ווען פארט די שווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ווען פארט די שווער

שליחה דורך פליקער »

א גיטע וואך טייערע חברים,

מיט עטליכע יאר ציריק האב איך זיך איינגעהאנדעלט א הייזקע, אלעס איז געגאנגען כשורה, יאר איין יאר אויס א מחיה, איך האב נישט געברויכט פאקן מיינע פעק און זעק, אלעס איז שוין געוועין און מיין הייזמעכל, מער נישט געמיזט ווארטן אין די גאס אויפ די ווען, וואס האט זיך אלע מאל געיאגט, אלעס האט אויסגעזעין ווי געפלאנט, יארן זענען דורך געלאפן, נאר געגאנגען וואס א יאר בעסער און בעסער, אלעס האט זיך שיין מסדר געוועין.

איך זעי אבער ווי זאכן טוישן זיך, די דעמאגראף פון די שכינה טוישט זיך אביסל דא דארט מאכט דער עולם חתונה די קינדער, אבער ווי נישט מיר מיינט דער פסוק, דער בעיט א רייזע ארויס, דער אריין, דאס איז געוועין מיין גרעסטע דריק, איך האב זיך אבער אויסגעלאכט, איך באמערק אבער עפעס א אינערליכע אנגעזעצטקייט פון מיינע פריינט וואס זענען לעצטענס געווארן שווער און שוויגער'ס, איך האב אבער נישט קיין סאך קאפ ציגעלייגט צים פראבלעים, נאר קליינע ענדערינגען וועים גייט עס אן, איך בין נאר פארנימען מיט מיינע פעקלעך, א קרים מיט די נאז גיב איך ווען און שיל באווייזן זיך פרישע לומדי תורה, יעדער קיקט אינטערן ריקן צי זיין איידעם קיקט, צי זעיט ער אויך אז זיין שווער איז א למדן, א שקדן א חריף א גאון.

היי יאר און איך בין אין זעלבען פעקל, איך האב ב"ה איינגעהאנדלט א איידעם, אנפאנג האב איך נאך נישט געכאפט אז זאכן טוישן זיך מיר אויך אינטער די האנד, איך בין דאך א אויבער חכם, איך לאך דאך מיר אויס פון אלעם, איך גיי נישט מאכן קיין שום וועיזן, איך האב א קלארע החלט אז יעבר עלי מה, איך גיי זיך נישט טוישן, אבער דעיס איז נאר להלכה ולא למעשה.

אויף למעשה האב איך פארלוירן אלע מיינע רעכטן צי מיין פריוואטקייט, איך קען מער נישט קימען ווען איך וויל, גיין ווען איך וויל, אויפשטיין ווען איך וויל, גיין שלאפן ווען איך וויל, עסן, טרינקען, גיין שווימען, פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, אלעס האט אנגענימען נייע פארמען, נייע צייטן, יעצט גיי, איצט קים, איצט עס, איצט עס נישט, איצט לערן, איצט לערן דא, איצט דארט, שטיי נישט אינטער די פיס, גיי שוין אין שיל, טייל צדקה, רייס אויפ אביסעלע, עס מיט א היט, שטריימל, שפאציר נאר מיט א בעקיטשע, עס לאווע מלכה, זינג שיין זמירות, זאג עפעס שיינע תורה, גנב'ע א פלפול, ארבייט אויפ א גיטן איינדרוק.

אבער מיין איידעם, ער קען קימען ווען ער וויל, ווייטער גיין ווען אימער עס פאלט אים איין, אויפשטיין, שלאפן גיין, שפאנצירן, ארים העינגען, אבער איך מיז אים נעמען אהיים ווען אימער ער איז שוין גרייט, ווען איך וויל עפעס ציריק טענה'ן, קיקט מען מיך אן מיט גלאציגע אויגן אזוי ווי מען זאגט קזקיוז מי, ווער האט דיך געפרעיגט, איך מיז אנצינדען א גאנצע וועיג אלע ערליי תורה טעיפס, ער דרייט מיט די נוז אויב איך צינד אן א לעיבעדיגע טעיפ, זיי גלייכן שיינע דרשות, אדער די הערליכע אינטערוויוס פון כלמע וואסער, זיי טיילן איין אלע זיצען, ברעינגען מיט היטשעס כפי ראות עיניהם, איך שפיר איך ברויך נעמען עפעס אינטערן צינג, איידער איך כאפ א הארץ שטורץ, אבער אזוי איז עס, אזוי גייט די סיסטעים, איך קראך אין מיין מוח, מיין מוח שרייט קולות, לאזט מיר אלע אפ, לאזט מיר געמאך, איך וויל זיך אביסל אפריען, שטייט אלע אביסל ווייט פון מיר, איידער איך טייל שלעק, אבער מיינע קולות זענען שטימע, קיינער הערט זיי נישט, יעדער לעקט ווייטער די אייז קרים, יעדער גיט ווייטער באפעילן, כאילו גארנישט פאסירט, ווי אזוי גיבט מען זיך א נייצע, וואס זענען מיינע אנטלויף פלעינער, שוין יארן וואס איך מאך מיט מיט די פרייטאג און זינטאג'ס, אבער היי יאר האט עס גענימען נייע מוסנאמען, עס קיקט נאר אויס אז פון דא און ווייטער וועל איך שוין קיין מאל מער נישט האבן קיין איין גליקליכע רייזע, אלעס וועט זיין מיט קינדער איידימער, אייניקלעך, וויינעדיגע בעיבי'ס.

גריידע גלייך איך מיין איידעם, ער איז זייער א לייכטע נאטור, אבער דעי טויש פון קענען זינגען, שרייען, רעדן אויפן טעלעפאן, וואס איך וויל ווען איך וויל, מער קען איך נישט, אמאל אפילו ארים לאכן מיט די ווייב, היינט מיז שוין זיין מיט א מאס דרך ארץ, אלעס זיצט מיר אויפן קאפ, ווי איך שטיי אין גיי אין מיין קליין הייזקע, דרייען זיי זיך אטאמאטיש אינטער די פיס, מיר זענען עפעס געקניפט אזוי ווי מען וואלט מיך אנגעכאפט אין א ליעש, מיין איינציגע געשמאקע מקום מקלט איז נאר אין בית הכסא, דארט קען איך נאך רעדן וואס איך וויל א חוץ מזה מיז איך זיין געווארענט אז מען גייט הערן וואס איך רעד, וואס קען איך טיען, ווי קען איך לויפן, ביטע מיר עצה'נען איידער איך מיז ארויף אויף הויעכע דאזע'ס פון זאלאפט.

ווען מיינע אויגן שפאצירן ארים אויף די קאפעלס דא בשעת איך כאפ עפעס א שפאציר מיט מיין אשת חיל, פשוט נאר כדי די קאפל זאל האבן אביסל פריוואטקייט, זעי איך אז אלע אנדערע קאפלעך גייען דורך די זעלבע מעשה מיט זייערע שוויגער עלטערן, נישט נאר איך, אינטערעסאנט אז איך האב עס אזויפיל יארן פארזעין, איך זעי ווי א קאפל שפאצירט מיט א אייסעס וואס ווערט רוימאנטיש פארלעקט, שפאצירן ווי די וועלט אז דאך געוויס נאר פאר זיי פארשאפן געווארן, איין קאפעלע נעמט עס גאר ערענסט און באלייגט זיך בפישוט ידים ורגלים אויף די גראז, כדי צי האבן א גוד טיים, איך בין זיכער אז זייער שווער קראכט אויף כוח.

אבער נאך אלעם טראכט איך זיך ציריק אז איך בין נישט געוועין בעסער, די סיסטעים האט זיך נישט אנגעהויבן היי יאר, דעיס גייט שוין אן צוואנציג יאר וואס איך געדעינק, ווען מיינע עלטערן זענען געוועין אין א קאנטרי, א באנגעלוי וואס איז געוועין שיפלעך, געהאט א שטיקעלע גראך, אסאך מאראסט ארים די באנגעלא, אלע מאל האט עפעס מיסטערעיז געטריפט אינטער די סינק, די טוילעטען האט מען געמיזט פלאנדזשען רעיגעלמעיסיג, אבער די עלטערן האבן מיט די זעלבע צהלתם בפניו אינז ענטפאנגען מיט פרייד, מיר פלעיגן אנקימען דארט אינעם קליינעם דירה סרוחה, ווי אזוי האבן זיי פון אינז אויסגעהאלטן, מיר האבן אויך כסדר געהאט טענות, אלס האבן מיר זיך אינטער געשנאבעלט, אז הלוואי האב איך מיין אייגענע באנגעלא, מיין אייגענע קאר, איך זאל נישט זיין אזוי לעול ולמשא, אבער אזוי שנעל זענען די יארן דורך געלאפן, און היסטאריע חזר'ט זיך איבער, אלזא מיין טרייסט איז אז עס גייט אזוי אנגיין ביז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן זיי גיין אויף די נערווען, און איך וועל דאן לאכן פון זיי, עס איז נאר צי האפן אז איך זאל נאך האבן מיינע אייגענע ציין, איך זאל קענען לאכן בכל כוחו.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר