
ברוקלין בריק איז איינע פון די באוואכסטע ערטער אין אמעריקע. וואס מיינט דאס פאר אונז אז מ'האט געקענט אפטוהן אזא אקציע?
יין שרף האט געשריבן:נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.
חד גדיא האט געשריבן:קען מען דען אזוי שנעל בליטשען א פאן?
פליקער האט געשריבן:אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.
האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.
עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.
יידל האט געשריבן:אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז געווען ארט, נישט טעראר.
ליינט (קוקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html