ווייסע פאן אויפ'ן ברוקלין בריק - טעראר שרעק?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
ווייסע פאן אויפ'ן ברוקלין בריק - טעראר שרעק?
היינט האט מען געהערט די קאמישע נייעס אז מיסטעריעזע מענטשן האבן געטוישט די פאן אויפ'ן ברוקלין בריק. אנשטאט די אמעריקאנער פאן האבן זיי ארויפגעלייגט א ווייסע פאן. דאס איז די אינטערנאציאנאלע סימבאל פון זיך אונטערגעבן.
ברוקלין בריק איז איינע פון די באוואכסטע ערטער אין אמעריקע. וואס מיינט דאס פאר אונז אז מ'האט געקענט אפטוהן אזא אקציע?
ברוקלין בריק איז איינע פון די באוואכסטע ערטער אין אמעריקע. וואס מיינט דאס פאר אונז אז מ'האט געקענט אפטוהן אזא אקציע?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
די בילד איז מן הסתם צי פארדאנקען פאטא שאפ
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
יין שרף האט געשריבן:נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.
נישט ספרעי פעינטעד נאר בליעטשד.
http://www.nbcnewyork.com/news/local/Wh ... 10482.html
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום ביבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
חד גדיא האט געשריבן:קען מען דען אזוי שנעל בליטשען א פאן?
איך ווייס נישט וויאזוי מען נוצט אלס די ווארט בליעטשד, פון דיקשענארי פארשטיי איך טאקע אז עס מיינט "פאר'ווייס'ט" און לאו דוקא מיט בליעטש.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
בארואיגט אייך ברודער, דאס איז נישט קיין טעראר ווארענונג, דאס איז בלויז א סארט הכרת הטוב פון די אראבער פאר די 47 מיליאן שקל כסף, יעדעס מאל ווען מ'שיקט פאר די טעראריסטן א שיינע "הומאניריסטישע" תמיכה ווייזן זיי ארויס זייער טיף הארציגן דאנק...
אבער נישט שטענדיג ענדיגט זיך עס ביי דעם, וויאזוי זאגט מען? "דיס איז אוער וועי אף סעיאינג טענק יו"..
אבער נישט שטענדיג ענדיגט זיך עס ביי דעם, וויאזוי זאגט מען? "דיס איז אוער וועי אף סעיאינג טענק יו"..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
47 מיליאן זאגסטו?
אוי וואס רעדסטו זיי באקומען צען מאל אזוי פיל אומדירעקט,
קענסט זיך פארשטעלן וויפיל די אלע עראפלאנען מיסילס גראנאטן און קוילן אפגעליפערט צו עזה אין די לעצטע עטליכע טעג דירעקט פון אמעריקע זענען ווערד?
ווער רעדט נאך פון די עקאנאמישער סטימיולעישן וואס דער מתנה פונעם רייכען פעטער פאראורזאכט אין עזה, איבערבויען טויזענטער הייזער שולעס און שפיטעלער, איבערבויען גאסן און שאסייען, וואסער און עלעקטריק אינסטאלאציעס, די עקאנאמישע בענעפיטן זענען עקזאמפלאריש, אבאמא דארף ווען אראפשיקן זיינע עקאנאמישע עדווייזער'ס פאר א קעיס סטאדי,

- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
פליקער האט געשריבן:אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
It is a big deal. It shows that even the most protected landmarks are not protected at all. For those of us that believed all along that there’s no security, it just serves as validation. For those that thought that there’s security in the US, they had another wake-up-call
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
זינט ווען איז עס די מאסט פראטעקטעד לענדמארק, עס האט אבסעלוטלי נישט קיין שום סעקיוריטי,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז גאר געווען ארט, נישט טעראר. די ארטיסטן זענען מסביר באריכות די אלע סימבאליזמען וועלכע ליגן אונטער די פענער.
ליינט (באמערקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html
ליינט (באמערקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יידל האט געשריבן:אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז געווען ארט, נישט טעראר.
ליינט (קוקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html
ווייל די בעלי בתים פונ'ם פארשאלטענעם טיימס זענען אזוי-גערופענע "ליבעראלע), לינקע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) און זיי שטיצן א יעדע זאך וואס איז אקעיגן יושר און מענטשליכקייט. די טיפשות'דיגע משומדים מיינען (פונקט אזוי ווי נטורי קרתא און נטרונא) אז דאס חנפ'נען די אראבערס און טעראריסטן למיניהם וועט זיי עפעס העלפן ביום עברה. זיי ווייסן נישט, אדער מאכן זיך נישט וויסנדיג אז ביום פקודה, היל"ת, ווען די רוצחים וועלן ח"ו קומען נאך די אידן, וועלן זיי שטיין אין די ליין צום גאז קאמער פונקט אזוי ווי אינז אלע. ווייל די נאציס און טעראריסטן ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן סאקמאר'ער חסידים, ציונים, אגודה'סטן, מזרחי'סטן, נטורי קרתא, משומדים און אייניקלעך פון משומדים און להבדיל, סתם וואוילע עמך אידן... בכה תבכה בלילה על שבר בת עמי
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' ישראל קאפקע שליט"א. יישר כח. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז מיין שכן איז געקומען זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. אבער לגבי די שנאת הגוים על ישראל. (נישט מדינת ישראל. נאר אידן.) דאס איז קאי וקיימא. אינז שטייען טאקע היינט ב"ה נישט אין די ליין אויפ'ן וועיג צום גאז קאמער. און לאמיר האפן אז מ'וועט קיינמאל נישט שטיין דארט, ח"ו. אבער דער פחד און די זיכרונות פון וואס כ'האב געליינט און מ'האט מיר פארציילט, דאס ליגט אין די ביינער. און איך וויל מקיים זיין דעם פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד". אזוי ווי די גמ' אין מסכת גיטין דף נה ע"ב. זאגט. א חוץ דעים, ביניך געבוירן תיכף נאך די וועלט מלחמה/האלאקאוסט. און מיין טאטע און מיין מאמע זענען אקארשט געקומען פון די קאנצענטראציע און פארניכטונגס לאגערן. און מיינע רבי'ס און מיינע חברים האבן אייביג געשמועסט פון דעים. און איך זעה נישט אז אין די היינטיגע תקופה זאללן די גויים זוכן א איד און איהם צוזאמקישן. אפשר אין וויליאמסבורג האט מען נישט אזוי שטארק געשפירט דעם גלות, אבער ווי איך האב געוואוינט האט מען תיכף ווי מ'איז ארויס געגאנגען מפתח ביתו געשפירט דעם עול הגוים ועול הגלות. אלס קליין יונגל האב איך געוויסט אויף מער ווי איין שפראך וויאזוי מ'זאגט "שמוציגער איד". ווייל כ'האב עס כסדר געהערט פון די גויים. אויפ'ן וועיג צום חדר און אויפ'ן וועיג אהיים. וואס מיך באדערט עד דכדוכה של נפש איז, אז מ'רעדט זיך איין אז די שנאת הגויים על ישראל האט עפעס צו טון מיט די פאליטיק פון מדינת ישראל. אזוי ווי כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט אז די גויים די שונאי ישראל זענען נישט מבחין בין דם לדם. דאס אנטי-ציוניזם איז ביי זיי א גוטער תירוץ. דאס מיינט נישט אז מ'דארף נישט ערקלערן פאר די (אפשר עטליכע נאאיווע) גויים אז אידן מיט מדינת ישראל איז צוויי באזונדערע זאכן. אבער לפענ"ד וועט עס גארנישט העלפן. ווייל די שונאי ישראל האבן פיינט א יעדן איד באשר הוא שם. אין סיי וואספארא רוחניות'דיגן מצב ער זאל זיין. דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א גוטער תירוץ ביי זיי. ממילא וועלן די אלע הסברים וואס נטרונא פרובירט מסביר צו זיין גארנישט העלפן. איך האב נאכנישט געזעהן די בענעפיטן, די רווחים פאר כלל ישראל פון די הסברה. די הסברה איז גוט פאר אינז. אנ"ש. נאר אינז ווייסן דאך ממילא דעם חילוק. ס'איז נישט דא קיין איין בר דעת וואס זאגט אז בנימין נתניהו וחבריו זענען ל"ו צדיקים. אבער פאר די גויים העלפט עס נישט...