט מען די שורש הדברים.

די שוועריקייט פין דעם נושא איז אס זענען דא די פאלגידיגע זאכען.

על פי רוב דיע מענשטען ווילען נישט מודה זיין אויף דעם.
עס איז PTSD דאס הייסט אלטע טראמא אין טיף מוח באגראבען.
עקסטרעמע סענסיטיו הרגשים. Extreme emotional deregulation.

דער מענטש איז אין שרעקליכע ווייטאג טיף אין הארץ.


עס איז דא א בארימטע פרוי מיט דעם נאמען Marshah Lineham. זי האט ערפינדען א מהלך פין טריטען א bpd.
דורעך DBT Therapy.
DBT ארבעט אויף דעם יסוד פין mindfulness וואס איז ערפינדען דורעך דעם בארימטען Jon Kabat Zin.
אסאך זאגען אז דאס קימט פין Buddhist meditation. דער וואס טיט אין דעם וועט זעהן אז דאס קימט שוין פין אינזערע יסוד האמונה אין דאס האט נישט אפילו קיין טראפ כפירה.
דאס איז בקיצור איין יסוד.
מאך צי דיין אויגען פאר פינעף מינוט.
לאז אלע מחשבות זרות קומען אין לאז זיי גיין.
טראכט וועגן דיין אטעם. כל נשימה ונשימה תהלל.
עס וועט קימען ווידער מחשבות פין פארשידינע כעס, דאגה וכו, לאז עס קימען לאז עס גיין.
קאנסטריטיר ווידער אויף דיין נשימה ונשימה.

איך דארף גיין דאווענען........
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

@פליקער האט דערמאנט ocd וואס דאס איז לדעתי פון די מערסט פארשפרייטע מענטל מחלות ביים היימישן עולם . און פאקט קען מען זען אין ב"יהמד דא .דארט מענטשען וואס מוטשען זיך דערמיט . האב איך נאר געוואלט דערמאנען די באקאנטע cbt מעטאד וואס איז בדוק ומנוסה . גיימיר נישט יעצט אריינגייין אין אריכות אבער בקיצור וויאזוי סארבעט איז אז מגייט דווקא קעגן די קאמפולסיוו מחשבות אדער מעשים . אגב איז לעצטענס ארוויסגעקומען א בוך אין אידיש אויף דעם און דוכט זיך אז סקען זיין שטארק בייהילפיג .
פארשפארט