די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעיקוואד האט געשריבן:זיך פארענטפערען אויף א טעות, אפילו א פאטאלער טעות, איז נישט דער מנהג און איז נישט אנגענומען ביי גדולי מנהיגי ומאורי ישראל. נישט נאר אין סאטמער נאר בכלל. מיר קענען זיך נישט דערוואגען צו פארשטיין די הנהגות פון די גדולים און צדיקים אוודאי האבען זיי א ווייטערע בליק פון אונז און זיי פארשטיין אז מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבען און דאס קען האבען א שרעקליכע עפעקט אויף די גאנצע אמונה און יהדות. ווער ווייסט אז מען וועט טראכטען אז דער רבי זי"ע איז געווען א בשר ודם ווער נאך וועט מען אנפאנגען טראכטען אז ער איז געווען א בשר ודם בסך הכל און די גאנצע יהדות הענגט שוין אויף א פאדעם.

דאס וואלסטו געקענט זאגן ווען נישט עס איז פארהאן צענדליגער סיפורים טאקע פונעם סאטמאר רב אליין ווי ער האט זיך אנטשולדיגט פאר מענטשן וועמען ער האט וויי געטאן, און נישט נאר אנטשולדיגט און געזאגט 'סארי', נאר זיי מפייס געווען בדברים ובממון, אפילו אויב עס איז געווען בשוגג שלא בכוונה. אדרבה, מודים דרבנן היינו שבחייהו.

עס איז ביי מיר קלאר אז אויב דער סאטמאר רב זאל האלטן ביי זיך אפילו כמלא נימא אז ער איז באגאנגען א עוולה מיטן יעצנו רע, און דאדורך זענען אידן אומגעקומען, וואלט ער זיי מפייס געווען און עוסק געווען בתשובה כל ימיו אויף דעם; דאס וועט קיינער נישט לייקענען אז דאס איז געווען זיין מהות, ווי שוין דערמאנט אויבן, הגם אן עקשן און תקיף בדעות, אבער אויסערגעווענליך ווייך און מלא רחמים כלפי בני אדם, כמעט נישט געווען אז א איד זאל אים פארציילן א צרה און ער זאל נישט משתתף זיין בצערו און פיזיש מיטוויינען בדמעות שליש.

לעיקוואד האט געשריבן:מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבן

דער רבי האט קיינמאל נישט פרובירט צו מאכן פון זיך אז ער איז עפעס מער ווי א בשר ודם, כאטש ער האט געלעבט א לעבן משכמו ולמעלה ווי גשמיות האט כמעט נישט תופס מקום געווען, זיין קדושה ופרישות איז געווען למעלה מהשגתינו, מיט עסן, טרינקען, שלאפן וכו', עכ"ז האט ער זיך געהאלטן פאר א פשוט'ער מענטש בשפלות רוח. נאך מער פון דעם איז ידוע, אז ער האט קלאר געלערנט די חסידים אז א רבי איז נישט קיין מלאך, און קען האבן א טעות, און האט פארלאנגט פון זיינע אייגענע חסידים אז טאמער וועט ער זעלבסט טוישן שיטה זאל מען עס נישט מקבל זיין, נאר מען זאל זאגן משה ותורתו אמת און דער רבי האט א טעות.

די אלע אומ-קראנטע שמועות וואס די מענטשן טראכטן אויס קען נאר זאגן איינער וואס האט אים נישט ארויסגעהאט, געוויסע מענטשן האבן אים נאר געקענט מיט זיין תקיפות און זיינע עקסטרעמע השקפות וואס אורייתא קמרתחא ביה, (נכלל אפאר שרייבערס דא אין שטיבל), און זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט זיין אנדערע זייט, ווי ער האט פארקערפערט אין זיך די קעגנזייטיגע מדות פון חסד און גבורה, שני הפכיים בנושא אחד, גבורה האט ער גענוצט נאר כלפי תורה און דעם באשעפער, אבער גלייכצייטיג חסד אן א שיעור פאר אידישע קינדער, אפילו זיינע שונאים גמורים, כידוע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שמעקעדיג, כמדומה שלא הבנת מה שכתבתי. מעשה'לאך פון זיך פארענטפערן פאר אייינער וואס ער האט פוגע געווען האט נישט קיין שום שייכות מיט מודה זיין ער האט געמאכט א פאטאלער טעות אין הנהגה, ווי אויף מעשה'לאך אויף שפלות רוח האט ווייטער נישט קיין שייכות מיט זיך עקש'נען אויף זיינע שיטות און דרכים כאילו ניתנו מפי הגבורה אן אנערקענען ער איז א בשר ודם. די דרשות וועגן חסד און גבורה זענען שיינע דרשות זיי העלפען אבער גארנישט דער פראבלעם.

(בדרך אגב ואחרי אלף מחילות די אלע שיינע מעשיות ווי ער האט פוגע געווען אין איינער און שפעטער איבערגעבעטען ווייזען לכאורה נישט אויף קיין עקסטערע מענטשליכקייט. א בעל מידות א נארמאלער מענטש מאכט נישט קיין ציפעדיגע וויצען אויפ'ן חשבון פון א צווייטער לכתחילה אפילו ווען ער האט ממש א גוטס אויפ'ן צונג און קען זיך נישט איינהאלטען. און אז דו ביסט א גרויסער רבי און דו האט א שטיקל קאנשיסנעס און גענוג געלט און חסידים גורם זיין יענער זאל דיר נאך מוחל זיין אויך מאכט דיר נישט פאר קיין בעל מידות נאר להיפך.)

א קלוגער איד געווען דער סאטמערער רבי ער האט מחנך געווען זיינע חסידים אז נאר די תורה איז קובע נישט דער רבי, נו פארשטייט זיך ווער איז קובע וואס די תורה זאגט נאר דער רבי וואס האט מברר געווען לאמיתה של תורה... איך האב נאכנישט געטראפען דער סאטמערער חסיד וואס איז געווארען א ציוני נאכען מברר זיין דעת תורה אליינס און זאגען אז מען פאלגט נישט דער רבי קעגן דער תורה..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואוד, יש לציין הגאון בעל אם הבנים שמחה וואס האט צוריקגעצויגן פון זיין קנאי'שע שיטות און איז געווארן א ציוני נלהב ביי די מלחמה. אמת דאס איז די exception that proves the rule, אבער כבר היה לעולמים.
א קלוגער איד געווען דער סאטמערער רבי ער האט מחנך געווען זיינע חסידים אז נאר די תורה איז קובע נישט דער רבי, נו פארשטייט זיך ווער איז קובע וואס די תורה זאגט נאר דער רבי וואס האט מברר געווען לאמיתה של תורה... איך האב נאכנישט געטראפען דער סאטמערער חסיד וואס איז געווארען א ציוני נאכען מברר זיין דעת תורה אליינס און זאגען אז מען פאלגט נישט דער רבי קעגן דער תורה..

:like
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

וואס האט דער בעל אם הבנים שמחה מיט סאטמאר ? און טאמער איז ער געווארן א ציוני איז דאס זיכער נישט געווען ווייל ער האט געהאלטן אין קאפ די אנזאג פון סאטמאר רב אז מ'טאר זיך נישט אוועקרירן פון די תורה אפילו גדולים זאגן אנדרעש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נהורא, מיין תגובה באציט זיך אויף דעם וואס לעיקוואוד טענה'ט אז א חרדי'שער מנהיג האט נאך קיינמאל נישט מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות.
אויב איינער האט געלערנט דעם ספר, בין איך נייגעריג צו וויסן צו ער אנטשולדיגט זיך דארט פארוואס ער האט נישט געהאלטן אזוי פריער און גורם געווען שלא בכונה מען זאל זיך נישט ראטעווען.
אגב, יעדער קען זען ווי אזוי דעם סאטמאר רב'ס פסיכאלאגיע האט געשפילט, ווען ער האט נאך די מלחמה אויסגעטראפן אז די ציונים האבן געברענגט די מלחמה. ווי פאסט דאס פאר א קלוגער איד צו זאגן אזעלכע דברי הבל? נאר גאנץ מעגליך אז זיין גילטי קאנשעס האט געשפילט אויף אים און ער האט געשפירט אז ער מוז ארויפווארפן די שולד אויפ'ן שעיר לעזעזאל, די ציונים עמלקים.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

און וואס טוט מען מיט די קאנטראווערסיאלע אופפירונג מצד דעם רבי'ן און נאך אנדערע גדולים ביים זיך פארמעסטן פאר רבנות פאסטענס וואס איז געווען באגלייט מיט די נידריגסטע געשלעגן מחלוקת רדיפות זלותא דרבנן היזקות ועוד, צו האט דער רבי וואס האט אלס געוויסט וואס טוט זיך, דא פלוצלינג גארנישט געוויסט.
מיין שוועריגקייט ליגט בעיקר אין די היפאקראטיטעט פונעם ענין, נאר געוויס מוז מען זאגן אז ער האט געגלייבט אז היות ער איז די סאמע איינציגסטער וואס קען אפראטעווען דעם דור פון ציונות כפירה ועוד דארף ער צו מעג ער פאר אלע פרייזן זיך ארויפדראפענען אויפן לייטער פון מאכט און אנערקענונג, איי מחלוקת, כבר היה לעולמים.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

יאיר האט געשריבן:נהורא, מיין תגובה באציט זיך אויף דעם וואס לעיקוואוד טענה'ט אז א חרדי'שער מנהיג האט נאך קיינמאל נישט מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות.
אויב איינער האט געלערנט דעם ספר, בין איך נייגעריג צו וויסן צו ער אנטשולדיגט זיך דארט פארוואס ער האט נישט געהאלטן אזוי פריער און גורם געווען שלא בכונה מען זאל זיך נישט ראטעווען.
אגב, יעדער קען זען ווי אזוי דעם סאטמאר רב'ס פסיכאלאגיע האט געשפילט, ווען ער האט נאך די מלחמה אויסגעטראפן אז די ציונים האבן געברענגט די מלחמה. ווי פאסט דאס פאר א קלוגער איד צו זאגן אזעלכע דברי הבל? נאר גאנץ מעגליך אז זיין גילטי קאנשעס האט געשפילט אויף אים און ער האט געשפירט אז ער מוז ארויפווארפן די שולד אויפ'ן שעיר לעזעזאל, די ציונים עמלקים.

קען זיין אז ער איז נישט גערעכט, איך האב נישט אביעקטיוו דורכגעטון די גאנצע נושא פון די ראלע פון די ציונים ביים צווייטען וועלטס קריג, אבער דוכט זיך אז עס איז נישט ממש בגדר דברי הבל און ער איז נישט די איינציגסטע קלוגע מענטש אזוי צי זאגן, וויפיל איך האב יא געליינט פון די קנאים און פון פרייע צוגלייך האט די ווערטער א היפשער באזיס, און סאיז נישט סתם "דברי הבל" פון כעס ארויסגעשאסן.

דאס איז חוץ די נקודה אז סאטמאר רב האט עס נישט צוגעצייכענט נאר פון א פראקטיש שטאנדפונקט, נאר בעיקר פון א רוחניות'דיגע און הימלישע שטראף אויף די נגע הציונות, און איך זעה נישט פארוואס עס איז מער דברי הבל ווי ר' אלחנן וואסערמאן, וואס האט עס געווארנט אלץ א ויתערבו בגוים שטראף, צי די אנדערע סיבות וואס גדולים האבן אנגעגעגבן אלץ סיבה צום ביטערען חורבן, לויט סאטמאר רב און (רוב חרידישע גדולים און יענע תקופה), וואס ציונות איז געווען א כולהו איתניהו ביה.

און לאמיר געדענקען אז שלא כהרבה גדולי ישראל וואס האבן גענומען א עדווענטעטזש פון זייער פאזישען און געזאגט זייער מיינונג אן זיך מטריח זיין צי ברענגען דערויף קיין שום בעקאפ, נאר ווייל אזוי האלט איך, סאטמאר רב האט ביטערליך שווער געארבעט אויף אלע אופנים, און עס האט אים געקאסט שטיקער געזונט צי ערקלערן זיינע ווערטער מיט מקורות, און כאטש די האלטסט אז ער איז נישט גערעכט דערמיט, און ער האט קרים געלערנט, דאך האלט איך נישט אז עס איז פאסיג עס אנציריפען דברי הבל, ווען עס איז נישט אבי געשאסען.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Why should other Gedolim disturb him to make Chassidim. They all understood that this is what he really meant
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Your lesson here is, that there is no free lunch. To be considered better you must pay a price. Its your fault and greed that you didn't think of it before.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

diff האט געשריבן:Why should other Gedolim disturb him to make Chassidim. They all understood that this is what he really meant


ביטע עלאבאירן אייער קשיא און אויב מעגליך שטרענגט אייך אן עס צי טוהן אידיש, מיר זענען וויקטימס פון סאטמאר רב, די ענגליש איז גאר שוואך.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

I am answering you, why the other rabbis didn't answer him. They didn't want to disturb him build his chassidus. Now, Please explain your proof that the shoah wasn't his and our fault. Is it because he was rescued
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

diff האט געשריבן:I am answering you, why the other rabbis didn't answer him. They didn't want to disturb him build his chassidus. Now, Please explain your proof that the shoah wasn't his and our fault. Is it because he was rescued

איך מוטשע מיך צו פארשטיין, וואס די מיינסט איז, די גדולים וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי אים האבן פשוט נישט געוואלט מבאר זיין זייערע ווערטער ווייל זיי האבן נישט געוואלט שטערן בויען זיין חסידות... שטארק מסתבר מאכט אסאך סענס..

איך האב נישט קיין פראף אויף גארנישט, איך לאז דעיס פאר די היסטאריקער דא, אלל איי סעיד אז ער האט נישט סתם געשאסן.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך וויל קודם איבערשרייבן וואס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול.

די דאקומענט מגלה טפח ומכסה טפחיים. קודם כל די דאקומענט איז געשריבן געווארן אין 1994, conveniently פופצן יאר נאכן הסתלקות פון סאטמאר רבי'ן אין א צייט ווען אזויפיל וואס האבן געקענט ענטפערן, וואס האבן געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמעישן, זענען געשטארבן.

״די גרעסערע פראבלעם מיט דעם דאקומענט איז, עס זאגט נישט ווען די מעשה איז געווען. עס שטייט 1943. אין 1943 זענען די אונגערישע אידן געווען אונטער דעם איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף. די אידן אין אונגארן זענען אריין אין געטא אין April 1944. די פוילישע דעפארטעישנס האט זיך אנגעפאנגען סוף זומער 1942, די ליקווידעישן פון די ווארשא געטא האט געדארפט זיין פסח 1943. די פוילשע אידן האבן נאך דעמאלס נישט געוואוסט אז מען הרגעט זיי אלע אויס. און די וואס האבן געוואוסט האט עס פאר זיי קיין סאך נישט געהאלפן. איז צו באשולדיגן דעם הייליגן סאטמאר רבין כאילו אין 1943 ווען די אונגארישע אידן זענען נאך געווען מיט די איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף און די טרעק רעקארד פון די ציונים אין העלפן ראטווען אידן אויף א mass scale איז געווען non existent און אנדרייערס זענען זיי געווען גרויסע, אז סאטמאר רב האט נישט געוואלט אז א ציוניסט זאל קומען רעדן וועגן ציונות מיינט נאך נישט אז ער האט געוואלט די אידן זאלן זיך נישט ראטעווען. ס'איז זייער גרינג פאר א ציוניסט וואס האט געהאט א חשבון מיטן סאטמאר רבי'ן וואס האט מן הסתם נאר געוואלט אנדרייען ציוניזם, צו זאגן לאחר המעשה אז ער האט געוואלט זאגן אז דער עולם זאל זיך ראטעווען און נאר וועגן סאטמאר רבי'ן זענען זיי דארט געבליבן. משא"כ די אידן פון די אנדערע שטעט וואו די ציונים האבן יא געהאלטן זייערע דרשות און זענען מיט דעם אלעם גע'הרג'עט געווארן אויף דעם האף איך איז א צווייטער שולדיג. לכאורה לויט יענע רשעי ישראל איז סאטמאר רב אויך שולדיג פאר זייער טויט.

איך וועל וועגן דעם איבערזאגן, "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא".

איך וויל צולייגן אז פאר די וואס האבן דורכגעטוהן דעם ענין האף איך אז זיי האבן געליינט דעם בוך Perfidy is a book written by Ben Hecht in 1961. דאס איז געשריבן געווארן פופצן יאר נאכן קאסטנער טרעין, נישט זיבעציג. דאס איז פון די וויקי דף

Perfidy is a book written by Ben Hecht in 1961. The book describes the events surrounding the 1954–1955 Kastner trial in Jerusalem.

The book draws heavily on transcripts from the trial, and concludes that in 1944 Rudolf Kastner deliberately withheld from the Jews in Hungary that the trains the Nazis were putting them on were taking them to death by the gas chamber, not to a fictitious resettlement city as the Nazis claimed, and that Kastner then lied about it under oath. One of the supporting facts presented is that, in the Supreme Court appeal of the original verdict implicating Kastner, all five Supreme Court Judges upheld Judge Halevi's initial verdict on the "criminal and perjurious way" in which Kastner after the war had testified on behalf of Nazi war criminal Kurt Becher.[1] Judge Silberg summed up the Supreme Court finding on this point: "[respondent Malchiel] Greenwald has proven beyond any reasonable doubt this grave charge."[2]

ReceptionEdit

In a 2007 Jerusalem Post opinion column, Elliot Jager called Perfidy "a devastating account" of Rudolf Kastner's betrayal of Hungarian Jewry.[3] Jerome A. Chanes, writing for the Forward in 2009, described Perfidy as an "ill-conceived and irresponsible anti-Kasztner [sic]" account.[4]

זעהט אויס זיבעציג יאר שפעטער זוכן זיי צו אויסדרייען דעם דאשיק און באשולדיגן אז די גאנצע שואה בכלל און אונגערישע אידן בפרט איז די שולד פון סאטמאר רבין. ווען נישט אים וואלטן זיי אלע געראטעוועט געווארן. How sick
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך וויל נאר צולייגן אז קאסטנער האט נאך דעמאלס געזאגט ליגנט אונטער א שבועה דארפן מיר גלייבן hearsay? די טאכטער זאגט אין נאמען פון טאטן יארן שפעטער, און מיר דארפן גלייבן אז ער האט איר געזאגט דעם אמת און אז זי זאגט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א יעדער איינער ווייסט אז קאסטנער איז געווען א פארברעכער. וואו קומט דאס דא אריין? ווייל קאסטנער איז געווען wrong, מאכט דאס דער רבי אטאמאטיש גערעכט? צוויי מענטשן קענען נישט טון עוולות? ובכלל, די רבי איז דאך געווען א טייל פון קרסטנער'ס עוולה, אויף דעם האט ער זיך דען יא אנטשולדיגט אמאל?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

מר הוגה, אנטשולדיגן פאר וועם און פארוואס? איך האב מקדים געווען "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא". איך האב נאך נישט געזען קיין עווידענס אז ער האט געטוהן עפעס ראנג. אפשר דארפן מיינע זיידעס און באבעס זיך אנטשולדיגן פארן איבערלעבן? כמעט זיין גאנצע קהילה איז באשטאנען פון איבערלעבער און א חלק ניכר וואס האבן אים געקענט נאך פון אונגערן. זיי האבן נאך אזוי געוואוסט וויפיל אונגערישע אידן די רבי האט געשיקט צו זייער טויט און פונדעסטוועגן זענען זיי voluntarily געקומען צו אים. נאך די מלחמה זענען רוב אידן געווען פריי אנצוהייבן א ניי לעבן ווי אזוי זיי האבן געוואלט און זיי האבן געוועלט סאטמאר.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאך אפאר וויכטיגע פרטים,

קאסטנער איז געווען א געפערליכער יונגאטש אזוי האבן געהאלטן זייער אסאך סעקולערע היסטאריקער, פארדעם האט מען איהם געקלאגט אין געריכט,
ס'איז יתכן צו זאגן אז סאטמאר רבי איז פונקט אזוי שולדיג א הכרת הטוב צו אדאלף אייכמאן ווי קאסטענר און אפשר נאכמער,
נאכאלעם אן אייכמאן וואלט דאך זיכער גארנישט געווען,
קאסטנער און זיינע געהילף האבן בזדון סאבאטיזשירט א גראנדיעזער פלאן צו אפראטעווען די גאנצע אונגארישע אידנטום,
ער האט פשוט נישט פארגינען אז די פרומע אידן אין בודאפעסט זענען בראש,
אייכמאן האט עדות'געזאגט ביי זיין פראצעס, אז ער האט געמאכט א געשעפט מיט קאסטנער צו ארויסלאזן איין טראנספארט פון זיינע חברים,
פארן אויסטויש צו זיכער מאכן אז די אידן ווערן דעפארטירט אן קיין ווידערשטאנד,
"דאס איז געווען צו א גוטע זאך צו אפזאגן" האט אייכמאן דערקלערט,
קאסטנער האט געהאט אין זיין באזיס די דאקומענטן פון די באקאנטע עדות'שאפט פון צוויי טשעכישע פלטים פון אוישוויץ, און געמאכט א שווייג דערפון,
די איינציגע סיבה וויזוי סאטמארע רבי האט אפי' געוויסט פונעם גאנצן טראנספארט,
איז ווייל די פרומע ועד הצלה זענען פון שטענדיג אן געווען אין קאנטאקט מיט אייכמאן, ממילא האבן זיי אלעס געוויסט,
קאסטנער וואלט קיינמאל אין זיין לעבן נישט אין באטראכט גענומען צו אריינעמען סאטמאר רבי אינעם טראנספארט,
ער האט לכתחלה זיך אויסגעדרוקט "עס קאמט נישט אין בייטראכט"
סאטמאר רבי איז אנגעקומען דארט נאר מיט ציין אין נעגל פון זיינע שטיצער אין בודאפעסט ר' חיים ראטה בראש,
קאסטנער האט עדות געזאגט ביי זיין פארצעס, די טרענסקריפט איז דאקומענטירט,
אז בעת די פארהאנדולנגען איז ער געווען אין בודאפעסט, און ער האט קאנפערירט מיט זיינע שותפים אין קלויזנבורג,
האט מען איהם געפרעגט, צו ער האט געהאט געשפרעכן מיט די יודנראט אין קלויזנבורג? יא
האט מען אייך גע'עצה'ט וועם צו אריינעמען אין טראנספארט? ניין, אלעס איז געווען אויף מיין אייגן מיינונג,
אויסער "איינמאל" האט מיך דר. פישער געהייסן אריינעמען סאטמאר רבי,
ע"כ פון קאסטנער'ס עדות,
אויסערדעם די גאנצע וועג פון די געטא ביזן ענדגילטיגן באפרייאונג איז יעדע ריר געווען נסים,
דער באן האט 3 מאל געהייסן אז עס ווערט פארקירעוועט צו פארניכטונגס לאגער,
די רבי'ס מענטשן האבן אלס איבערגעדרייט א וועלט און געפיטערט אייכמאן'ען מיט נאך שוחד,
ביזן געטא אליין די וועג פון סאטמאר קיין קלויזנבורג, וכו' וכו'

נאך אזאך פאר די רעקארד,
די רבי האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם זיך צו באדאנקען פאר סיי וועלכער סארט מענטש, צו ציונים צו קנאים, גוים, אידן, קריסטן, מוסלימס
ער האט פערזענליך געשיקט א שליח צו דר. פישער, דר. שוורץ, דר. קליין און די על-סאלוואדור עמבעסי צו באדאנקען פאר זיין הצלה,
ליידער די ציונים האבן 2 פראבלעמען מיטן רבי'ן
איינס, היתכן ער האט זיך נישט געשמד און געווארן א ציוני,
צוויי, היתכן מ'דאנקט אויך דעם רבוש"ע דאס איז שוין עק וועלט,

עני וועי, אין לי כח וזמן להאריך, אבער כאנאך אסאך צו זאגן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

yatzmachp האט געשריבן:מר הוגה, אנטשולדיגן פאר וועם און פארוואס? איך האב מקדים געווען "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא". איך האב נאך נישט געזען קיין עווידענס אז ער האט געטוהן עפעס ראנג. אפשר דארפן מיינע זיידעס און באבעס זיך אנטשולדיגן פארן איבערלעבן? כמעט זיין גאנצע קהילה איז באשטאנען פון איבערלעבער און א חלק ניכר וואס האבן אים געקענט נאך פון אונגערן. זיי האבן נאך אזוי געוואוסט וויפיל אונגערישע אידן די רבי האט געשיקט צו זייער טויט און פונדעסטוועגן זענען זיי voluntarily געקומען צו אים. נאך די מלחמה זענען רוב אידן געווען פריי אנצוהייבן א ניי לעבן ווי אזוי זיי האבן געוואלט און זיי האבן געוועלט סאטמאר.

און דו ווייסט וויפיל אידן האבען עם נישט געקענט קוקן אין פרצוף אריין? געווען זענען זיי ארשיווע אנגעליטענע ,צו קראלע אבגעבריטע אדער מחסידי ר' אבישל (און קום מיר נישט ענטפערן אז בנו ר' הערשעלע האט עם יא מוחל געווען) און פארגעס נישט פון די קלויזענבארגע מחלוקה וואס דער רבי האט אנגעדרייט אדער פון זיינע פילע שונאים אין סאטמאר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

שוין.  נאכן דורכליינען דעם ארגינעלען ארטיקל, האב איך נישט וואס מוסף צו זיין, נאר איך קען קלארער איבער זאגן אז עס איז נישטא קיין שום זאך מיט וואס מען קען באשולדיגען האדמו"ר מסאטמאר מער ווי עני אנדערע מנהיג ישראל בדורו. און יא סיי דער ארגינעלער שרייבער, און סיי הוגה שרייבן אז אנדערע רבנים האבן זיך אנדערש אויפגעפירט, און איך זאג קלאר אז עס איז שקר, יעדער רבי וואס האט געקענט האט געכאפט פיס און אנטלאפן ווי די אויגן האבן זיי געטראגן, בתוכם האדמו"רים מבעלז גור מונקאטש ליובאוויטש באבוב סקווער ועוד, (חוץ א יוצא מן הכלל הרב מגאלאנטע הי"ד), און וואס האט מען מער טענות אויף האדמו"ר מסאטמאר?

נאכמער דער שרייבער פונעם ארטיקל דערמאנט ווי נאכן אויסזידלן דעם קלויזעבורגער געטא, איז האדמו"ר מסאטמאר ארויף אויפן קאסטנער באן כאילו ער האט געטוען אן עולה אז ער האט איבער געלאזט דעם ביקסאדער רבי הי"ד, עס פאלט אים נישט ביי צו קריטיקירן דעם קלויזעבורגער רב הרב עקיבא גלאזנער פארן פארלאזן זיין אייגענע קהילה און אויפשטייגן אויפן זעלבן באן? פארוואס נאר אנטי ציונים האבן געברויכט געהארג'ט ווערן מיט זייערע קהילות? די ציונים האבן יא געמעגט אנטלויפן? איז דאס נישט קיין דאפעלטע סטאנדארט?

נאר וואס יא, אן א לאנגע דעזערטאציע מיט אזויפיל שטותים, איז דא איין גאר הארבע קשיא נישט נאר אויף האדמו"ר מסאטמאר, נאר אויף אלע פרומע רבנים וואס האבן אנגעפירט א מלחמת חרמה אקעגן ציונות. פשוט, די ציונים האבן געזיגט, הערצל איז גערעכט געווען, ווען מער אידן גיין ווען ארויף בויען דאס לאנד ווען מען האט נאך געקענט, וואלט ווען איבערגעבליבן ווייניגער  אידן פאר היטלער צו הרג'ענען.

בשעת די מלחמה איז שוין געווען צו שפעט. דעמאלטס האט שוין נישט געהאלפן צו מ'איז א ציוני צו נישט, הרב טייכטאל איז נעבעך געהארג'ט געווארן און האדמו"ר מסאטמאר האט איבער געלעבט. אבער אויף די יארן פאר די מלחמה איז די קשיא, הייסט אז הערצל האט געהאט א ווייטערן קוק ווי למשל הדברי יחזקאל?

און דאס איז א קשיא וואס האט געבאדערט האדמו"ר מסאטמאר עד דכדוכה של נפש, און אויף דעם האט ער געזאגט די נשא תורה שוא עבוד אלקים כו'.

אזוי ווי ער איז אבער געווען א פרומער און געגלייבט באמונה שלמה אז חלילה צו זאגן אז די פריערדיגע צדיקים האבן זיך טועה געווען, האט ער געמוזט אויפקומען מיט אזעלכע לעכערליכע באשולדיגונגען אז די ציונים גופא זענען גאר שולדיג אינעם חורבן, בפרט אז ער האט נאך געהאט צו זיין האנט ר' מיכאל בער וויסמאנדל, וואס האט אים פארקויפט אזעלכע פאנטאסטישע מעשיות ווי רק בדם תהיה לנו הארץ, האט ער דאך שוין געהאט אויף וועם צו בויען. 

צום לעצט וועל איך דערמאנען א ווארט וואס איך האב געהערט נאכזאגן פון ר' ברוכ'ל ממונקאטש הנוגע לענייננו.

עס איז באקאנט פון חז"ל אז ביי פרעה שטייט ביי די לעצטע פינעוו מכות, ויכבד ה' את לב פרעה, אז דער אייבערשטער האט שווער געמאכט זיין הארץ אז ער זאל נישט קענען זאגן ניין, פרעגן שוין די ראשונים ווי קען דאס זיי אז דער אייבערשטער זאל צונעמען די בחירה פון א מענטש און אים נאכדעם מעניש זיין דערויף?

ענטפערט אויף דעם דער מונקאטשער רב ז"ל א מורא'דיגע ווארט. ס'איז דא אמאל א מענטש וואס דער אייבערשטער שיקט אמאל א וואונק, א מעסעזש אז ער זאל איינזען אז פירט זיך נישט אויף ריכטיג, דערווייל אבער איז דער מענטש שוין אזוי פארדרייט אז ער פארשטייט גאר פון דעם רמז אז טאקע יא אט אזוי ווי ער טוט, דאס וויל טאקע דער אייבערשטער.

דאס איז געווען ביי פרעה. בעצם האט דער אייבערשטער אים געגעבן גוטע מכות אז ער זאל פארשטיין ארויסצושיקן די אידן, פרעה האט אבער פארשטאנען מיט זיין צודרייט שכל אז דאס איז א רמז דוקא יא צוהאלטן די אידן, פאר אים איז דאס געווען א בפירושער ויחזק ה' אז ער דארף ווייטער אנגיין מיט זיין התנהגות, אבער דער אייבערשטער מעולם לא עלתה על דעתו אוועקצונעמען זיין בחירה. וואס איז ער אבער שולדיג אויף שוטים שקלקלו און פארשטייען נישט קיין פעטש.

לעניננו פירט ר' ברוכ'ל אויס, מיר האבן געמאכט א טעות און זיך מתנגד געווען צום ציונות. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן פארדעם גוטע מכות, און אנשטאט איינזען אינעם טעות זאגט מען נאך אז ויכבד ה' דאס איז נאך א ראיה אקעגן ציונות...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמערל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאך פרטים,

סאטמאר רבי האט אפציעל באקומען 10 סערטיפיקאטן פאר איהם אין זיין משפחה,
אזוי האט ר' חיים ראטה געהאט אפגעשמועסט,
למעשה האט ער דאך נישט געהאט קיין משפחה אויסער זיין פרוי,
האט מען איהם געפרעגט ווער נאך פון זיין משפחה איז דא האט ער געזאגט ר' יאסל (זיי זענען געווען קאזינס)
אויך האט ער געבעטן צו נעמען דעם אלטן ביקסאדער ז"ל הי"ד,
אויך געוויסע פון די קליינע קינדער פונעם קלויזנבורגער רבי ז"ל (ר' זלמן לייב האלבערשטאם)
זיין רביצין איז געווען א ניס פונעם רבין (א טאכטער פון עצי חיים),
זי איז דארט געווען אליינס אן די מאן וואס מ'האט שוין געהאט אוועקגעפירט צו ארבייטס לאגערן,
דער רבי האט געוואלט פשוט לינדערן די עול וואס זי האט זיך נעבעך אליינס געמיטשעט מיט איר 11 קינדער,
פארשטייצעך דאס האט זיי נישט עולה על הדעת געווען אז מ'פירט זיי צו זיכערע טויט,
למעשה איז פשוט צוליב קאראפציע און גניבה, פון 10 בילעטן געווארן 3, און שטעל דיך אויפן קאפ,
רביצין אלטא פיגא האט אלס באדויערט דאס וואס ס'איר נישט געלונגען צו ראטעווען די קלענסטע קינד פונעם קלויזנבורגער,
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

מאכט טאקע סענס.
אז ס'בלייבט נאר 3, נעמט עס די פירער.

ל'ע
.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פשי, [tag]אבטולמוס[/tag], כ'האב נישט געוואוסט דו ביסט א מומחה אויף אלטע ציונישע צייטונגען אויך, כ'האב געמיינט נאר דער איד און דער בלאט קענסטו בעל פה. אפשר ביסטו מגלה וויאזוי דו מאכסט דאס, וויאזוי טרעפט מען און זוכט מען אזעלכע סארט זאכען, וואלסט געוואלט אפשר שרייבען אן אשכול וועגן דעם?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך דארף אביסל אויסקלארן מיין לעצטע תגובה,
דאס אז דער רבי האט געדארפט באקומען 10 סערטיפיקאטן איז מען הערשט געוואויר געווארן יארן שפעטער,
פון עדות'שאפט און נאכפארשונגען,
במציאות, האט לכתחלה דער רבי באקומען בלויז 1 בילעט פארשריבן נאר פאר זיך,
און ס'האט אויסגעקוקט אז נאר די רבי גייט אליינס אן קיינעם,
שפעטער האט מען געברענגט פארן רביצין א בילעט (אפשר א טאג שפעטער)
נאכער שפעטער האט ר' יאסל באקומען (אפשר נאך א טאג שפעטער, כ'בין נישט זיכער)
אלנספאל ברויך מען פארשטיין אז אין יענעם זמן מבולבול איז נישט מעגליך געווען צו וויסן וועלכער איז דער זיכערע וועג, איזהו לחיים ואיזהו למות,
יעצט לאחר המעשה איז גרינג צו רעדן,
און דער אמת איז אז דער באן וואלט פונקט אזוי געקענט גיין לטמיון,
מענטשן רעדן זיך איין אז מ'רעדט דא פון א אונטערערדישע פארטיזאנע באן פון ציונים
וואס האט זיך אריבערגעשווערצט די גרעניץ באישון לילה און דער רבי האט זיך מיטגעכאפט,
לא מינהו ולא מקצתו,
די גאנצע הצלה איז געווען אנגעוואנדן אין די דירעקטע הבטחות פון די נאציס,
ווי קאסטנער מיט די פרומע אידן מעריצים פון רבי'ן האבן פארהאנדלט מיט טייוול אליין,
טראכט אריין,
וויפיל אידן זענען ניצל געווארן בעת די שואה דורך דירעקטע הבטחות פון די נאציס,
כמעט נול,
די נאציס זענען געווען געריבענע ליגנערס אין די ענינים,
די גאנצע דעפארטירונג פון די אונגארישע אידנטום איז געגאנגען אויף א בלאפערישע וועג,
און פאקט ווען דער באן איז אנגעקומען קיין פרעשבורג,
האט אייכמאן קלאר געזאגט אז דער באן גייט קיין אוישוויץ און ער וועט טוישן מיט א צווייטע טראנספארט,
און די באן איז פארקירעוועט געווארן צו אינגאנצן א פארקערטע ריכטונג קיין בערגן בעלזן, א שוידערליכע פארניכטונגס לאגער,
ווי זיי זענען געזעצן א האלבע יאר,
ע"פ דרך הטבע וואלט דער טראנספארט געדארפט האבן די זעלבן סוף ווי אלע אנדערע רח"ל,
נאר מ'האט דא געזעהן אז דער יד ה' מאנעווירט די זאך שלא ע"פ דרך הטבע אז דער צדיק הדור זאל בלייבן לפליטה גדולה
פארשפארט