לעיקוואד האט געשריבן:זיך פארענטפערען אויף א טעות, אפילו א פאטאלער טעות, איז נישט דער מנהג און איז נישט אנגענומען ביי גדולי מנהיגי ומאורי ישראל. נישט נאר אין סאטמער נאר בכלל. מיר קענען זיך נישט דערוואגען צו פארשטיין די הנהגות פון די גדולים און צדיקים אוודאי האבען זיי א ווייטערע בליק פון אונז און זיי פארשטיין אז מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבען און דאס קען האבען א שרעקליכע עפעקט אויף די גאנצע אמונה און יהדות. ווער ווייסט אז מען וועט טראכטען אז דער רבי זי"ע איז געווען א בשר ודם ווער נאך וועט מען אנפאנגען טראכטען אז ער איז געווען א בשר ודם בסך הכל און די גאנצע יהדות הענגט שוין אויף א פאדעם.
דאס וואלסטו געקענט זאגן ווען נישט עס איז פארהאן צענדליגער סיפורים טאקע פונעם סאטמאר רב אליין ווי ער האט זיך אנטשולדיגט פאר מענטשן וועמען ער האט וויי געטאן, און נישט נאר אנטשולדיגט און געזאגט 'סארי', נאר זיי מפייס געווען בדברים ובממון, אפילו אויב עס איז געווען בשוגג שלא בכוונה. אדרבה, מודים דרבנן היינו שבחייהו.
עס איז ביי מיר קלאר אז אויב דער סאטמאר רב זאל האלטן ביי זיך אפילו כמלא נימא אז ער איז באגאנגען א עוולה מיטן יעצנו רע, און דאדורך זענען אידן אומגעקומען, וואלט ער זיי מפייס געווען און עוסק געווען בתשובה כל ימיו אויף דעם; דאס וועט קיינער נישט לייקענען אז דאס איז געווען זיין מהות, ווי שוין דערמאנט אויבן, הגם אן עקשן און תקיף בדעות, אבער אויסערגעווענליך ווייך און מלא רחמים כלפי בני אדם, כמעט נישט געווען אז א איד זאל אים פארציילן א צרה און ער זאל נישט משתתף זיין בצערו און פיזיש מיטוויינען בדמעות שליש.
לעיקוואד האט געשריבן:מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבן
דער רבי האט קיינמאל נישט פרובירט צו מאכן פון זיך אז ער איז עפעס מער ווי א בשר ודם, כאטש ער האט געלעבט א לעבן משכמו ולמעלה ווי גשמיות האט כמעט נישט תופס מקום געווען, זיין קדושה ופרישות איז געווען למעלה מהשגתינו, מיט עסן, טרינקען, שלאפן וכו', עכ"ז האט ער זיך געהאלטן פאר א פשוט'ער מענטש בשפלות רוח. נאך מער פון דעם איז ידוע, אז ער האט קלאר געלערנט די חסידים אז א רבי איז נישט קיין מלאך, און קען האבן א טעות, און האט פארלאנגט פון זיינע אייגענע חסידים אז טאמער וועט ער זעלבסט טוישן שיטה זאל מען עס נישט מקבל זיין, נאר מען זאל זאגן משה ותורתו אמת און דער רבי האט א טעות.
די אלע אומ-קראנטע שמועות וואס די מענטשן טראכטן אויס קען נאר זאגן איינער וואס האט אים נישט ארויסגעהאט, געוויסע מענטשן האבן אים נאר געקענט מיט זיין תקיפות און זיינע עקסטרעמע השקפות וואס אורייתא קמרתחא ביה, (נכלל אפאר שרייבערס דא אין שטיבל), און זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט זיין אנדערע זייט, ווי ער האט פארקערפערט אין זיך די קעגנזייטיגע מדות פון חסד און גבורה, שני הפכיים בנושא אחד, גבורה האט ער גענוצט נאר כלפי תורה און דעם באשעפער, אבער גלייכצייטיג חסד אן א שיעור פאר אידישע קינדער, אפילו זיינע שונאים גמורים, כידוע.