מאמוארן פון מנשה לוסטיג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

רוב פון מנשה'ס תגובות זענען וויט אלל דו רעספעקט נישט זוכה צו אפילו איין לייק.
ובכן, שטעלט זיך די צעפראסקעטע שאלה, מיט וואס פאררופט ער זיך אויף וויקי ווי דער שלום עליכם אליין פון דעם דור?
שוין אפגערעדט אז ער איז נישט אויסגעהאלטן אין גראמאטיק, די ערשטע געברויך פאר א לייטישן שרייבער.
וצ'ע.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

אוטש! װאס איז דער פליצים׳דיגע אויסברוך? װי רוב שרײבערס דא האט ער נישט אזויפיל לײקס און אז ער
זאגט א גוט װארט מעגסטו איהם געבן א לײק און אויב דו װילסט נישט איז נישט אבער פארװאס דער
אויספלאץ?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיסטער פעטער גריפען וואטעטטער דיס מינס, איך האב געפרעגט א לעגיטימע פראגע און איך ווארט פאר אן ענטפער פון דער וואס פארמאגט.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מאך דיר א וויקי בלאט און רוף זיך אלבערט איינשטיין, וועם שטערט עס? און וועגן שרייבן אזוי ווי ער שרייבט איז עס גאר בעסער נאטירליך געשריבן, מ'דארף נישט זיין אזוי גראמאטיק קארעקט, אדרבה ס'פארלירט די חן.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

כוכב האט געשריבן:מיסטער פעטער גריפען וואטעטטער דיס מינס, איך האב געפרעגט א לעגיטימע פראגע און איך ווארט פאר אן ענטפער פון דער וואס פארמאגט.


Peter Griffin נישט פעטער גריפין :evil:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קאם אן ישמעאל דו ביזט קלוגער פון דעם.
א מענטש פאררופט זיך אויף עפעס און ער האט נישט די קוואליפיקאציעס איז עס ביליגע לצנות, ספעציעל אויף א פראמינענטע אפיציעלע ארט.
און בכלל אייגענע רום... א גראם אויף פונקט...
און בנוגע גראמאטיק, איך בין אויך נישט די גרויסע עקספערט און דערפאר זאג איך נישט איך בין שלום עליכם. אבער זיך צו פאררופן א פראפעסיאנאל דארף מען געוויס קענען די בעסיקס פון דעם אומנות.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אפי' ער וואלט געשריבן ווי שלום עליכם וואלט ער אויך נישט באקומען קיין לייקס צוליב אנדערע סבות. איינס ווייל ער איז שטארק פארפיינטעט דא, צוויי ווייל קיינעם אינטערסירט נישט זיין יוגנט, דריטענס וויפיל קען מען לייקן אויף די זעלבע סעריע, פערטענס ווייל לייקס גייען געווענליך מיט א לקוק לי ואלקייק לך און וויבאלד ער לייקט כמעט נישט קיינעם לייקט מען אים אויך נישט, פיפטענס אפילו די וואס ווילן לייקן, לייקן אויך נישט וויבאלד ער איז נישט פאפיולער דא צוליב זיינע פילע פיינט און עס לייקט זיך שווער אן אומפאפיולער ניק.

גראדע האב איך געליינט די ערשטע פאר ארטיקלן און עס איז געווען ממש הפלא ופלא טאקע נישט קיין שלום עליכם אבער אויך נישט קיין קשקש בעלמא. און בכלל גלייב איך אז דאס שלום עליכם צוגלייך איז מן הסתם געווען אן( אומגעלונגענע) וויץ ("אויב" ער האט דאס געשריבן).
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

און איר מיינט אז פאר שלום עליכם איז שטארק אנגעגאנגען גראמאטיק?
א נעכטיגער טאג, אבי ס'ליינט זיך געשמאק,
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

די הייסע תמוז טעג קריכן אויף די געהירן, און מיט דעם, ליידער די וויינענדיגע בשורות, וואס פאר'תמוז'ן דעם געפיל, וואס פרעגט דאך אזוי טרויעריג, וואס וועט דא זיין.
אבער ווען מ'מישט א בלעטל אינעם יודישער לוח, און מ'האלט שוין אב – חודש מנחם אב, ווען ס'ווערט א התחדשות שוין אט, און דער ליבער טאטע טרייסט אונז, געבט מען א קוק ארויף כלפי מעלה, און מ'איז מכוון דאס לב לשמים, און מ'שפירט די ווארעמע ווינטעלע וואס זאגט אן א לעבעדיגע גריס.
נישט לאנג וועט נאך דויערן מיין ליבע פאלק ישראל, און כ'וועל אייך צייגן דעם גמר טוב, א זעץ פארן רשע אין פנים, און א הייבונג פארן כבוד פון מיין ליבע פאלק ישראל.
ס'נאך הייס, ס'שוויצט, מ'איז פארפלאגט און פארמוטשעט פון די כוחות, און מ'טוט גוט שפירן די חורבן לויט די הלכה פון נישט וואשן זיך פאר תענוג אויס, און מיר נעמען עס אן באהבה, כדי להתאבל על חורבן הבית, און אויפן שכינה וואס איז א עגונה, און מיר ווייסן נאכנישט ווען מיר וועלן זיך אומקערן מעבר הירדן ממדינת הים, צום לעכטיג טייער ווינקעלע בהר הקודש.
אבער פלוצים שפירן מיר עפעס א דערלייכטערונג אינעם שווערן טרויער סעזאן.
א טראפ! נאך א טראפ.. און עס הייבט אן רעגענען.. ווען די זין גייט נאך אן מיט איר דינסט פון איין זייט הימל, און די אנדערע זייט גיסט אראפ א זין שויער ווי מ'רופט עס, אבער דאס איז נאר א הקדמה..
די הימל נעמט זיך צוזאם די וואלקענעס בגדים, און קלאפט זיי אויס אין דינערן און בליצן, וואס גלייכן אויס הערצער, און א שלאקס רעגן באגיסט די בריאה און אלע נבראים אין אירע גלייזן, שפך קיתון עלינו.. דער ליבע גאט אין הימל, אז ער גיסט עס אום סוכות און אין הייליג לאנד, קען זיין מעגליך א נעגאטיווע צייכן, אבער אצינד? איז עס א דערפרישענדע צייכן פון גאולה, פון 'התנערי מעפר, קומי, לבשי בגדי תפארתך עמי'..
אז פון הימל וויל מען אונז אפוואשן, און דייקא אין די טעג פון אבילות על החורבן, מיינט עס אז מ'וואשט זיך שוין..
מ'גרייט זיך שוין, מ'ריקט און מ'איז שוין מסדר די בענק און טישן.. ס'קומט א סעודה, א מחול לצדיקים, אט אט.
נסתרים דרכי השם.
ווער קען זאגן אז ער פארשטייט גענוי, וואס עס גייט פאר לעצטענס – בעקבתא דמשיחא, איבערן וועלט פון מזרח ביז מערב.
פונעם הויעכן טראן פון עשיו בהר שעיר, ביזן עמק בבל אוואו עס גריבלען די עכברי דרשיעי להרע להם, נישט דער בן האמה – אובמה, און נישט דער רויטער רוס, ליגט אין האנט אונזער גורל, ניין.
מיר גלייבן באמונה שלימה, אז עס איז דא מיט אונז, דער ליבע פאטער אין הימל, ער האלט א עינא פקיחא איבער אונז – זיין עם הנבחר, און פארלאזט אונז נישט קיינמאל, אפילו אינעם טיפן גלות גרוב.
ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם, פארמאגן מיר אלץ צדיקים, וואס פירן אונז מיט ריין לעכטיגע לאמטערנעס בכח התורה, אין די טונעלן פון שעבוד הגלות, און כאטש מיר פארשטייען נישט אלץ די דרכים און ציוויים פון די יודישע חכמים, גענוי ווי מיר ווייסן אז מיר פארשטייען נישט די דרך ה' אלוקים חיים.
אבער מיר גלייבן, און מיר צילן צו פאלגן און נאכגיין במיטב כוח נשמתינו, נאך די ערליך ריכטיגע דרך, און אזוי ארום האבן מיר די סייעתא דשמיא נישט ארויסצופאלן פונעם רעטונגס שיפל אין די דאזיגע בושעווענדע טעג און תקופה.
ס'איז מלחמת גוג ומגוג, מיר וויינען און שרייען, 'כלה שעיר וחותנו', דאך, וועמען ס'איז פארזיגעלט א תיו, קען דערפון נישט אנטלויפן, ווי אין תורה שטייט, ואין מידי מציל, און וועמען ס'איז באשערט שמירה, איז נישטא די כח עהם צו שעדיגן אפילו א האר.
און די מדרש פארציילט, אז אנדרינוס קייסער האט געפרעגט ר' יושע, 'שה אחד בין שבעים זאבים'? א שעפסעלע צווישן זיבעציג וועלף, האט דען א האפענונג איבערצולעבן?
ניין, זאגט דער תנא ר' יושע, בכלל נישט! נאר 'גדול הרועה השומרן ומצילן', א דאנק דער גרויסער פאסטוכער, ער איז דער וואס טוט אויסהיטן דאס שעפסעלע, און אזוי ארום איר דערהייבן און מאכט איבערלעבן, איבער אלע מאורעות הזמנים.
און מיר זעען און דערלעבן און הערן די ניסי ניסים, דווקא אינעם הסתר און העדר איז די מידת הטוב און רחמנות פארהאנען, ווייל, 'יש אלוקים בשמים, מי שמאמין לא מפחד' - צעזינגען זיך די יודישע חיילים, על שפת הים שבחו גאולים, אז כאטש בכל דור ודור עומדים עלינו, אבער הקב''ה מצילנו ויצילנו.
יא, דארף מען נאך גלייבן? מ'זעט עס קלאר, איש בער לא ידע – טייטשט דער הייליגער ר' געציל פון אוסטראה זצוק''ל, וויבאלד ס'איז דאך אזוי אפען די חסדים און די השגחה, איז עס א כח פון הימל אז איש בער לא ידע, אז ס'זאל נאך בלייבן א בחירה פון גלייבן.
יש מנהיג לבירה! זאגט די מציאות אויף הויעכע טענער..
אינעם הייליג לאנד, ווי ס'איז 'עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה, דארט און טאקע דארט ערשיינט די ישועה, כי בהר ציון תהיה פליטה.
אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה, אט די אמעריקאנע רעגירונג, וואס קיינער האט נישט געכאפט אזא פליק אין די געהירן, ווי זיי אליינס, האבן נאך א צד און הווא אמינא אינעם ענין, ווי א שטייגער איינער האט זיך בכלל געוואלט ביי זיי איינבארגן א בעזים צו שיסן..
אמת ס'פארהאנען גזירות, ס'דא זמנים, ס'איז פארהאנען מזלות און כוחות, תכונות שמים און שרים פון יעדע מלכות, אבער צדיק גוזר והקב''ה מקיים, מיר האבן גוטע יודען, וואס זענען פארליבט אין גאט און אין זיין הייליגע תורה, זיי זענען די לוחמים און דאס איז אונזער געווער.
מיט זיי גייען מיר פאראויס אן מורא, און ווען מ'דארף שרייען שרייעט מען, און ווען מ'דארף שווייגן שווייגט מען, טוב ויחיל ודומם לתשועת השם, התייצבו וראו את ישועת השם.
המשך הטוב בוודאי ובביטחה יבוא...
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

א גוט מארגן! ס'איז שוין ערב שבת נחמו.. מ'וואשט זיך שוין געהעריג.. יא! מ'מעג זיך שוין ענדליך איבערטוישן די בגדים, זיך שערן און אפשיילן פון זיך די אומעטיקייט.
פארן כלל האנושי איז דאס א בשורה טובה, אז ווילאנג מ'האט נישט געקענט, האט מען דאך נישט געקענט, האט מען געשטינקן פונעם גלות..
אבער יעצט מעג מען דאך שוין!!?ר' בערל.
איך האב געמיינט אז טאקע די לעצטע דריי וואכן, וויבאלד די ניין טעג איז אייער אושפיזין, האט איר שוין מקדים געווען פון תמוז, און נישט געטוישט קיין וועש, און נישט אפילו געבארשט די ציינער! ווייל חורבן בית המקדש.
אבער יעצט איז דאך שוין מוצאי? ס'מער נישט חול המועד, ס'מער נישט בין המצרים, ס'ערב שבת קודש!
קען זיין, ער קלערט גאר, אז ס'נאך שיתסר ושיבסר.. און אלץ ספיקא דיומא – נישט עובר צוזיין אויף א הלכה, דערפאר שמעקט ער נאך צו מיט א שמיץ אריבער דעם תשעה באב סעזאן.
אבער ניין! ער איז א לעבנס לענגליכער שטונקער, און האלט זיך נאך גוט דערמיט, אז ער איז א כאניאק!
וואס איז דאס א פרומקייט? איר גייט נישט אין שויער ווי גרויס די יאר איז, און טוישן די וועש?? פארוואס – פרעגט זיך ארויס פון זיינע שטונקעדיגע ד' מאות פרסה, פארוואס? וואס פעלט 'דאס' אויס?
און איך הייב אן קלערן, אפשר בין איך גאר דער שייגעץ, אז איך געב יא אכטונג אויף מיין היגיענע, אויף מיין זויבערקייט, עפעס א רוח פון מאדערנעזירן זיך..
איך האב שוין אסאך געהערט אמאל די טענה פון יענע סעקטע שטונקערס, אז מ'דארף נישט אזויפיל נאכגעבן דעם גוף.. אדער מ'טארנישט זיין אזוי עמפינדלעך, אדער היימישע מאכן נישט קיין עסק, און אדרבה מ'טאר גאר נישט אלץ חסידות אויס לויפן אין שויער אריין אין א פאלנע וואכן טאג, עפעס זכר למקדש כהילל.
איך טרעף ר' בערל'ן ערב פסח, און ער זאגט מיר, היינט זעסטע? היינט גיי איך אין שויער לכבוד יו''ט – צו ס'פעלט יא אויס צו נישט..
איר הערט א אויסדרוק?
וואס איז מיט בל תשקצו? וואס איז מיט ואהבת לרעך כמוך? וואס איז מיט נקיות? ווי איז בכלל די מקור אז מ'מוז שטונקן צו הייסן א ערליכע יוד? ווי איז די קידוש שם שמים, אז לויפט אריין אין מקוה – און דאס דארף דינען אנשטאט א רחיצה משבת לשבת?
איז דאס שעצונג צו א מקוה? אריינצוטאנצן דערין אן קיין הכנה. איז דאס אויסגעהאלטן להלכה – צו דאווענען מיט תפילין אויפן קאפ, און א ווייט שטונקענדע קערפער ביז יריחו?
און ווען איך גיי אריין אינעם מוהט, פון אויספארשטן וועלכע סארט שמעק דאס איז, לויט יענעמס טענה, אז ער האט דווקא יא געטוישט די וועש, נו וואס עפעס שמעקט ער פון פארברענטע ראבער - געמישט מיט פארדארבענע פיש?..
עס דערמאנט מיר, פון יענער וואס האט געטוישט די זאקן, די רעכטע צו די לינקע און די לינקע צו די רעכטע..
צו וואשט יענער זיינע וועש מיט הערינג שטויב? צו מיט פעדערן פון די כפרות?..

ממילא דער גוי, דער ארבעטער וואס רייניגט די גאסן, צו ארבעט עבודת הפרך, און אז ער שטונקט, אז ער גייט ארום ווי א מיסט קאסטן, נו האט ער דאך נישט קיין סיבה אויף נישט, ביי עהם איז נישטא די הלכה פון נקיות, פון הכן לפני ה' אלוקיך, פון הכנה לשבת ויו''ט, און מענטשליכקייט בכלל.
אבער א ערליכע יוד, א חסידישער יוד, א מדקדק בקלה כבחמורה, וואס ווייסט גוט די אונטערשייד פון 'זיך נישט נאכגעבן אלץ' צו להבדיל 'זיך נאכלאזן דאס געזונט און ריינקייט'.
א כאניאק איז ריין די בגדים, נאר נישט אויסגעהייצט און גלאט געפאסט, אבער שמוציג? שטונקענדיג? דאס פאסט קוים פאר א שמידער נאכן ארבעט, אוודאי נישט א בן תורה, וואס זאגט ארויס שטיקער זוהר און מדרשים בטהרה.
אמת טאקע, אז צו לויפן אין שויער און זיך פיצן יעדן טאג, איז נישט קיין הכרח ווי א חיוב, טאקע די אמת'ע ערליכע יודן, וואס מכח קדושת התורה מיט וואס זיי זענען עוסק בתמידות, ווערן זיי ריין פון די זוהמה וואס קלעבט אויפן געווענליכער מענטש, און מ'געפונט נישט קיין פלוג אויף זייער טיש און קיין פלעק אויף זייערע בגדים.
דאס איז יחידי סגולה וואס מיינען עס פאר א אמת! אבער ווילאנג דו ביסט נישט יענס, און די טענה איז נישט אויפן קנייטש פונעם העמד, נאר אויפן שווארצן ריח דערפון, זאלט איר מוחל זיין און זיך זאפארט איבערטאן.
איר דארפט נישט ווערן קיין פיין שמעקער, ס'גענוג אז איר פאסט אויף, צוזיין א ריינער פרישער מענטש, וועט ממילא אוועקפאלן די מרה שחורה צו יעדע צייט, און די שלום בית און די בין אדם לחברו און אויך בין אדם למקום וועט זיין אסאך מער א גינסטיגע.
ביטע! מיט פארגעבונג אויף מיין גראבע שפראך.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קאפקעיק »

געווען אמאל אזא יוד, פרעגט עם א חבר וואס טוישטו נישט?! "קיינער וויל זיך מיט מיר נישט טוישן" האט ער גע'ענפערט.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

פון אונטערן דאכענע פון וואלקענעס, בליק ער ארויס דער זון, צו מעג איך שוין ארויסקומען פון מיין בלוי געדעקטע געלעגער? צו האט שוין מיין קאלעגע די לבנה זיך צוגעשפארט פארן טאג?
ס'איז עהם פארהוילן אלע זיינע נאכט שומרים, די פולע שטערנס וואס האבן געהאלטן נאכט לעמפ איבערן הימל, אבער יעצט איז אלעס פארלאשן, אויך זיי קומט מנוחה, ווען זיי ציען זיך אהין צום אנדערן זייט ערד קוגל.
דער זון שטעקט ארויס נאז און פנים, און שיקט שארפע בליקן איבערן נייעם פרימארגן, די טאג ווערט א נייע, און האלט שוין נאך א טבילה א געשמאקע פון די פרישע טוי, און די משכימי קום – די פויגלען, זיי זאגן ברכת השחר באגלייט מיט א פרק שירה וואס הערט זיך ליבערשט ווי א גענעצן..
זיי דערוועקן דעם פרימארגן, און דער זון האט נישט קיין צוויי ברירות, און מוז אראפווארפן זיינע דיקע קאלדערעס, און פון מזרח זייט ארויסטאנצן פון די געשמאקע ווייס געדעקטע הימל, און אנהייבן דינען פארן טאג.
דא און דארט האבן שוין די פייגל זיך צוגעכאפט צו עפעס שיריים פון פארבליבענע תיקון, און זיי קלעקן אויף די ברעקלעך, און פטר'ן זיך דערמיט די פת שחרית, כאטש פאר די יונגערע אינעם שטיבעלע זייערע, וועלן זיי צושטעלן עפעס געזונטערס ווי דעם.
זיי די פייגלעך האבן ווי זייער סדר אפגעדאווענט וותיקין, און זענען שוין היבש פארנומען מיטן טאג, ווען די ביימער האבן זיך נארוואס געשטעלט שמונה עשרה, און ווען נישט די פייגלעך וואס זעצן זיך אויף זייערע קעפ און צווייגן, און שטערן זיי מיטן טשיפשענען, וואלטן זיי נאך מאריך געווען מיטן תפילה.
אבער דא קומט פאר עפעס מער שטיל און בייסיג, דער שפין האט אויסגעשפרייט א נעץ, ווי ער זוכט עפעס א גוטע סענדוויטש פאר פרישטיג, און ווען דער וועווערקע – ווי דער מאלפע געטענץ, האט זיך ווילד צעשפילט מיט זיין חבר, און נאך מיט די שלאף פעדזשאמעס ארומגעלאפן קינדעריש ארום דעם בוים, האט ער צעריסן דעם נעץ, און פארהארגעט די ארבעט פארן שפין.
און יעצט הייבן זיי אן די פליגעלעך צו אנטלויפן פון אונטער די האנט, און דער שפין הייבט אן פון דאסניי, און דער קעצל – כאטש נישט געשלאפן א האלבע נאכט מיט הונגער פיין, מוז אפשיקן זיינע קינדערלעך אינעם קינדערגארטן, און פראבירט זיך שיצן פונעם הייסן זון, וואס טרייבט עהם אראפ פונעם טראטואר, ווי געזאגט, מענטשן קומען און גייען, ס'נישט די קעצן שעות אצינד..
און כאטש דער זון פראבירט צו אנדעקן די לאנגע דינע פעדימער פונעם שפין, צו ווארענען די פוטער פליגן פון זיך פאראמפערן דערין, און ווען עס שפיגעלט אפ פונעם זונען שיין, איז די טוי טראפן און קרעלן אט די וואס שפיגלען צוריק מיט ווארענוג, אכטונג פליגען, ס'איז דא דא א געפאר.
אין די צייט וואס דער שפין לאקערט, און דער פויגל פיקעוועט, און די ביימער גלעטן זייערע נייע בלעטער און בלומען, טוט די ציגעלע זיך לאזן מעלקן און אויסלעקן די זאלציגע שטויב פונעם נארהאפטיגע ערד, כאטש די פליגן מוטשענען ביי די אויערן און נאז, איז זיין מחשבה פארטון אין זיין וועלטל, און מאכט זיך נישט הערנדיג ווי די ביימער זאגן יעצט נקדישך שוין, און טאנצן קדוש מיטן בעל תפילה – די זומער ווינטעלע, וואס טרייבט די בריאה אינעם טאגנ'גאנג.
ס'איז נישט זייער געשמאק, אז די רויעך פון פרעמדע מאשינען – גארנישט פונעם נאטור, שטערט זיי אינעם רואיגן דאווענען און שפעטערדיגע ארבעט, אבער בעסער שווייגן ווי ליידן מער, ווען דער אדם זאל נישט לייגן א עין הרע אויף זיי, און מיט ווילדקייט זיי פאר'רייסן פונעם שטאם.
אלע צוזאמען זיי, דינען דעם נאטור, און געבן צו אינעם ריזן געמיש פונעם בריאה, אז די טאג זאל זיין מיט א שלימות, כאטש אמאל זון אמאל רעגן, אמאל קיל מיט א וואלקן געמישט, און צומאל הייס און נאס פארשוויצט, וועלן זיך די ביימער נישט אוועקזעצן פאר קיין שום פרייז.
און ווילאנג דער זון איז אין זיין דינסט, ביז די נאכט פאלט שוין ענדליך צו, וועלן זיי די ביימער שווייגן, און די שטיינער פארטראגן, די געפילדער פונעם לעבהאפטיגן טאג, און די קלימאט פונעם האריזאנט.
אבער דאן ווען די נאכט פאלט צו, קומען ארויס פונעם באהעלטעניש די משמורה פון חצות ביזן עלות, וואס דרייען זיך ארום אינעם שאטן פונעם לבנה, און מאכן סדר, ווייט פונעם מענטשליכער אויג, און שטילער ווי דער געניטסטע גנב אינעם היסטאריע.
דער קליינע בער – דער ראקאון, דראפעט זיך שווער מיט זיין דיקער פעל איבערן צוים, ווי ער שלעפט ארויס די ילדים פאר א שפעטע נאכטמאל ביי א אונטער געסל.
און טאמער וועט דער פיין שמעקער – דער סקאנק דערשמעקן עפעס גוט, און וועט דערשפירן איינעם אין זיינע טריט, וועט ער באין אומר ודברים, איינזויערן דעם סביבה מיט זיין שטונק קראפט, אז ס'וועט שוין גארנישט שמעקן עמיצן עהם אין זיין ארימער שפייז אינעם צארטן ווינקל צו בארויבן.
און כאטש ווען אומער, איז די קילע ווינטעלע אינעם לבנה שיין, דער נאטור זיגער אינעם געזעלשאפט, ווען די שטילע קעצלעך – ווי די פארציקנדע לייבן, טוען אפ זייער ארבעט מיטן פאר'רייסן אפאר פארציעס פון די שרצים, מיטן צו-נעמען א לעק זויערע מילעך פונעם רינשטאק און פון ווי אומער.
די נאכט איז שטיל, אבער די פלייסיגע ארבעטארער – די קליינע בעלי חיים, זיי ארבעטן אריין, און פון די שארפע קעצן אויג, דערזעט ער גוט וואס קומט פאר אינעם חושך.
די זעלבע אינעם טאג, ווען ס'איז ווירבלדיג און פול מיט לעבהאפט, טוען די גאנץ קליינע פרעש און קריכעדיגע קלענער ווי א זרת, אפטון זייער עבודה, שטילער פונעם העכסטן דעציבאל, און ווערן פארבלענדעט פונעם שארפן שווערד וואס וויל זיי צעטרויטן, און אלע אינאיינעם מקרני ראמים עד ביצי כינים, זענען אינעם האנט פונעם השגחה פרטית עליונה.
נאר דער מענטשעלע האט דאגות און שפילט פאר צומאל, דעם שפיל פונעם מאלפע בער און לייב, דער פליג בהמה און פויגל, און נאך אלעמען באצאלט ער א פרייז א טייערע, אז ער פארווערט די געזונט און כח, ווי דער בני אדם יושבי חושך וצלמוות.
אבער מיר בני ישראל, די בני תורה מיט די ירושת אבות, באלעקן זיך יומם ולילה מיטן גייסטיגע שפייז, און אלע חשבונות פאלן אוועק, און לעבן א געטליכע יניקה און חיי נצח, און אין די צייט וואס מלאכתם נעשה על ידי אחרים, איז תורתם אומנתן זייער בעסטע שכר זעלבסט.
אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
אבו עלא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:15 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אבו עלא »

מנשה לוסטיג האט זיך ארויסגעלאזט און א פייערלעכען טאנץ לכבוד מייסד השיטה הקדושה שיטת השוואנצונעס.
כה לחי.
https://youtu.be/IXQru3Ga3Y0
חאמדיללה אללה הוא עכבר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנשה לוסטיג: אויב דו ביסט נאכנישט געפייגערט. איך האב ערשט יעצט געזעהן דיין עקל'דיגע תגובה פון אויגוסט 6, 2014....!

לאמיך דיר זאגן ווער ס' שטינקט פון ד' מאות פרסה ווייל זיי נעמען נישט קיין שויער. און זיי וואשן נישט אויס די אינעווייניגסטע חלקים פונ'ם גוף. ניטאמאל מיט א ביסל שפייעכץ....! דו און דיין גרופ וואו דו באלאנגסט. מהחל ועד כלה...! פון נעמען א ביסל שעמפו און ארויפלייגן אויפ'ן קרחת, רעדט מען דאך נישט. אדער נעמען א ציין בערשטל און אויספוצן די שווארצע פארקראכטע און פארגעלטע ציינער פון דעם קוגל און די פיש וואס עטץ נעמטץ ביי ענקער רעבי'ן. איז דערפאר סרח'ט עטץ טאקע אז מ'קען נישט שטיין אין ענקערע ד' אמות...! אדהערווייז העוו עי נייס דעי...!

(דיין רבי, יא. ער זאגט נאר פאר ענק אז עטץ זאלטץ סרחנ'ען...!)
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך טמיר »

ר' בערל זייטס נישט אזוי בייז. ער האט נישט דיך געמיינט. עס זענען דא נאך ר' בערלעך אויף דער וועלט

Sent from my iPhone X using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר: איך האב נאר א ביסל מגלה געווען טפח און מכסה געווען טפחיים פון דעם מצב ביי זיי. און ער רעדט נאך...?!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך אונטער חכם »

פארוואס פאלט דיר נישט ביי אז אויף דעם רעגט ער זיך טאקע, אויפן מצב ביי זיי.
פארשפארט